בלאט 2 פון 3

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 9:15 pm
דורך דעת תורה
אדנירם האט געשריבן:ב"ה איך האלט יעצט ביים ענדיגן א קיילעכיגע יאר זייט איך בין אריינגעקומען אין ק"ש צוערשט - דעם דרייסיגסטן אין מערץ.

נאכן אריינקלערן אין דעם א שטיק צייט, בין איך געקומען לכלל החלטה אז איך קען נישט פארבלייבן אויף ק"ש. דאס פארנעמט צופיל פון מיין צייט, און ערלויבט מיר נישט צו טון פיל וויכטיגערע זאכן ווי שרייבן און מגיב זיין דברים כסדרן.

איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט, אמאל צואווארפן א הערה'לע צוויי, אבער מיין אומאפיציעלע קאריערע אלס שרייבער בה"א הידיעה, איז לכאורה א פארגאנגנהייט.


אין דעם צייט וויל איך אויסדריקן מיין דאנק פאר אלע חברים שיחיו, און די הנהלה. עטס האטס נישט קיין מושג וויפיל כ'האב אלס איינגעקויפט אין ק"ש, סיי ידיעות בכל המכמנים, סיי נייע מהלכים המחשבה, סיי הומאר אין א שווארצן טאג, סיי מענטשליכע סקילס, און וואס נישט.

מכל מלמדי השכלתי, ומקאווע שטיבל יותר מכולם.


א גרויסן דאנק אייך, און כל טוב,
ידידכם, אדנירם.

I don't 'like' that!

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 10:40 pm
דורך ראוונע
אדנירם האט געשריבן:ב"ה איך האלט יעצט ביים ענדיגן א קיילעכיגע יאר זייט איך בין אריינגעקומען אין ק"ש צוערשט - דעם דרייסיגסטן אין מערץ.

נאכן אריינקלערן אין דעם א שטיק צייט, בין איך געקומען לכלל החלטה אז איך קען נישט פארבלייבן אויף ק"ש. דאס פארנעמט צופיל פון מיין צייט, און ערלויבט מיר נישט צו טון פיל וויכטיגערע זאכן ווי שרייבן און מגיב זיין דברים כסדרן.

איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט, אמאל צואווארפן א הערה'לע צוויי, אבער מיין אומאפיציעלע קאריערע אלס שרייבער בה"א הידיעה, איז לכאורה א פארגאנגנהייט.


אין דעם צייט וויל איך אויסדריקן מיין דאנק פאר אלע חברים שיחיו, און די הנהלה. עטס האטס נישט קיין מושג וויפיל כ'האב אלס איינגעקויפט אין ק"ש, סיי ידיעות בכל המכמנים, סיי נייע מהלכים המחשבה, סיי הומאר אין א שווארצן טאג, סיי מענטשליכע סקילס, און וואס נישט.

מכל מלמדי השכלתי, ומקאווע שטיבל יותר מכולם.


א גרויסן דאנק אייך, און כל טוב,
ידידכם, אדנירם.

גבאים סאיז נישט קיין יושר אז סאיז נישט דא קיין דיסלייק קנעפל
שש די קענסט עס נישט טון

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 10:42 pm
דורך נולד מאוחר
[emoji26][emoji27]

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
:D :P :lol: :קלאטש :רח"ל :לייק :פורים: :רגע: :פורים: :פורים2: :ניגון: :בייביי: :ציין: :like

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 11:07 pm
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:ער שפינט און דרייט מיטן עולם, ער גייט ווייטער ברימען ווי א לייב.
ער בלייבט דא געהעריג.
אין אמשינוב איז יעצט פורים קטן, ר'איז אביסל בגילופין.

שש, וועסט נישט בייזערען אויפן חשד, וואר?

כ'בייזער זיך נישט, און דו ביזט נישט דער ערשטער מיר צו פרעגן/חושד זיין דערוועגן.

איך נעם עס פאר א קאמפלימענט, אז יעדע געלונגענע נייע ניק איז מען חושד אין 'אדנירם' [אין פארום לדעת נט. האב איך אויך זוכה געווען מ'זאל מיר אנקוקן ווי די חשוב'סטע ניקס, געדאפלט]. איך האף אז פאר אים וועט עס אויך זיין א קאמפלימענט...

אלנפאלס, איך גיי לשם גיין ממש.
נישט אויף צו שפילן מיט ניקס, און מיטן עולם.

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 11:07 pm
דורך אחד העם
תאכען?

