בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין די אלע חקירות און שאלות איבער דעם נושא.

אויב דו זעסט א מערדער מיט א מעסער אין האנט, ער האט א רעקארד פון הרג'ענען צוואנציג מענטשן, שעדיגן פופציג מענטשן, און דערשרעקן פינף הונדערט מענטשן, וועסטו זיך צוריקהאלטן פון שרייען אין די גאסן אז דער מענטש איז א מערדער??? פארוואס? ווייל דער מערדער הייסט 'ר' יאנקל'? א מין חוצפה פון א מושג! שטייען דא צובראכענע נשמות, חלקם אומרים אני מכיר את החלל, חלקם אומרים 'אני החלל בעצמו'!!! איז דען דא פלאץ צו זיין א יפי נפש און זיך מונע זיין פון שרייען איבער דעם רוצח?! כ'פארשטיי נישט, זיין שטוב קומט פאר מיין שטוב? פאר דיין שטוב? פאר די שטובער פון הונדערטער אומשולדיגע קינדערלעך???!!!

די אלע וואס ספק'ענען זיך, וואלטן זיי גע'הרג'עט א איד בזמן שביהמ"ק היה קיים, נאכן עובר זיין אויף א חיוב מיתה, אדער וואלטן זיי אים געשוינט צוליב 'בזיון המשפחה'? זיי וואלטן קיינמאל קיין מלקות געטיילט, ווייל יעדער וועט טייטלן מיטן פינגער אויפן נלקה? אין מיין תורה שטייט אז מען דארף גאר מאכן וואס גרעסער די פאמפע, כדי ס'זאל זיין 'למען ישמעו ויראו'! א כפרה זיין משפחה, ווען ס'איז דא טובת הכלל כולו.

רחמנות? יא יא. די רוצחים'ס קינדער זענען טאקע רחמנות'ן. אבער מיינע קינדער, דיינע קינדער, און יאר נאך יאר צענדליגע קינדער, זענען סאך גרעסערע רחמנות'ן. און טאקע אינגאנצן אומשולדיג.

כ'ווייס מעשיות ערשט-האנטיג, וויאזוי מלמדים און משגיחים האבן אוועקגעלייגט קינדער און בחורים, מיט זייער גרויזאמקייט און רשעות. כ'קען פערזענליך אומשולדיגע נפשות וואס האבן ל"ע געכאפט א נערוון בראך פון עפעס א רשע פון א משגיח וואס האט זיי טעראריזירט. און נאך אסאך וואס זענען געבליבן גע'דעמעדזש'ט אויף אזא אדער אנאנדער אופן. און דאס איז חוץ פון די אנדערע וואס האבן 'נאר' לשעתם געמוזט דורכגיין א נאצישע באהאנדלונג דורך עפעס א סאדיסט, עפעס א אידישער 'איוואן דער גרויזאמער'.

הלמאי? פארוואס זאל מען, צו גאר מעג מען שווייגן ווען זיי האבן די פאטענציאל צו משחית זיין בעתיד?!
און אפילו ווען מ'איז שוין נישט קיין מלמד, דארף מען מפרסם זיין עושי עבירות להזהיר גדולים על הקטנים לבל יעשו כסלה עוד [כאטש אויף דעם וואלט איך געפרעגט א שאלת חכם, אבער אויב איז ער נאכאלס א מלמד איז ניטאמאל דא וואס צו פרעגן].


לא תעמוד על דם רעיך!

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
אינטרעסאנט הרב משזר דיין חתימה איז זיך נישט ווייניג סותר מיט דיין תגובה.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:02 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כהאלט ספעלט אויס מאכן מער אינפארמאציע אויף א מלמד איידער מנעמט עיהם אן אויפן הייליגע עבודה פון זיין מיט אונזער צאן קדשים פון 9 ביז 5, אין מיט דעים וואלטן אסאך פראבלעימן נישט געווען,
ליידער היינט ווען א אינגערמאן קומט פאר א אינטערוויו אויף מלומדות גייט עס בערך אזוי,
טאמער ביסטו גראב, שטינקסט, שווארצע זאקן, בולעט פראפ גלעיזער, שיינע לעצטע נאמען, בנשק, ביסטו מער וויניגער מסודר מיטן דזאב, פארשטייט זיך אין די מוסדות וואס זיכן א גוטע נאמען איז נאך לייכטער.
איי דער אינגערמאן איז א vegetable? חוץ טיילן מכות, פארשעמען, פאפען קען ער גארנישט? ביז היינט איז ער געווען אין כולל, פארשטייט צו קינדער ווי איך צו פערד, ער קען אליין נישט קיין טייטש פון א פשוטי פסוק חומש אן א בית יהודה, אבער וואס מאכט אויס? ער הייסט דאך טווערסקי אין זיין מאמע איז א האלבערשטאם אין זיין ווייב איז א האגער.

