בלאט 2 פון 24

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:14 pm
דורך באריסטא
"יעקל" איז צו ענליך צו דעם ניק פון חברינו ר' "יאנקל".

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 8:25 pm
דורך באריסטא
דער ניק ״אנכי ה אלקיך״ קענען מיר נישט אקטיוויזירן.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:24 pm
דורך גבאי שני
צוליב אונזער פאליסי נישט אנצונעמען ניקס מיט דעגראדירנדע אויסדרוקן, קענען מיר נישט באשטעטיגן דעם ניק "ליידיקגייער". ביטע קלויבט אייך אויס אן אנדערן ניק.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 2:00 am
דורך גבאי שני
״א צוקוועטשטע חסיד״ איז נישט קיין פאסיגער ניק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 7:42 pm
דורך גבאי שני
״משה יעקל״ אקטיוויזירן מיר נישט וויבאלד עס זענען פאראן עטליכע ענליכע ניקס.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:22 pm
דורך באריסטא
״יענקל פאדראטשיק״ קען נישט אנגענומען ווערן ווייל מיר פארמאגן שוין א ״יאנקל״.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:25 pm
דורך זר זהב
באריסטא האט געשריבן:״יענקל פאדראטשיק״ קען נישט אנגענומען ווערן ווייל מיר פארמאגן שוין א ״יאנקל״.

וואס איז עס ערגער פון נח געציל מיט משה געציל ? ס'סאך מער קאנפיוזינג!

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:26 pm
דורך זר זהב
ווי אויך 'קארל' מיט 'קלאר'. מיינע אויגן טוהן וויי פון מאכן זיכער ווער ס'שרייבט.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 3:18 pm
דורך אברעמעל
ס'דא א תגובה פון די צוויי וואס די אינהאלט מאכט דיר זיין מסופק?
אנעם קוקן ווער די שרייבער איז.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 6:03 pm
דורך באריסטא
״וויליאמסבורג״ זאל ביטע זיך אויסקלויבן א נייעם ניק; מיר פארמאגן שוין א ״וויליאמסבורגער״.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 6:09 pm
דורך באריסטא
״משה מאיר״ ווערט נישט אקטיוויזירט ווייל מיר פארמאגן שוין משה בער, משה געציל, משה זוכמעך, משה מענטש, משה רוקח, ועוד.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 2:23 am
דורך גבאי שני
"יענקל10" קענען מיר נישט אננעמען ווי דערמאנט פריער לגבי משה יעקל, יענקל פאדראטשיק, און נאך.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 2:32 am
דורך גבאי שני
"משה_יחוס", זע וואס באריסטא האט פריער געשריבן וועגן משה מאיר.

רבותי, זייטס אביסעלע קריעיטיוו! קומטס אויף מיט נייע נעמען, נישט די זעלבע נעמען נאכאמאל און נאכאמאל...

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:11 pm
דורך באריסטא
"הארסי" איז א דעגראדירנדער ניק, און קען דעריבער נישט אנגענומען ווערן.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
באריסטא האט געשריבן:"הארסי" איז א דעגראדירנדער ניק, און קען דעריבער נישט אנגענומען ווערן.

לוזער לאנדא איז מחולק מיט דעם פאקט.....

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:41 pm
דורך באריסטא
"מיינונג" קענען מיר נישט אקטיוויזירן ווייל מיר פארמאגן שוין א ניק "מיין מיינונג".

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:18 pm
דורך גבאי שני
"משה11211" - ווי שוין עטליכע מאל דערמאנט, מיר קענען שוין נישט אננעמען קיין ניק וואס האט אין זיך דעם נאמען משה.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:40 pm
דורך גבאי שני
"שמעקער" קען נישט אנגענומען ווערן, ווייל ס'איז צו ענליך צו "שמעקעדיג".

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:38 pm
דורך באריסטא
"קליגער" ווערט נישט אקטיוויזירט ווייל מיר פארמאגן שוין א חבר kliger.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 6:27 pm
דורך באריסטא
"יואל" קענען מיר נישט אננעמען ווייל מיר פארמאגן שוין א ניק "יואליש".

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:55 pm
דורך גבאי
joel ווערט נישט אנגענומען, צוליב אונזער חבר יואליש.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:06 pm
דורך שמואל הלוי
באריסטא האט געשריבן:"יואל" קענען מיר נישט אננעמען ווייל מיר פארמאגן שוין א ניק "יואליש".

גבאי האט געשריבן:joel ווערט נישט אנגענומען, צוליב אונזער חבר יואליש.

קוקט אויס ווי דער זעלביגער האט נאכאמאל געטרייט זיין לאק

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 6:10 pm
דורך יידל
אינטערעסאנט, די אשכול הייסט "פראגעס און ענטפערס איבער ניקס". למעשה האט עס כמעט נישט קיין פראגעס און ענטפערס, נאר בלויזע סטעיטמענטס...