בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:41 pm
דורך מאטי
אויב גייסטו ספעציעל נענטער צו א דאגי ווייל "איך האב נישט מורא....נעע!!"

Re: מסתמא ביסטו א חסיד

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:18 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב רעדסטו א צעבראכענע ענגליש אין נישט געענדיגט אפי 6th גרעיד. אין דאך פיהרסטו א מאלטי מיליון דאלער ביזנעס. מסתמא ביסטו א חסיד.

Re: מסתמא ביסטו א חסיד

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:19 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב ווילסט מאכען א שידוך געבעיסט אויף די קאליר זאקען אדער סטייל הויזען וואס די בחור וועט טראגען........

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 1:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב שטייסטו ביי א חתונה און קוק'טס די מוזיקאנט ארויף די נאז לעכער

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ניטל איז דיין בעסטע טאג אין יאר

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו לערנסט פון ביכער און ארבייטס אונטער די ביכער

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין סעקלוארע עדיוקעישאן קומט פון הערן ראדיאו

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע דעות קומט פון דער בלאט עדיטאריעל

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב די ווארט שובבים מאכט דיר נערוועז

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע גאטשעס זענען לענגער פון די אורך התיבה

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע וואנצעס כאפן א טעגליכע טבילה אין קאווע

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין קאר האט מער שאפינג בעגס ווי מייליזש

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט דיך קלוג נאכ'ן ליינען יפה בעתו

מסתמא ביסטו א חסיד

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 2:07 pm
דורך געוואלדיג
מתוק מתוק,

אויב האסטו הנאה פון רויטע'ס דיבורים

מסתמא ביסטו אויף קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:23 pm
דורך בעל מדות
[justify]אויב טראגסטו עס. עי. עס. שיך

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב איז עמי פון ווי נעמסט וויסנשאפט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ליינסטו אפ די צייטונגען ביים נייעס שטאנג

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב איז "די וואך" דיין קוואל פון נייעס

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דאנערשטיג מיינט ביי דיר טשולנט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב זונטאג עסטו לעבער מיט חריף

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב שערסטו זיך ביים בארבער

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב קייעסטו גאם, יעדע מאל גייסט צו א זיצונג

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב פליען ארויס קאווע גלעזלעך פון אויטא

מסתמא ביסטו א חסיד[/justify]

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:27 pm
דורך שמעקעדיג
בעל מדות האט געשריבן:אויב שערסטו זיך ביים מקוה איד
מסתמא ביסטו א חסיד

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
אויב פארקירסטו דיין אויטא ביי די "דיסעיבלד פארקינג"

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו פוצט נישט אפ דיין קאר'ס דאך פון שניי

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב נעמסטו אויף 2 פארקינגס

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו טוסט דאבל פארקן און כאפסט א שמועס מיט א חבר

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דער פאליציאנט וואס שטעלט דיר אפ איז אן אנטיסעמיט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב לייגסטו דיינע בארד האר אין די ספרי ביהמ"ד

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב לאזטו איבער דיין האלב אויסגעטרינקענע גלאז קאווע אין ביהמ"ד אויפן טיש

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ווערן אייערע שכנים אנגעשמיסן פון אייער התלהבות'דיגע עטיפת טלית

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב טראכסטו יעצט אז איך בין א סעלף העיטיג חסיד

מסתמא ביסטו א חסיד

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין ווייט פון א חסיד און איך האב עס נישט געגליכענט

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:16 pm
דורך מייקל פאראדעי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין ווייט פון א חסיד און איך האב עס נישט געגליכענט


אויב טוסטו שמייכלן ווען מ'מאכט ליצנות פון חסידים...

מסתמא ביסטו א ליטוואק :D

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:09 pm
דורך פרייוויליג
אויב זעסטו א פרוי סטאק מיט איר קערידזש אין די שניי און דו העלפסט איר נישט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ווען דו רעדסט מיט א פרוי ווערסטו רויט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב שעירסטו נישט אפ דיינע שנאצען המעכב את האכילה

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב עמיצער גריסט דיך און דו דרייסט זיך צוריק צו קוקען ווער דאס איז געווען

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין שטערקסטע טשעלענדזש צו דיין חבר איז צו וויסן ווער עס האט קודם געלעבט די בני יששכר אדער אגרא דכלה

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז מען דארף זאגן הרב קוק (ימ"ש)

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז די לוטאים זענען בעסער פון די חסידים

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז די חסידים זענען בעסער פון די לוטאים

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז עס איז נשתכח תורת הבעש"ט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז עס איז נישט נשתכח תורת הבעש"ט

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין גרעסטע חסידישע גאון אין די צוואנציגסטער יאר הונדערעט איז מיכאל בער ווס"מ

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב האלסטו אז מיכאל בער ווס"מ האט געקענט מאכן א קאר פארן אויף וואסער

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז פרויען האבן זיך געשוירן די האר זינט מעמד הר סיני

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז רוב פרויען היינט שערן זיך די האר

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז שערן די בארד איז הארבער ווי שערן די פרוי'ס האר

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז שערן די פרוי'ס האר איז הארבער ווי שערן די בארד

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב פארמאגסטו איין פאר הויזן

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב וואשטו דיינע הויזן פעמיים בשנה

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו גייסט נישט אין מקוה ווייל דו ווילסט נישט מ'זאל זען דיינע רבינו חננאל'ס מכנסיים

מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז א נאכט העמעד איז פרומער פון א פעדזשאמע

מסתמא ביסטו א חסיד