רבותי מדארף מעורר זיין, א מלמד איז א הארקעלע עבודה, אסאאאאך מער ווי שטיין אין א גראסערי, אין די גראסערי מאן מאכט אסאך מער אינפארמאציע אויפן אינגערמאן ער נעמט צו פאקן באקסיס. אין אויך זענען די מלמדים אונטער געצאלט, אזא עבודה דארף זיין לכה״פ 60 אלפים א יאר כדי ער זאל עס טוען מיט הארץ אין אריין לייגן קאפ טין מוח, שוין כהאב גענוג געשריגען

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
אבער בעצם ביסטו גערעכט[tag]אדנירם[/tag]. נאר מ'וואלט געדארפט וועלידעיטן יעדעם עקסטערע. בד"וו ס'דא נישט מפורסם'דיגע סיפורים פון נישט מפורסם'דיגע מלמדים וואס האט אויך אנגעמאכט חרבנות, נאר ס'קען ארויסקומען אפילו יארן שפעטער.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:37 pm
דורך קוקה קולה...
אדנירם האט געשריבן:כ'הייב נישט אן צו פארשטיין די אלע חקירות און שאלות איבער דעם נושא.

אויב דו זעסט א מערדער מיט א מעסער אין האנט, ער האט א רעקארד פון הרג'ענען צוואנציג מענטשן, שעדיגן פופציג מענטשן, און דערשרעקן פינף הונדערט מענטשן, וועסטו זיך צוריקהאלטן פון שרייען אין די גאסן אז דער מענטש איז א מערדער??? פארוואס? ווייל דער מערדער הייסט 'ר' יאנקל'? א מין חוצפה פון א מושג! שטייען דא צובראכענע נשמות, חלקם אומרים אני מכיר את החלל, חלקם אומרים 'אני החלל בעצמו'!!! איז דען דא פלאץ צו זיין א יפי נפש און זיך מונע זיין פון שרייען איבער דעם רוצח?! כ'פארשטיי נישט, זיין שטוב קומט פאר מיין שטוב? פאר דיין שטוב? פאר די שטובער פון הונדערטער אומשולדיגע קינדערלעך???!!!

די אלע וואס ספק'ענען זיך, וואלטן זיי גע'הרג'עט א איד בזמן שביהמ"ק היה קיים, נאכן עובר זיין אויף א חיוב מיתה, אדער וואלטן זיי אים געשוינט צוליב 'בזיון המשפחה'? זיי וואלטן קיינמאל קיין מלקות געטיילט, ווייל יעדער וועט טייטלן מיטן פינגער אויפן נלקה? אין מיין תורה שטייט אז מען דארף גאר מאכן וואס גרעסער די פאמפע, כדי ס'זאל זיין 'למען ישמעו ויראו'! א כפרה זיין משפחה, ווען ס'איז דא טובת הכלל כולו.

רחמנות? יא יא. די רוצחים'ס קינדער זענען טאקע רחמנות'ן. אבער מיינע קינדער, דיינע קינדער, און יאר נאך יאר צענדליגע קינדער, זענען סאך גרעסערע רחמנות'ן. און טאקע אינגאנצן אומשולדיג.

כ'ווייס מעשיות ערשט-האנטיג, וויאזוי מלמדים און משגיחים האבן אוועקגעלייגט קינדער און בחורים, מיט זייער גרויזאמקייט און רשעות. כ'קען פערזענליך אומשולדיגע נפשות וואס האבן ל"ע געכאפט א נערוון בראך פון עפעס א רשע פון א משגיח וואס האט זיי טעראריזירט. און נאך אסאך וואס זענען געבליבן גע'דעמעדזש'ט אויף אזא אדער אנאנדער אופן. און דאס איז חוץ פון די אנדערע וואס האבן 'נאר' לשעתם געמוזט דורכגיין א נאצישע באהאנדלונג דורך עפעס א סאדיסט, עפעס א אידישער 'איוואן דער גרויזאמער'.

