בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 3:46 pm
דורך געוואלדיג
קאך_לעפל האט געשריבן:מיר האבן שוין טאקע נישט קיין חובת הלבבות? איך טראכט צו עפענען אן אשכול איבער דברי חיזוק פון הגה''צ רבי ליפא'לע רייך שליט''א האדמו''ר מצאנז - סיגוט, ההולך בעגלה ילדים ברחובות העיר........


נו אויב האסטו עפעס גוטע חיזוק, אל תמנע טוב, אבער רייס נישט אונטער ווער עס לייגט טאקע ארויף חיזוק, יעדער איינער נעמט זיין חיזוק אויף א אנדערע וועג,
סארי איך מיין נישט דיר, נאר דיין תגובה.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:22 pm
דורך קאך_לעפל
געוואלדיג האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:מיר האבן שוין טאקע נישט קיין חובת הלבבות? איך טראכט צו עפענען אן אשכול איבער דברי חיזוק פון הגה''צ רבי ליפא'לע רייך שליט''א האדמו''ר מצאנז - סיגוט, ההולך בעגלה ילדים ברחובות העיר........


נו אויב האסטו עפעס גוטע חיזוק, אל תמנע טוב, אבער רייס נישט אונטער ווער עס לייגט טאקע ארויף חיזוק, יעדער איינער נעמט זיין חיזוק אויף א אנדערע וועג,
סארי איך מיין נישט דיר, נאר דיין תגובה.


חלילה אונטערייסן? פארוואס? אויב קען מען נעמען חיזוק פון יעדעם, דאן פארוואס טאר איך נישט נעמען חיזוק פינעם צאנז-סיגוטער רבין? אתמה?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:27 pm
דורך געוואלדיג
דאס זאג איך טאקע, אויב האסטו עפעס חיזוק פון איהם, נישט נאר נעם פאר דיר אליין, נאר זיי אונז אלע מזכה דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:40 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/129780490

ניגון: איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן

א בחור איז אמאל אריין ביינאכט צו רבי נחמן מברסלב, דער רבי איז שוין געווען אין בעט, און ער איז אויפגעשטאנען לכבוד אים, דער בחור האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל געבן אן עצה ווי אזוי ער קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.

דער רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן, און ער האט אים געזאגט: זאג מיר נאך, "באשעפער האט רחמנות אויף מיר, ווי לאנג וועל איך נאך פארברענגען מיינע יארן מיט נארישקייטן? פאר דעם בין איך באשאפן געווארן? סתם צו פארברענגען די צייט? העלף מיר איך זאל זיין אן ערליכער איד".

ווען דער בחור איז ארויסגעגאנגען האט ער געהערט ווי דער רבי אליינס זאגט די ווערטער צום אייבערשטן, דער רבי אליין בעט דעם אייבערשטן מיט די זעלבע ווערטער, "ווי לאנג וועל איך נאך פארברענגען מיינע יארן, העלף מיר איך זאל זיין אן ערליכער איד".

נייער ניגון: ווי לאנג נאך, רבש"ע, וועל איך טון נארישקייטן. האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:06 pm
דורך shem-tov
.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 5:53 pm
דורך ברסלבער

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 9:50 am
דורך ברסלבער
עצות אויף שלום בית - #3
לאז דיין ווייב לעבן, לאז איר אטעמען. וואס ווילסטו, אז אירע נערווען זאלן קראכן? דעמאלט וועסטו שוין נישט קענען צוריק דרייען דעם זייגער.