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
פשוט און גראד: ס'נעמט מיר אוועק צופיל צייט. כ'האב טאקע געטון מער אין מחקר, אבער ווייניגער אין לערנען, דאס יאר. ס'איז געווען זייער זיס, אבער גענוג איז גענוג. דאס איז עס על רגל אחת, ביתר פרוטרוט פרעג אין אישי.

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 11:56 pm
דורך קל וחומר
בכה אבכה בלילה הזה בבכי תמרורים,
כאב יכאב כל לב שומע כאלו דיבורים,
איך יעזוב רועה נאמן את צאנו פתאום,
אחרי התמסרותו בלו"נ לעדרו יום יום.

מה נאמר ומה נדבר?
מיר פארלירן דא א גאון בתורה.
א גאון בפילוסופיה.
א גאון בפרשנות.
א גאון בפאעזיע.
א גאון בכתיבה.
א גאון בהיסטוריה.
א גאון במחקר.
א גאון בחכמות.
א גאון בידיעות.
א גאון בהומור.
א גאון בעושה 'מעשיות' עמך.
בקיצור א מושלם!!!

נישטא גענוג ווערטער צו באדאנקן אויף ביז אהער,
מיר האפן אז דיין אריינפאלן וועט זיין ווי מער,
איין זאך איז יעדער מודה בין איך זיכער,
אז קאווע שטיבל מיט א [tag]אדנירם[/tag] איז אן אנדערען דערהער.

החותם בלב רוגש,
קל וחומר

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:20 am
דורך דריידל
דער שש וועט שרייבן וואס עס לאזט זיך אבי צו באקומען אביסעלע אטענטשין (לייקס בלע"ז). היינט שרייבט ער אז ער גייט אוועק, זאל דער עולם פרובירן אים צו חנפנ'ן מיט לייקס אולי וועט ער זיך איבערבעטן. מארגן וועט ער שרייבן אז ער ציט צוריק און בלייבט יא דא, וועט דער עולם ווייטער לייקן צו ווייזן ווי שטארק מ'פרייט זיך אז ער איז בתוכינו.

אלזא וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל נישט לייקן שש'ן כל זמן ער איז נישט אקטיוו דא. וועט עטץ זעהן ווי שנעל ער 'עט זיין צוריק.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:27 am
דורך [NAMELESS]
דערווייל נאך צו ווייניג השערות שפעקולאציעס און חשדות.
#קיפ-איט-קאמינג...

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:33 am
דורך ירא שמים
ער איז משה ראטה און ער איז יעצט געווארן רב הצעיר האט ער שוין נישט קיין צייט…
שש, סאיז די בעסטע וואס כהאב געקענט אויפקומען.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:35 am
דורך קל וחומר
ווען ד'פרעגסט מיר, וואלטעך מציע געווען זאלסט כאטש ווארטן ביז עשרת אלפים לייקס!
קומסט מיר פאר ווי דער ערל וואס אנטלויפט הארט בעפאר שלחן עורך...
ד'ווייסטעך יא אז דער עולם גלייכט דיר אויסצולויבן, גיב אונז כאטש די געלעגנהייט ארויסציווייזן אן הכרת הטוב כדבעי.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 8:03 am
דורך [NAMELESS]
אן ארטיקל אינעם פסח אויסגאבע כאטשיג?

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:13 am
דורך נתן מנחם
איך וועל זיך זייער בענקן נאך @אדנירם
וויל איך כאטש בעטען דעם לעצטען וואונטש: ביטע שרייבען איין (אדער מער) ארטיקל/ן אין ק"ש פסח אויסגאבע וואס ווערט אנגעפירט דורך אונזער פריינט @כוכב. אזוי ווי איך האב שוין נעכטן דערמאנט אז אונז ווילען לייגען א דגוש אויף אלטע ניקס זאלען כאטש די 2 מאהל א יאר אריינשיקען א באשרייבונג (סוכת און פסח), און היינט מארטש 30 ווערסטו שוין גערעכנט ווי אן אלטע ניק.

איי וויל מיס יו!
איך בעהט דיך שעהם דיך נישט צוריקצוקומען מיט'ן פילן קראפט ווען די בענקסט דיך :mrgreen: .

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:34 am
דורך ירח בן יומו
די עולם כאפט גארנישט.