הלמאי? פארוואס זאל מען, צו גאר מעג מען שווייגן ווען זיי האבן די פאטענציאל צו משחית זיין בעתיד?!
און אפילו ווען מ'איז שוין נישט קיין מלמד, דארף מען מפרסם זיין עושי עבירות להזהיר גדולים על הקטנים לבל יעשו כסלה עוד [כאטש אויף דעם וואלט איך געפרעגט א שאלת חכם, אבער אויב איז ער נאכאלס א מלמד איז ניטאמאל דא וואס צו פרעגן].


לא תעמוד על דם רעיך!

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:41 pm
דורך קוקה קולה...
ער איז 1000%גערעכט ובערת הרע מקרבך!!גענוג וואס איך האב געליטן פון די לאגער געליטענע מלמדים דארפן נאך מיינע קינדער אויך ליידן ?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:אינטרעסאנט הרב משזר דיין חתימה איז זיך נישט ווייניג סותר מיט דיין תגובה.

[tag]בן אדם[/tag]
בכלל נישט!

כ'בין ניטאמאל אינטרעסירט דן צו זיין דעם מלמד, פונקט ווי כ'בין בכלל נישט אינטרעסירט דן צו זיין דעם שווארצן מערדער פון די בראנקס [zoo] צו זיין שטוב אדער געגענט בעקראונד איז דער גורם צו זיין מעשה רציחה. סך הכל, אויב איז ער א רוצח איז פיטום אראפ! איך בין זיכער נישט שולדיג, און איך דארף זיכער נישט ליידן - ווי נעבעכדיג זיין מצב קען זיין.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 10:10 pm
דורך קוקה קולה...
אדנירם האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:אינטרעסאנט הרב משזר דיין חתימה איז זיך נישט ווייניג סותר מיט דיין תגובה.

בכלל נישט!

כ'בין ניטאמאל אינטרעסירט דן צו זיין דעם מלמד, פונקט ווי כ'בין בכלל נישט אינטרעסירט דן צו זיין דעם שווארצן מערדער פון די בראנקס [zoo] צו זיין שטוב אדער געגענט בעקראונד איז דער גורם צו זיין מעשה רציחה. סך הכל, אויב איז ער א רוצח איז פיטום אראפ! איך בין זיכער נישט שולדיג, און איך דארף זיכער נישט ליידן - ווי נעבעכדיג זיין מצב קען זיין.

ביסט מיט אלעס גערעכט און איך האלט פונקט ווי דיר,אבער קענסטו דען וויסן די 2׳טע העלפט מעשה אז מיין יונגל קומט אהייםטאטי מיין רבי האט געגעבן א פאקסי פאר יעדעם חוץ פאר מיר. האלסטו טאקע אז ער איז סתם א משוגענער?פליס קאמען סענטס!!

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
אויב די רבי האט געגעבן א פאקסי אדער אייז קריעם פאר א יעדן אויסער פאר דיין יונגל. און ער האט איהם אדער קאמפענסעיטעד פאר דעם אדער געגעבן א הסבר פארוואס ער האט עס געטון הן לטוב אדער למוטב. למשל אז דער יונגל האט נישט ביהעיווט. און די רבי האט עס קלאר ארויסגעזאגט. דאמאלס איז די רבי א גוטער מחנך. אבער אויב טוט ער עס פאר פערזענליכע, נארישע סיבות און חשבונות אזוי ווי דער פאל איז געווען ביי מיין יונגל ווען זיין רבי האט איהם נישט געוואלט געבן א ספר ווען ער האט פאר א יעדן איינעם יא געגעגבן, איז די רבי א חיה און א קרימינאל, וועלכער דארף קלאר ארויפגעלייגט ווערן אויף א שווארצע ליסט, און ער זאללל מער קיינמאל נישט קענען זיין א מלמד פון קינדער...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:31 am
דורך קוקה קולה...
איך בין נישט מחולק מיט דיר איך מיין ארויסצוברענגען אז דו קענסט נישט וויסן, מיין פערזענליכע שיטה איז אז מען דארף זיי ארויסטראסקענען מיט בושות ,נאר דארפסט וויסן וועם ס׳דא אמאל וואס ס׳פונקט פארקערט ווען עפעס א מלמד האט חוטא געווען (מיט א גערעכטע סיבה)קעגן א בנשק.......און ער באקומט די נאמען אלס אכזר