https://vimeo.com/130093348

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 10:19 am
דורך ברסלבער
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, יעדער בר מצוה בחור האט א שטארקע ברען צו זיין אן ערליכער איד, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט אנהויבן א נייע לעבן און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.
אבער די התלהבות וועפט נאכדעם אויס, ביי איינעם וועפט עס אויס א טאג שפעטער, ביי איינעם נאך א וואך און ביי איינעם נאך א יאר. וואס איז די סיבה דערצו?
ווייל מען האט אים נישט אויסגעלערנט ווי אזוי מען איז אן ערליכער איד, מען האט נישט אויסגעלערנט אז ער איז אזוי ווי א סאלדאט אויפ'ן פראנט, און ווען מען כאפט א קלאפ זאל מען נישט אויפגעבן און אנטלויפן, נאר מען דארף זיך צוריק אויפהויבן און גיין ווייטער.
און דעריבער, ווי נאר ער זעט אז זאכן זייען נישט אזוי ווי ער האט געפלאנט, ער זעט אז ער פאלט דורך און ער קען נישט אייביג אויספירן זיינע קבלות, דעריבער געבט ער אינגאנצן אויף.
ווען א איד ווייסט אבער אז עס איז נישטא אזא זאך ווי אויפגעבן, נישט קיין חילוק וואס מען האט געטון ביז יעצט, קען מען אבער אלעמאל אנהויבן פון דאסניי, מען קען אייביג אריינכאפן גוטע זאכן, נישט קיין חילוק ווי אזוי ער זעט אויס, דאן וואלט ער זיך א סך שענער דערהאלטן.

https://vimeo.com/130208963

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:40 am
דורך ברסלבער
ווען די לעקטער לעשט זיך אויס אין א שטוב פול מיט מענטשן, וואס פאסירט? מענטשן הויבן אן אריינצוקלאפן איינער אינעם צווייטן, מען פאלט אראפ, מען האקט זיך אריין אין די וואנט און מען צוקלאפט זיך, ס'איז ממש צרות צרורות.
ווי נאר מען צינדט צוריק אן די לעקטער, ווערט אלעס מסודר, מען זעט וואו צו גיין, יעדער גייט זיך זיין וועג, והכל על מקומו יבא בשלום.

ווען די אמונה לעשט זיך אויס ביי א מענטש, ער פארגעסט אז נאר דער אייבערשטער פירט די גאנצע וועלט, וואס פאסירט דעמאלט? ער קריגט זיך מיט מענטשן, ער פאלט אראפ און צוקלאפט זיך, ער איז פול מיט פראבלעמען.
ווי נאר ער צינדט צוריק אן ביי זיך די אמונה, ער דערמאנט זיך אז גארנישט געשעט אויף דער וועלט פון זיך אליין, אלעס מאכט נאר דער אייבערשטער, דאן וועט ער זיך נישט קריגן מיט מענטשן, ער וועט נישט ווערן אזוי צוקלאפט ווען זאכן גייען נישט אזוי וויל ער וויל, ווייל ער ווייסט אז אלעס פירט דער אייבערשטער זיכער נאר לטובה.

https://vimeo.com/130321636

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:40 pm
דורך ברסלבער
מאכט זיך אמאל א בחור וואס האלט נישט ביים לערנען. אין די לעצטע צען מינוט פונעם סדר האט אים געכאפט אן התעוררות, און ער וויל כאטש לערנען די פאר מינוט.
קומט א זיסער מגי"ש און זאגט אים אריין מיט א ציפעדיגן שמייכל: "דו מיינסט דו וועסט אונטערקויפן דעם אייבערשטן מיט די צען מינוט לערנען?"
יא! דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע נחת רוח פון די עטליכע מינוט וואס איך לערן! קיין כבוד וועל איך נישט באקומען פון די פאר מינוט לערנען, און דעריבער איז דאס נאך מער חשוב, דאס איז טאקע נאר פאר'ן אייבערשטן אליין.

און די זעלבע איז ביי אלע זאכן, אפילו ווען א מענטש ווייסט אז ער איז זייער ווייט, ער האט גאר אסאך זאכן זיך צו פארעכטן. מיינט דאס אבער נישט אז ער זאל נישט פרובירן צו טון כאטש דאס קליין ביסעלע וואס ער קען יא.
יא! דער אייבערשטער האט גאר שטארק נחת רוח פון יעדע קליינקייט וואס איך טו, נישט קיין חילוק ווי אזוי איך זע אויס. אדרבה, אויב בין איך דער אזוי-גערופענער "שוואכער", זענען די קלייניקייטן נאך אסאך מער חשוב, קיין כבוד וועל איך נישט באקומען פאר דעם, דאס איז טאקע נאר בלתי לה' לבדו.

https://vimeo.com/130435863

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:32 am
דורך ברסלבער
קודם איז מען א "רייסער" און דערנאך ווערט מען אן "אפגעריסענער"...
ווען דער בחור איז נאך אויף די רעלסן זאלסטו רעדן צו אים פון די פשוטע זאכן, פון לייגן תפלין און היטן שבת. אויב וועסטו ווארטן ביז ער היט שוין נישט קיין שבת, דעמאלט וועט ער דיר שוין נישט וועלן אויסהערן.

