בלאט 1 פון 1

שחיטה מהודרת שערורי'

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:43 pm
דורך עזריאל
מה נאמר ומה נדבר, וויאזוי איך גיי אנהייבן רעדן וועט זיין איינער וואס וועט האבן טענות, במילא גיי איך נישט אריינגיין אין קיין פרטי פרטים, און באמת ווייס איך אויך נישט צופיל, אבער עפעס אזוי איז די מעשה, און פארשטייט זיך איך בעהט דעם עולם צוצולייגן וויפל מ'ווייסט.

רבי אפרים שמעון לייכטאג פארפירט קעגן די קרית יואל'ע שחיטה מונחת, און די סטאר ווי ער געט די הכשר לאזט ער נישט אריין די פלייש כאטש ס'איז א קרית יואל'ע בוטשער, אים אליין לאזט גבאי פישער נישט אריין צו רבי אהרן, גבאי פישער איז א נאנטע פריינד מיט מיעל מארט, ער קריגט געלט פון זיי אזוי זאגט די גאס, רבי אהרן האט גערעדט דערפון די שבת ביי פרק, נעכטן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א פריוואטע פליגער א שיירא זיך אומצוקוקן וואס ס'גייט טאקע פאר אין בית השחיטה, די שיירא באשטייט פון רבי אהרן, גבאי פישער, רב וואזנער פון מאנסי, רבי לייבוש ט"ב.

ס'דרייט זיך ארום אמת'ע און נישט אמת'ע רומערס, איך גלייב אז די פלייש איז כשר, איך מיין יעדער איז מסכים צו מיר, לאמיר אבער הערן וואס דארט גייט טאקע פאר.