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:58 am
דורך משולם שטיינפעלד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
רבותי מדארף מעורר זיין, א מלמד איז א הארקעלע עבודה, אסאאאאך מער ווי שטיין אין א גראסערי, אין די גראסערי מאן מאכט אסאך מער אינפארמאציע אויפן אינגערמאן ער נעמט צו פאקן באקסיס. אין אויך זענען די מלמדים אונטער געצאלט, אזא עבודה דארף זיין לכה״פ 60 אלפים א יאר כדי ער זאל עס טוען מיט הארץ אין אריין לייגן קאפ טין מוח, שוין כהאב גענוג געשריגען

ביסט מסכים צו צאלן מיט פופציג פראצענט מער שכר לימוד?

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:58 am
דורך קרעקער
איך האלט נישט אז מדארף זיין מוראדיק געלערענט צו זיין א מלמד, ניין מקען זיין א פשוטע פאטעטע קאפ און פאשטיין לערנען פינקט אזוי ווי די עידזש קינדער ווי מאיז א מלמד
א קינדערגארטען מלמד דארף זיין א בעיבי, אויב נעמט מען א געלערענטער וואס ׳פארשטייט צו קינדער׳ וועט נישט טויגען, ער מיז זיין א עכטע בעיבי, רעדען בעיביש זיך שפילען אויפן פלאהר מיט די 3 יעריגע, נאר אזוי קען ער זיין א נערסערי מלמד, און פאר אזא איינעם קומט זיך נישט קיין גרויסע וועיזשעס
דעם זעלבע איז מיט כתה ה און ח מלמדים, זיי מוזען זיין פאטעטע קעפ פארשטיין לערנען פינקט וי א 7 יעריגס, וייל אויב איז ער צו געלערענט און צו שפיציג וועט ער נישט זייין קיין גוטע מלמד, און פאר אזעלכע פאטעטאס קומט זיך א קליינע געהאלט
נאכאמאל, מדארף נישט קיין געלערענטע שטודירטע מלמדים, בעיסקילי דארף מען גוטע בעיביסיטערס

וואס מרעד דא איז א צווייטע נקודה, זיי זאלען נישט זיין קיין רוצחים וואס הררגענען קינדער פיזיש און גייסטיש
און געווענדליך די געלערענטע מלמדים וואס זענען אביסעל קלוג זיי האבען נישט קיין נערווען זיך אראפצילאזען צו די קליינע קינדער און פלאצען זייער געדולט שנעלער און טיילען מכות, די פאטעטא קעפ מלמדים לאזען זיך גרינגער אראפ צו קינדער און ווערען נישט אזוי שנעל נערוועז פון קליינע קינדער וייל זיי אליינטס זענען בעיביס
סא קים מיר נישט פרעגען צו כוויל צאלען מער שכר לימוד
ועוד, די גאווערמענט צאלט געניג געלט פאר לאנטש און וואטשערס און אנדערע פראגרעמס, איך בין נישט שולדיג אז די געלט דארף גיין פאר די רביס פארענטשעס און קעדילעק

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:20 pm
דורך Kool man
ע'ליך יא רעדען, די זאכען זענען פון ביידע זייטען נפשות שאלות, א מלמד וואס ברוטאליזירט קינדער דארף ווערען שטרענג דיסציפלינירט, איז א רשע און א אכזר, אדער א גייסטיש מעשוגענער, און ער האט נישט קיין שום רעכט צו זיצען אין א קלאס מיט אונזערע טייערע נשמה'לעך, ס'איז אן אחריות דאס צו איגנארירען, מ'דארף זיי באהאנדלען ווי ס'קומט זיי בכל תוקף ועוז.

