בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:19 am
דורך [NAMELESS]
אויב זענט איר נישט א קארגער דאן וועט איר מעגליך נישט כאפן.
איך בין אויסגעלאפן פון לייקס... נו וואס מיינט איר טוט א איד ? האב איך פשוט אוועק געגעבען פון מיינע....
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:49 am
דורך טאמבל סאס
איך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:27 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:נאדיר:
======
והמבין יבין...
עהההההההה, כ'גיי נישט זיין אזוי שלעכט, און כ'גיי דיר באמת לייקן.
ערעב שש, וואס זאל איך זאגן? דו ביסט דער ערשטער דא וואס האט מיר ציגעפיקסט, אבער איך גיי מיר האלטן שטארק מיט מיינס, ווייל איינער פון מיינע רבותי המובהקים דא אין קאווע שטיבל האט מיר אויסגעלערנט אז דאס איז די וועג צו באקומען חיזוק, ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט זאל מעין זיין אביסעל אין די אמשינוב׳ע אשכול וד״ל.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:42 am
דורך [NAMELESS]
איר רעדט דאך ווי א ריכטיגע באטשי....
לאוו יו.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:44 am
דורך [NAMELESS]
יא יא, ס'דיר נאר נישט איינגעפאלן אז ס'ווענדט זיך וואס מ'האט געשריבן בעפארן בעטן א לייק...
[אין פאקט, אויב כ'האב נישט משקיע געווען גאאאאאאר א לאנגע צייט אין א מאמר, בעט איך נישט דעם הכרת הטוב].
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:24 am
דורך טאמבל סאס
אמאל, בין איך אויסגעלאפן פון נעגל וואסער שיסלען (אלע אינטערהויזנ'ס האבן זיך געווייקט אינדעם) און כ'האב גענוצט א טאפ אנשטאט. כ'האב שוין אויך גענוצט די באקאנטע דיספאזעבל , היימישע מאסט פלעשלעך אנשטאט די אומבחנ'טע קאלירטע פלאסטיק טעפלען (מיט די אפגעבראכענע הענטלעך).
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:29 am
דורך טאמבל סאס
איינמאל בין איך אויסגעלאפן פון חלות פאר לחם משנה, האב איך זיך מוציא געווען מיט מיין ווייב'ס
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:33 am
דורך טאמבל סאס
איך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:35 am
דורך טאמבל סאס
איך בין אמאל אויסגעלאפן פון מרור און גענוצט חזרת במקומו.
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:35 am
דורך א איד
איך בין אויסגעלאפן פון קעש...... און אנשטאט דעם גענוצט קרעדיט קארדס...... און היינט זאג איך אז זיי קענען מיר אלע קושן.....
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:40 am
דורך וויל קענען
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
ענדערש שרייב כהאב אמאל נישט פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס גענוצט מיינס
געלונגענע אשכולות
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:59 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:יא יא, ס'דיר נאר נישט איינגעפאלן אז ס'ווענדט זיך וואס מ'האט געשריבן בעפארן בעטן א לייק...
[אין פאקט, אויב כ'האב נישט משקיע געווען גאאאאאאר א לאנגע צייט אין א מאמר, בעט איך נישט דעם הכרת הטוב].
דרך אגב, איך בין דא אריינגענומען אין קאווע שטיבל צו שרייבען לאנגע מאמרים און ביאגראפיעס, אין וואס איך האב אריינגעלייגט נישט שעות, נאר יארן פון ריסירטש, נאר וואס זאל איך טון אז איך בין באין ברירה פארצימעסט געווארן להצדיק את הצדיק (וואס דארט האב איך אריינגעלייגט נאר שעות צו קענען מברר זיין די מציאות הדברים) און אי״ה ווען עס וועט זיין דער ווילן פון אויבן, וועל איך אנפאנגען שרייבען וואס איך האב געפלאנט לכתחילה.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:26 pm
דורך געוואלדיג
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
עס האט געארבעט אדער נישט?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 3:07 pm
דורך ברסלבער
טאמבל סאס האט געשריבן:אמאל, בין איך אויסגעלאפן פון נעגל וואסער שיסלען (אלע אינטערהויזנ'ס האבן זיך געווייקט אינדעם) און כ'האב גענוצט א טאפ אנשטאט. כ'האב שוין אויך גענוצט די באקאנטע דיספאזעבל , היימישע מאסט פלעשלעך אנשטאט די אומבחנ'טע קאלירטע פלאסטיק טעפלען (מיט די אפגעבראכענע הענטלעך).
