נולד מאוחר האט געשריבן:קאמפלצירט?? וואס עפעס איז דאס א קאפליצירטע קשיא? וואס עפעס ביזטן אראפ צי דריי פין צען??
פארגעס נישט לויט איין פין די צען תיריצים איז עולם הבא אזא דבר פשט אז מען דראף עס ניטאמאל דערמאנען אין די תורה, לויט די צווייטע תירץ איז גאר פינקט פארקערט די אידן זענען געווען אזוי נידריג, מ"ט שערי טומאה, פארגרעבטע עבדים ,מיט קורצע הסוגת אז זיי וואלטן נישט פארשטאנען אזאלכע רחניות'דיגע מיסוגים ווי עולם הבא.
נאכאמאל, האסט געשריבן "ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא", האב איך דיך געפרעגט צי דו ווייסט נישט פון קיין קשיות וואס האבן עטליכע תירוצים, אדער נאר דא דערמאנט דיך עס פון בית יוספ'ן? צווייטנס האב איך דיר מסביר געווען אז עס מעגן זיין צוואנציג מענטשן וואס פרובירן צוטרעפן דעם ריכטיגן תירוץ. און איינער מעג זאגן פונקט דעם פארקערטן תירוץ ווי דעם אנדערן. איז דאס עפעס א פירכא אדער איבערווייז? דריטנס, לאמיר גיין צום טראדיציאנאלן תירוץ "אלו ואלו דא"ח". וואס איז? צו אלטמאדיש? קען נישט זיין אז צוויי תירוצים זענען ביידע גערעכט (אינגאנצן, רעלאטיוו אדער כאטש אין א געוויסן זין)?
צו לעצט לאמיך דיר פרעגן: וואס איז דיין תירוץ, אדער מסקנא, צו די קשיא? אלא מאי, די תורה האט נישט געהאלטן פון קיין שכר אין עולם הבא? אויב די אלע תירוצים שטימען דיר נישט געהעריג, וואס האלטסטו איז דער ענטפער אויף די קשיא?