ווידער זענען דא עלטערען וואס פאלען פאר זייער קינד'ס טרערען, און שחט'ן מלמד נאך מלמד ווען ער טוט סיי וואס ס'שמעקט נישט פאר זייער געספוילטע ברעטס, כ'קאן איינעם אזא רשע טאטע וואס האט מסדר געוועהן עטליכע מלמדים, איינער ווייל ער האט נעבעך געשלאגען זיין אומשולדיקע שעפעלע ווען ער האט איבערגעקערט די קלאס טאג נאך טאג, איין מלמד אין קעמפ וואס האט אין פיר וואכען קיינמאהל נישט געמאכט זיין זוהן געווינען די גורל, האט דער טאטע זעכער געמאכט אז מ'שיקט אוועק דעהם שלעכטען מלמד אא"וו,
[אין א זייטיקע נאטיץ, צוויי פון דעהם טאטען'ס קינדער זענען היינט האלבע גויים]

מ'דארף יעדע קעיס פארשען און דן זיין, קעיס ביי קעיס, נישט ארבעטען אויף שנעלע זשאזשמענט און אויף שנעלע אינסטינקט, דעמאלץ געשעהט די פאטאלע מיסטעיקס.

ס'דא עלטערען וואס גלייבען זייערע קינדער ווי בלינדע אייזלען, און וועלען גיין אין פייער פאר זייער קינדער'ס גערעכטיגקייט, און וועלען לינטשען לעבעדיקערהייט וועלעכע מלמד ס'קרומט מיט די אויגען אויף זייערע פארצערטעלטע רשעים'לעך וואס צאפען אויס די רבי'ס בלוט און צומאהל אויך פון די אנדערע קינדער, [די זעלביקע עלטערען וואס מישען זיך אריין ביי יעדע פייט וואס זייערע צדיקים'לאך האבען אין שוהל, און וועלען אנפראסקענען פרעמדע קינדער פאר טשעפענען מיט זייערע קינדער], און ס'דא פון די אנדערע זייט מלמדים אדער מנהלים רשעים און אכזרים, צופיפענע שיכורים, וואס בוטשערען אפ קינדער איינץ נאך איינץ, מעיזשאר אביוזערס, מ'דארף זיי נעמען און אויסציען אין הארץ פון דרייצענטע עוועניא, און אריינשמייסען אין זיי מיט א קעלבערנע רימען אז למען ידעו ויראו וישמעו רחוקים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:42 pm
דורך ציבעלע-קיגל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים


נישט נאר מפרסם זיין, נאר שרייען אין אלע גאסען הענגען צעטליך וכו' וכו'
למען ישמעו ויראו

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:14 pm
דורך קרעקער
די פראבלעם איז אס אינץ האבען נישט נארמאלע רבנים ועסקנים וואס זאלען זיצען בראש און דן זיין אזעלכע פראבלעמען
וועגען דעם איז כל הישר בעיניו יעשה
ווידזשעלענטיס

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:53 pm
דורך געוואלדיג
וועל איך שרייבן מיין בליק אויף די נושא פון די זייט פון א מחנך.

(דיסקלעימער: אויב ביסטו נישט איננשטימיג מיט מיין בליק דאן זיי מחולק מיט מיינע ווערטער, נישט מיט מיר, איך בין דיין חבר.)

א) א מחנך אין אונזערע היימישע מוסדות ווערט היבש אונטער געצאלט, ער ארבעט 6 טעג א וואך (אויך זונטאג), און עס איז א עבודת הקודש און א עבודת פרך,ווען ער ענדיגט חדר הייבן זיך אן די טעלעפאן קאלס צו און פון די עלטערן און דא דארך ער אויך האבן חכמת שלמה סיי להלך כנגד רוחו של כל אחד ואחד אין קלאס און אזוי אויך מיט די עלטערך און הרבה פעמים איז דאס בבחינת קול אביו וקול אמו און די עלטערן האבן נישט איין קול, און ער דארף זיין א טערעפיסט, א שלום בית מאכער, פלאס זייער א רוהיגער מענטש.

ב) א מחנך דארף אייביג האבן פאר זיינע אויגן אז אזוי ווי איינער וואס ארבעט מיט פעיפער וועט טרעטן אויף פעיפער, און איינער וואס ארבעט מיט האלץ וועט טרעטן אויף האלץ, חלילה קען זיין אז ער וואס ער ארבעט מיט נשמות וועט טרעטן אויף נשמות און דאס קען זיין א מעוות לא יוכל לתקון.

ג) עלטערן זענען זייער א שווערע פאלק (ואני בתוכם אלס טאטע :lol: ) און זייער אסאך מאל ווען די קינד קומט אהיים מיט א מעשה וועט מען גלייך מאכן קולות אויף די מלמד אנשטאט צו מברר זייין קודם מה היה המעשה.