https://vimeo.com/130675162

א לעבן מיט'ן אייבערשטן איז א גליקליך לעבן.

https://vimeo.com/130675163

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:28 pm
דורך ברסלבער
ס'איז נישט קיין קונץ זיך אראפצוקלאפן, דער קונץ איז ווען מען קען זיך אויפהויבן.

https://vimeo.com/130694534

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 4:23 pm
דורך ברסלבער
ר' נתן האט אמאל געזען א איד וואס זיין הויז האט אים אפגעברענט ל"ע, און ער גייט ארום זוכן אויב ס'איז אפשר געבליבן עפעס זאכן וואס ער קען נאך ארויסנעמען.
דאס איז א געוואלדיגע מוסר השכל. דו שפירסט אז דיין גאנצע נשמה איז שוין פארברענט? זוך אויף כאטש עפעס וואס איז דיר געבליבן גאנץ.

https://vimeo.com/130878159

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:11 pm
דורך ברסלבער
דער יצר הרע שטארקט זיך אויף דיר? דו שפירסט אז דו קענסט נישט ביישטיין דעם נסיון?
געדענק! נישט יענע וועלט וועסטו פארלירן, נאר די וועלט וועסטו פארלירן! עס לוינט זיך נישט.

https://vimeo.com/130982286

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:28 pm
דורך ברסלבער
"בעקפייער" - דארף אויך זיין מיט שכל...

זיי מכבד דיין טאטע מאמע. ווי אזוי דו פירסט זיך אויף צו זיי, אזוי וועלן זיך דיינע קינדער אויפפירן צו דיר.

https://vimeo.com/131091140

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:41 am
דורך ברסלבער
קינדער וואס וואקסן אויף אין א געשמאקע הויז, א הויז וואו די עלטערן פארשטייען זיך און האבן רעספעקט איינער צום צווייטן, וועלן זיי אויפוואקסן געזונטע און ערליכע קינדער און וועלן נישט זוכן אוועקצולויפן פון דערהיים.
אויב די אטמאספער אינדערהיים איז נישט בא'טעמ'ט, וועלן די קינדער זוכן א צווייטע פלאץ צו טרעפן סיפוק.

https://vimeo.com/131424437

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:42 am
דורך ברסלבער
ווען א גנב זעצט זיך אריין ביי איינעם אין פעלד פאר דריי יאר, איז עס חזקה און עס בלייבט ביי יענעם. אויב אבער דער בעל הבית שרייט אז יענעראיז א גנב, ער האט פשוט נישט קיין כח אים ארויסצואווארפן, קען יענער נישט מאכן קיין חזקה.
ווען א איד זעט אז דער יצר הרע האט זיך אריינגעזעצט ביי אים און ער האט נישט די כוחות אים ארויס צו ווארפן, זאל ער כאטש שרייען אז דער יצר הרע איז א גנב, באמת וויל איך זיין וואויל.

https://vimeo.com/131347464

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:42 am
דורך ברסלבער
דער דיבוק איז יא אמת אדער נישט?

benjamin franklin איז זיין רבי...

https://vimeo.com/131212936

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:56 am
דורך ברסלבער
אינעם טעגליכן צעטל קען מען זען די פילע שידוכים און חתונות וועלכע קומען פאר יעדן טאג קע"ה. זיי שרייבן אבער נישט די פילע גיטין וואס קומען ליידער אויך פאר טעגליך, און זיכער נישט די שלום בית פראבלעמען מיט וואס מענטשן מוטשען זיך.
ווילסט האבן א גוטע לעבן און א גוטע שלום בית? דאן בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט קוקן קיין שמוץ!

https://vimeo.com/131539599

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 5:55 pm
דורך ברסלבער
דו ליידיגייער! גיי ארבעטן! פארוואס דארף דיין ווייב ארבעטן שווער און דו זאלסט זיצן ‏מיט די פיס ארויף? האסט אונטערגעשריבן א כתובה אז דו גייסט ברענגען געלט, ‏
פארוואס דארף דיין ווייב ארבעטן, און דו ביזט פארנומען צו ליינען דעם דבר יום ביומו?‏