איך אין אזא צייט האב גענוצט א זופ טעלער מיט א קאפ (אין א 7 אונס קאפ גייט אריין בערך דריי רביעית'ן). ס'האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט ב"ה.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 3:24 pm
דורך בן עזאי
איך בין אויסגעלאפן פון דראנטן אינמיטן טוהן אן עלעקטריק דזשאב, האב איך געניצט א ראלל פון טוויסטערס. ב"ה ס'האט פיין געארבייט.
... האלא מיסטער עלעקטרישאן, מיין טעלעפון קראצט, ס'הערט זיך ווי כ'רעד אויף א וואלקי טאלקי.
ס'מיז זיין דיין קארדלעס איז די פראבלעם, גיי קויף א נייע. כ'האב שוין לאנג געזאגט פענעסאניק טויג צו פאטעיטאס בעסער ווי עלעקטראניקס.
... העלא, וואס, מיט די נייע פאון איז נישט בעסער? גוט איך קען איבערמאכן די ווייערינג, כ'וועל עס מאכן דאס מאל פאר $150.
כ'לייג דיר אריין אין מיין סקעדשועל פאר דריי וואכן ארום...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 4:54 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
טאמבל סאס: די זבל פרדותיו של יצחק האט מען כאטש געקענט נוצן פאר פערטילייזער... אויף וואס קענמען נוצן דיינע רבינו תם'ס...?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
טאמבל סאס: די זבל פרדותיו של יצחק האט מען כאטש געקענט נוצן פאר פערטילייזער... אויף וואס קענמען נוצן דיינע רבינו תם'ס...?
אויף אפצואווישן דאס פנים נאכן מקוה...

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין אויסגעלאפן פון שרייבן א גוטע תגובה, און אנשטאט דעם געשריבן שטותים...
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:52 pm
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
טאמבל סאס: די זבל פרדותיו של יצחק האט מען כאטש געקענט נוצן פאר פערטילייזער... אויף וואס קענמען נוצן דיינע רבינו תם'ס...?
צו פארדעקן די את'ן פון פרשת אבימלך. ..
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:24 pm
דורך קאווע טרינקער
דא האט איר א פאראידישטע:
איך בין אויסגעלאפן פון [וויין] ... און אנשטאט דעם געניצט [גרעיפ דשזאוס] ...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:38 pm
דורך וכדומה..
מיין ווייב זאגט מיר זי איז אויסגעלאפען פון קליידער מיט וואס זיך אנצוטוהן..
האב איך גענומען אירע פיר שענק פון קליידער און עס ארויסגעטראסקעט אין גארבעדש... אפשר יעצט עסטו האבן
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 3:08 am
דורך בעל מדות
אויסגעלאפן פון סערוויס, און געניצט ווייפיי.
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:59 pm
דורך ווייס פרעזידענט
בן אדם האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:וזה החלי:
פארגאנגענע וואך פארן לעכט צינדן, איז ביי מיר אויסגעלאפן די שמן זית און איך האב גענוצט אנשטאט דעם קאנאלא אויל (עס האט געברענט פונקט אזוי שיין).
ביי מיר איז געווען פונקט די זעלבע מעשה די וואך און ס'וואלט ממך נישט איינגעפאלן צוברענגען די מעשה דא, (זעט אויס איך בין שוין גענוג שלימזל). אויב איך קויף נישט יעצט שמן זית גיי איך נאכאמאל צינדן די וואך מיט קאנאלא אויל.
ביי מיר האט זיך איין פרייטאג צו נאכטס גענדיגט די גרעיפ דזאוס האב איך גענוצט וויין און סהאט זיך פיין געטרינקען אין אזוי פיר איך ממך יעדע פרייטאג אויפדערנאכט