ד) מחנכים זענען בשר ודם'ס און האבן די זעלבע כלל פון אלע מענטשן, אז א מענטש קען מאכן א טעות, גייט אויך אן ביי זיי, איך האב מקבל געווען פון מחנכים צו מתפלל זיין יעדן טאג אז איך ווייס אז איך וועל מאכן טעותים אבער לכה"פ זאל דאס זיין נישט קיין זאכן וואס מען קען נישט פארעכטן, און איך זאל טאקע פארעכטן מיינע טעותים.

ה) ווען עלטערן זעהן א פראבלעם מיטן קינד'ס מלמד איז לדעתי דא אפאר חלקים וואס מען דארף טוהן 1. באמערקן יעדע שינוי אין די קינד און פרעגן מיט א רוהיגקייט, אסאך מאל וועט א קינד ליידן און שווייגן ביז מען וועט איהם פרעגן. 2. אויב איז דער מחנך איינער וואס מען פילט זיך באקוועם, זאל מען איהם אליין אנרופן און אויף א מענטשליכע וועג מברר זיין וואס עס גייט פאר, אויב נישט זאל מען רופן די הנהלה. 3. אויב ווערט דאס נישט מסודר דעמאלטס דארף מען זיך לייגן אין די לענג און אויף די ברייט ווי ר' נחמן, און זיכער מאכן אז מען נעמט קער פון די פראבלעם, מען דארף זייער געווארנט זיין זיך נישט צו לאזן פארפירן פון שיינע ווערטער, די הנהלות המוסדות האבן אזא מנהג אז מען בארוהיגט עלטערן מיט שיינע ווערטער און מפטירין כדאתמול, דאס איז די אחריות פון א טאטע אויף זיין קינד, צו זיכער מאכן נישט צו פארנאכלעסיגן די פראבלעם. 4. אויב ווערט דאס מסודר מה טוב, און אויב נישט דאמאלטס דארף מען נעמען אפשען בי דורך סטראשען וכדו'. 5. אויב איז די אישו א קדושה אישו ואכמ"ל, דאן פעלט גלייך אויס צו גיין צו #3 און עפ"י רוב וועט זיך אויספעלן #4.

והנראה לפי עניות דעת רבי כתבתי וה' הטוב יכפר,

Re: איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכי

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:11 pm
דורך ירא שמים
לסכם הנושא לפהנלענ״ד ,די זענען די נקודות פון דעם שמועס , די זאכן וואס מדארף אויף דעם עומד זיין מיט ישוב הדעת על פי דעת תורתנו הקדושה וואס ממעג יא און וואס נישט און וואס איז מען מחויב צו טוען אויסגעשטעלט וואו א מאטיבעל טשויס טעסט.
א)וואס הייסט עביודזשען? איז דא אויף דעם א קלארע הגדרה?
שלאגן פארשעמען געבן א עסיינמענט ארויסשיקען פון קלאס רודפ׳ן
ב) ווער גייט מחליט זיין אז ער איז א עביוזער?
טאטע. קינד. חברים. הנהלה. קאווע שטיבל. מקוה. רבנים. וואטסעפפ.
ג) וואס מעג מען טון מיט א עביוזער ?
זען מזאל עם מפטר זיין אן עני קאסט ותו לא מידי. אפי׳ נאכן ארויסוואפן איז הותר דמו ממעג עם מיט די משפחה לייגן אינדערערד דורך פאקיווילען אינטערנעט וכדו׳. מסר׳ן. ממעג עם מיט זיינע קינדער שיקן קיין אוישוויץ ה״י.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:29 pm
דורך [NAMELESS]
שווער צו געבן אן ענטפער, ווייל מ'וועט גלייך קומען זאגן 'מאי חזית', אבער איך וועל נאכאלס זאגן מיינע פאר צענט - בתכלית הקיצור - נאכן איבערקלערן כמה פעמים די ריכטיגקייט דערפון. וכשם שאין פרצופיהם שוים וכו'.