ס'פאסט דיר נישט צו ארבעטן דא אדער דארט? ס'פאסט נישט צו זיין א גנב! גיי ארבעטן ‏און וועסט האבן געלט און זיך נישט דארפן אנבארגן.‏

https://vimeo.com/132375169

אין ברסלב פירט מען זיך צו מאכן קידוש אין שול שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען. ווען ‏מען קומט אהיים הונגעריג איז סכנת נפשות.‏

געב אביסל גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, זיי איר מחזק. זי איז נישט דא נאר צו וואשן ‏דיינע וועש און דיר קאכן נאכטמאל.‏

זי דארף נישט כאפן קיין פסק ווען זי האט געזאגט אביסל אנדערש פון דיך, דארפסט ‏איר נישט אריינזאגן. הער איר אויס און פארשטיי אויך וואס זי האט צו זאגן.‏

https://vimeo.com/132375170

מענטשן קאכן זיך, "איך בין גערעכט" "ניין, איך בין גערעכט", "מיין רבי איז גרעסער" ‏‏"ניין, מיין רבי איז גרעסער".‏

פארוואס ביזטו פארנומען מיט אלעס אויסער מיט דיך אליין? קוק וואס דו פארדינסט, ‏קוק וואס דו באקומסט, און נאר דאס זאל דיר אינטערעסירן.

https://vimeo.com/132375558

אז מען וויל נישט ליידן אביסל, ליידט מען אסאך.‏

https://vimeo.com/132375176

גלייב אינעם אייבערשטן, וועט דיר זיין גוט! יא, אזוי ווי די פרויען און קינדער גלייבן, אן ‏קיין חכמות. א מענטש צוקלאפט זיך נישט זיין קליינעם פינגער אנ'ם אייבערשטן. דאס ‏דארף מען חזר'ן איינמאל און נאכאמאל.‏

די נשמה פון א איד איז א חלק פון באשעפער, עס קומט שוין אריינגעבויעט די אמונה אין ‏אים, נאר ווען א מענטש טוט עבירות ווערט די אמונה פארדעקט ביי אים, דעריבער דארף ‏מען האלטן אין איין חזר'ן די אמונה, און דאן וועט מען האבן א גליקליך לעבן.‏

https://vimeo.com/132375172

ווען א מענטש רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין קאפ איז פול מיט שמוץ. אז דו ‏שמועסט מיט מענטשן, זאג זיי קלאר: "צו מיר רעד נישט קיין ניבול פה".‏

https://vimeo.com/132375164

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 4:45 pm
דורך ברסלבער
וואס מיינט שלום? אז איך געב אויף אביסל, אז איך שטיי נישט אויף מיינע רעכטן, איך פרוביר נאכצוגעבן.
"שלום" מיינט נישט אז איך זאג דיר אז דו זאלסט אלעס אויפגעבן פאר מיר און דאן וועל איך זיין בשלום מיט דיר.

https://vimeo.com/132436300

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:56 pm
דורך ברסלבער
מ'פרעגט א מענטש: "ביזט שוין געווען אמאל אין אומאן?" זאגט ער "ניין. דאס איז נייע זאכן, מען האט דאס נישט געזען אמאל ביי אונז"...
און די נייע מעדעצינען וואס קומען היינט ארויס, נוצטו יא? אפשר זאלסטו שטארבן יונג, אזוי ווי מען פלעגט אמאל שטארבן? אפשר זאלסטו נישט נוצן די אלע היינטיגע באקוועמליכקייטן וואס מאכן גרינגער דאס לעבן?
מען זעט אז ווען עס קומט צו גשמיות, לאזט זיך א מענטש נישט נארן. פארוואס ביי רוחניות זאל מען זיך יא לאזן נארן? אז עס איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט העלפן יעדן וואס קומט צו אים, פארוואס זאל נישט יעדער איד זיך אויפהויבן און כאטש איינמאל אין לעבן זיין אין אומאן און זאגן די תיקון הכללי.

https://vimeo.com/137965578

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:33 am
דורך ברסלבער
בלייב נישט מיט ביידע פיס אין בלאטע. איין פוס אריין און איין פוס ארויס.

https://vimeo.com/138080097