רעכניץ האט געוואלט אונטערברענגן דעם שטיבל האט ער פראבירט אויסצוקויפן קעלנער, אבער אזוי ווי די עולם איז געווען גרייט צו צאלן מער אז ס'זאל בלייבן אפן, איז ער יעצט געגאנגן צו PLAN B, מיט אונטערקויפן שש זאל ווערען א שרייבער פארשיין באצאלט, וועט ער פארדינן א שרייבער א משולם, און צו דערזייט וועט ער אריישמייסן אין דעם שטיבל א טויט קלאפ.

WAKE UP AND SMELL THE COFFEE

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:31 pm
דורך טמיר
ער האט נישט געשריבן גענוג ארטיקלען וואס איז ראוי אריינצוגיין אין פסח אויסגאבע?? מען קען פון זיינע ארטיקלען אליין מאכן די גאנצע אויסגאבע!

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 2:19 pm
דורך יעקב מענטש
אבנארמאל וואס דא טוט זיך.

גיב מיר דיינע אנדערע אויפגאבעס, און דו נעם דיך שרייבן ווי א מענטש. פארשטאנען ?

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 2:23 pm
דורך פרייוויליג
ביטער ווי א זית. אדנירם איננו.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:דערווייל נאך צו ווייניג השערות שפעקולאציעס און חשדות.
#קיפ-איט-קאמינג...



דאס האב איך שפעקעלירט דא
viewtopic.php?p=308413#p308413
און משזר איז אן איזרעלי. מתובל בתבלין כדבעי, שארף און שפיציג. מסתבר... אן איזרעלי משולח! לויט וויפיל ער האט שוין געשריבן אין אזא קורצע תקופה, איז מסתבר אז זיין איינציגסטע אפהאלט פון שרייבן איז ווען ער לויפט מיט די קליינגעלט אין האנט צווישן די שטיבלעך אין שומר שבת.
קוקט אויס אז נאך די אלע חדשים האט זיך צוזאם געקלעקט גענוג פאר די טיקעט אהיים צו פארן.



נ.ב אויב די דארפסט אויף יו"ט נאך א קעסטל ציבאלעך אדער בוריקעס פון שישא פארבינדט זיך אין אישי.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], מיט יעדן וויין איך, און מיט יעדן לאך איך. איש איש ותגובתו.

אבער דיינס האט געקאסט א באזונדערע אויספלאץ... :lol:
ש'כח.

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 7:50 pm
דורך ביליג
שש טייערע דו בוסט מיין hero !
יעדע אשכול!
יעדע זאץ!
יעדע שורה!
יעדע ווארט!
און יעדע פינטל אדער שטרעכל!
איז אויסצוקושן אויף אלע ציין עס איז נישט דא אין שטיבל דיינס גלייכן.
איך האב ענדליכע געפילן פון דיין החלטה, ווי פון ווען קעלנער האט געמאלדן זיין באריכט
מיין איינציגסטע טרייסט איז אז דו וועסט נאך צוריק קומען!
לאז אונז נישט איבער
החותם בצער הקטן ביליג

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 8:35 pm
דורך קל וחומר
העניך'ל טייערע,

כ'האב געלייגט אן אויג אויף דיר שוין מיט א שטיק צייט צוריק, אויף א געוויסע בחינה קען מען זאגן עד שלא שקעה שמשו של זה זרחה של זה, פארשטייט זיך דאס איז נאר טאמער דו וועסט שרייבן גענוג אפט אויף צו קענען זיין א מעין פון רבינו שליט"א.

יעצט רבותי,
ס'ווערט דא א גרויסע חלל מיטן אפפיץ פון רבינו שליט"א, מ'בעט די תלמידים זאלן יעדער נעמען עפעס א חלק אויף צו קענען ממלא זיין דעם חלל, יעדער לפי כחו.
ועתה יגדל נא כח הק"ש כאשר דברנו לאמר.
מיר גייען אי"ה אלע זיך נעמען שרייבן מער אפט און מער תוכנ'דיג ביתר שאת וביתר עז.

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:22 pm
דורך פליקער
אדנירם, איך מיז מודה זיין אז כאטשיק ער וועט שטערן די ארדענונג דא מיט דיין טובלען און ארויס, און מיר פערזענלעך אויך, פארשטיי איך דיר גאר שטארק, אבער אויך ווי כוכב זאגט אז איין מאל מען האט מיעס אריין געביסן אינעם עץ הדעת, איז פארהאן א דראנג וואס לויפט נאך, און מען קען נישט פטור ווערן, איך ווינטש דיר כל טוב, צאתכם ובואכם לשלום, פארגעס נישט פליקער בן פלוקטע.