א. וואס מיינט אביוז?
מכות רצח איז זיכער אביוז. א פאטש לאו דוקא.
פארשעמען איז געווענטליך אביוז, כ'רעד פון צומאלן א קינד'ס שוואכקייטן פאר אלע אנדערע קינדער.
ארויסשיקן פון קלאס, הייסן גיין צום מנהל, געבן א שטיקל פסק, איז אויסדריקליך נישט קיין אביוז.
הייסן מאכן אן עסיינמענט איז תלוי אין די צאל מאל און אין די אריכות הנוסח פונעם עסיינמענט. ביסודו איז דאס בארעכטיגט.
רודפ'ן א קינד מיינט נישט בהכרח קיין אביוז, ס'קען מיינען א שווער קינד. אבער אויב דעם מלמד'ס צוגאנג איז דורך רדיפות, באליבטע און אומבאליבטע, דאן איז דאס אביוז [געוואויר צו וויסן דעם אמת, רופט מען אנדערע טאטעס, וכדלקמן].

ב. ווער איז מחליט אויב איינער איז אן אביוזער?
ווען א קינד רעדט זיך אפ 'אפאר מאל', און דו זעסט נישט קיין הצדקה פארן מלמד, רופט מען דעם מלמד. אויב ער סאונד נישט בסדר אויפן טעלעפאן, רופט מען אנדערע עלטערן פון קינדער וואס לערנען יעצט אין זעלבן קלאס, געוואויר צו ווערן אויב זיי האבן אויך עפעס א שלעכטע עקספיריענס. נאר דאן, הייבט מען אן מיט פרעשור דורכ'ן מנהל, א.א.וו.

ג. וואס מעג מען טון מיט אן אביוזער?
נאכן באקומען אפאר מאל ווארענונגען, אויב דער מלמד טוישט נישט זיין התנהגות - ווארפט מען אים אינמיטן יאר. גענוג נשמה'לעך זענען חרוב געווארן 'אינמיטן' אזא יאר. אויב ער האט א חלום פון ווערן א מלמד ערגעץ אנדערשוואו, מיינט דאס אז ס'אינטרעסירט אים נישט די תוצאות פון זיינע מעשים, און מ'מעג ווארפן פאשקעווילן, בארעדן וכו' ביז דו ווייסט אז קיין מלמד וועט ער שוין נישט זיין.

במה דברים אמורים, אז ער האט נישט פאטאל גע'דעמעדזש'ט א קינד, אבער אויב יא - הותר דמו כנ"ל אפילו ער וועט שוין קיין מלמד ממילא נישט זיין. פשוט אלס 'למען ישמעו ויראו'. און בזיון המשפחה קומט קיינמאל נישט אויפן חשבון פונעם כלל - לויט די פרעספעקטיוו פון די תורה, און חז"ל.

לענין מסירה, וואלט איך געזאגט הכל כפי הרשעות וה'דעמעדזש. איך וואלט געזאגט אז אין געוויסע פעלער איז דאס אזויווי א מאלעסטער, וואס די וואס וואלטן דארטן גע'מסר'ט, איז הוא הדין דא.

והנלענ"ד כתבתי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:56 pm
דורך [NAMELESS]
און לדעתי איז כסדר אראפקלאפן א קינד ( כ'מיין מיט ווערטער) אפילו שלא בפני התלמידים, אדער קיינמאל נישט ווייזען אפרישיעישען פון די קינדס ארבייט נאר כסדר פארלאנגען נאך און נאך, איז אויך אביוז. ס'קען גאר שטארק אפעקטירן די עתיד פונעם קינד. און אזא פאל דארף די מלמד אויך אביסל טעראפי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:53 pm
דורך קוקה קולה...
קרעקער האט געשריבן:די פראבלעם איז אס אינץ האבען נישט נארמאלע רבנים ועסקנים וואס זאלען זיצען בראש און דן זיין אזעלכע פראבלעמען
וועגען דעם איז כל הישר בעיניו יעשה
ווידזשעלענטיס

דאס איז סתם נעגאטיוו גערעדט !!אונזערע רעבנים האבן אפי׳ געמאכט אן אסיפה בנוגע דירות קריזיס(הגם מרזל איז צוריק אריין אין די קעדי אבער זיין השפעה האט זיך אנגעזען ביי אברהם בער׳ס דרשה) !!און די מציאות איז אז מען זעהט שוין פירות,נאמבער וואן אז די מאמענט האט עס שוין באשריבן נאמבער טא איז געווען זייט די אסיפה אזא פלייץ פון דירות קוק די דבר יום איעדן טאג

סוף דבר:רבנים טוען זייער זשאב און זענען נישט שולדיג אז עס זענען דא פאריקטע מלמדים
(איך נעם מיר אויסדריקליך ~נישט~אן פאר די רשעות׳דיגע רעעעבנים,אבער נישט אלעס זענען זיי שולדיג!)

