וועלכע סארט מענטשן זענען די תנאים געווען?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:[משה איז געווען אזוי אויסגעארבעט הייליג אז זיינע תכונות האבן נישט געהאט א השפעה אויף וואס ער האט געזען,

כ'האב מיך באצויגען צום מהרי"ל דיסקין. און מ'דארף נישט צו מיינען גשמיות'דיגע תכונות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:און כ'קען ברענגען דוגמאות פון חשובע אחרונים וואס האבן אויך געזאגט דעות אפילו אויפן היסטארישן פיגור פונעם תנא אדער אמורא.

איידי דאתא לידן אימא בה מילתא.

א גאר שארפע דוגמא פון אן אחרון, וואס האט געזאגט דעות אין די אישיות פון א תנא, וועל איך צוברענגען די ווערטער פון מהר"ץ חיות אין מאמר 'אמרי בינה' פרק י"ג, וואס שרייבט אז די סיבה פארוואס רבי יהודה הנשיא - רבינו הקדוש - רבי, דער מסדר המשניות, ברענגט נאר אראפ איינס-צוויי מאל א מימרא פון רבי נתן הבבלי און נישט מער, איז כלשונו: ואפשר דלרבי נתן גדלה השנאה עוד יותר מפני שהיה בבלי, ורבי היה שונא את הבבלים. עד כדי כך!!!

ועי' כאן ולאורך כל הדרך. ועיעו"ש ווי איך האב מיך אנגעגארטלט און אפגעפרעגט די מהר"ץ חיות'ס ווערטער, והסכימו החכמים לדעתי [אויב ס'וועט זיין א נאכפראגע, קען איך איבערשרייבן דא אין אידיש].

עכ"פ זעען מיר אז א חשובער אחרון האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון גיין אזוי ווייט, אינעם זאגן דעות אין די כונה פרטית פון א תנא!
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וואס איז די גדר דעמאלס? זענען די שבטים געווען סתם זשעליס ( קנאה ) אזש אז זיי זענען גרייט געווען דאס צו טוען צו א ברידער ח"ו? און פארוואס....נישט פאר מיליאנען נאר פאר שטותים ( ע"פ פשוטו) איז ווען זאלן מיר עס אנקוקן מיט פשוטע ברילן און ווען נישט?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: וועלכע סארט מענטשן זענען די תנאים געווען?

שליחה דורך שמערל »

די טייטשן פון די שנאה להבבליים ברויך נישט צו ווערן אפגעטייטשט "פיינטשאפט" דוגמת שנאת זלונים / ארונים, נאר ענדערש מיינט עס אפשיי און דערנידערונג, דוגמת שנאת האשכנזים להפרענקים.
ד. ה. אז רבי'ס נישט ברענגן ר' נתן הבבלי איז נישט מחמת זיין prejudice און אים בכונה ארויסשניידן, (א שטייגער ווי דער בלאט וואס מיינט אז די געסט שבועות אין וויליאמסבורג זענען פאפענע), נאר ענדערש ווייל די ירושלמים האבן געהאט א איינגעגעסענע ראסיסטישע ביטול צו די בבליים, במילא איז ר' נתן נישט געווען גענוג בר סמכא פאר רבי זיך צו פארלאזן אויף אים להלכה, א דוגמה ווי אויב זאל א היינטיגער מלקט נישט אריינלייגן פסקים פון ר' עובדיה יוסף, ווייל ער איז נישט קיין "היימישער".
ובזה סרה כל קושיותיו על הרי"ץ חיות. אע"פ שלעצם העניין, אין דבריו מוכרחים כלל, וכמש"כ רום מעלתו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:ובזה סרה כל קושיותיו על הרי"ץ חיות. אע"פ שלעצם העניין, אין דבריו מוכרחים כלל, וכמש"כ רום מעלתו.

לגמרי נישט.
ווייל חוץ פון דעם וואס דו אליין לייגסט דא אריין א היסטארישע אפמאכונג אויף רבי יהודה הנשיא'ס חשבון, אז די אליטיסטישע צוגאנג פון די ירושלמים צו די בבלים האט משפיע געווען אויף זיינע החלטות וועם אריינצולייגן אין משניות - א מאדנע זאך כשלעצמו צו זאגן, האב איך אויך געפרעגט פון דעם וואס מ'האט אים גאר אויפגענומען אין ארץ ישראל פאר אב"ד! ולא זו אף זו, אז ער איז גאר געווען דער דורש כבודה של ארץ ישראל מחמת הבבליים, וכמשנת"ב שם, און אודאי לאזט זיך נישט גלייבן אז ווען רבי יהודה הנשיא'ס זיידע האט אויפגענומען דעם 'בבלי' אלס ראש בי"ד האט זיין אייניקל אים אנגעקוקט ווי אונז קוקן אן די פרענקן.

הרב עובדיה וואלט אמאל געווען ראב"ד התאחדות הרבנים?!...
פארשפארט