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
קוקה קולה... האט געשריבן:איך בין נישט מחולק מיט דיר איך מיין ארויסצוברענגען אז דו קענסט נישט וויסן, מיין פערזענליכע שיטה איז אז מען דארף זיי ארויסטראסקענען מיט בושות ,נאר דארפסט וויסן וועם ס׳דא אמאל וואס ס׳פונקט פארקערט ווען עפעס א מלמד האט חוטא געווען (מיט א גערעכטע סיבה)קעגן א בנשק.......און ער באקומט די נאמען אלס אכזר

קוקה קולה: אויף דעם זאגט שוין די גמ' (מס' סוכה...) ..."אם אין דעת הבדלה מנין"...פארשטייצעך אז דאס איז נאר א מליצה, אין דעם קאנטעקסט וואס אונז נוצן עס דא. אבער מ'רעדט דאך פון מענשן וועלכע האבן פשוט'ן שכל הישר. קאמאן סענס, בלע"ז.אוןן זיי קענען מבחין זיין צווישן אן אומשולדיגן, ערליכן מחנך, וועלכער האט זיך פארזינדיגט און בארירט דעם קרוין פון א פרינצ'ל און אן אכזר, א סאדיסט וועלכער צאפט דאס בלוט און מאכט חרוב אידישע קינדער...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:א מחנך דארף אייביג האבן פאר זיינע אויגן אז אזוי ווי איינער וואס ארבעט מיט פעיפער וועט טרעטן אויף פעיפער, און איינער וואס ארבעט מיט האלץ וועט טרעטן אויף האלץ, חלילה קען זיין אז ער וואס ער ארבעט מיט נשמות וועט טרעטן אויף נשמות

דער ווארט איז שוין פון פריערדיגע, דאכט זיך פון מהרי"ח זאננפעלד.
חזו גברא רבא מאן דקמסהיד!

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:לסכם הנושא לפהנלענ״ד ,די זענען די נקודות פון דעם שמועס , די זאכן וואס מדארף אויף דעם עומד זיין מיט ישוב הדעת על פי דעת תורתנו הקדושה וואס ממעג יא און וואס נישט און וואס איז מען מחויב צו טוען אויסגעשטעלט וואו א מאטיבעל טשויס טעסט.
א)וואס הייסט עביודזשען? איז דא אויף דעם א קלארע הגדרה?
שלאגן פארשעמען געבן א עסיינמענט ארויסשיקען פון קלאס רודפ׳ן
ב) ווער גייט מחליט זיין אז ער איז א עביוזער?
טאטע. קינד. חברים. הנהלה. קאווע שטיבל. מקוה. רבנים. וואטסעפפ.
ג) וואס מעג מען טון מיט א עביוזער ?
זען מזאל עם מפטר זיין אן עני קאסט ותו לא מידי. אפי׳ נאכן ארויסוואפן איז הותר דמו ממעג עם מיט די משפחה לייגן אינדערערד דורך פאקיווילען אינטערנעט וכדו׳. מסר׳ן. ממעג עם מיט זיינע קינדער שיקן קיין אוישוויץ ה״י.

ירא שמים: די נקודה המרכזית לגבי דעם דיון איבער א מלמד'ס ממשיך זיין אין זיין פאזיציע, אדער אלס מלמד בכלל, איז נאר מיט'ן ציל צו מאכן איהם אומשעדליך. און אין עקסטרעמע פאללן, צו מאכן זיכער אז ער אדער זי איז מער נישט אין די ליין פון חינוך. אבער מ'דארף זיך שטארק רעכענען מיט כבוד המשפחה. מ'קען נישט פאררעכטן איין עוולה דורך באגיין א צווייטע עוולה.ס'איז נאר אז דער מענטש טאר נישט זיין אין די ליין פון חינוך. ער קען ארבעטן אין א פיש אדער טשיקן סטאר, וואו ער איז נישט אין אזא אחריות'דיגע פאזיציע פון חרוב מאכן עולמות, ח"ו...!