בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:33 am
דורך וחלופיהן
דיין זין איז נישט דיין שלאק און זיי מוחל הייב דיך אויף און ברענג אליין אריין א גלאז.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:33 pm
דורך שרגא
מען האט נישט דא דן געווען צי יענער טוט בעצם א גוטע זאך מיט'ן שיקן זיין קינד אים באדינען, נאר למעשה ווען עס מאכט זיך אזא סיטואציע (זאל זיין ווייל דער טאטע זיצט אין א ווילטשעיר) און עס זענען דא די צוויי אפציעס, וועלכע איז בעסער.
לעצם הענין בין איך גראדע אויך א חסיד פון זיך אליין באדינען ווען מעגליך און נישט ניצן סתם אזוי אנדערע (דאס ווייב אריינגערעכנט) ווייל איך בין יעצט פויל. ביים שבת טיש שטעל איך זיך אליין אויף רוב מאל ווען איך וויל עפעס. אבער נישט אז איך האלט עפעס איז "ראנג" ווען מ'בעט א קינד עפעס צו ברענגען און עס מיינט 'נישט' אז ער איז דיין שלאק אויב איז עס איז אויף א נארמאלע אופן. נאר למען האמת זעט מען טאקע היינט אסאך וואס רירן זיך נישט פון פלאץ פון קידוש ביז נאכ'ן בענטשן. מען איז אזוי געוואוינט צו בעטן אלעס פון אלע ארומיגע אויסער פון זיך. קען זיין עס האט מיט דעם וואס מען האט אסאך קינדער וועלכע זענען גרייט יעדע סעקונדע צום באפעל פון זייער קעניג/פאטער און אויך א ווייב וואס איז שוין אזוי געוואוינט אז זי טוט "אלעס" אין שטוב. די מעגליכע קאנסעקווענצן פאדערט אפשר טאקע אן אנאליז.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:48 pm
דורך וחלופיהן
איך האב עס געזאגט פארן זעלבן סיבה וואס דו האסט גאר גוט ארויסגעברענגט.
לגופו של ענין איז מיר די שאלה מאדנע ווייל עס צייגט אויף א געמאכטע און ארטיפישל באציונג צווישן טאטע און קינד. ער האט געבעטען א גלאז און ער האט באמערקט אז ער האט שוין. איז אדער געב א שריי כעסקי ס'יז אקיי איך האב שוין, אדער ווען ער קומט צוריק זאגסט דו אים, סארי נאך ביסט ארויסגעגאנגען האב איך באמערקט אז איך האב שוין א גלאז אבער טאנקס עניוויי און אפשר וועט עס איינער באלד דארפען. ענד אוו סטארי. לייף איז טו שארט מאכן א גאנצען טאראראם איבער א גלאז. דו וואלסט זיך נישט אזוי באנומען ווען עס פאסירט מיט דיין חבר איז פארוואס א גאנצער טיאטער מיט א קינד? אויסער אז די ריליישנשיפ איז טאקע א סארט אבינו מלכנו אדער אדוני המלך פארשטיי איך בכלל נישט די אישוס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:"כעזקי," זאגט דער טאטע פאר זיין זון ביים שבת טיש. "גיי ברענג מיר ביטע א גלאז צו טרונקען." כעזקי גייט אין קאך אריין צו ברענגען א גלאז, און דערווייל זעט דער טאטע אז עס ליגט א גלאז אביסל אפגערוקט אויפ'ן טיש. דער טאטע האט יעצט צוויי מהלכים וואס ער קען טון:
א) זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם גלאז וואס ער זעט אויפ'ן טיש, און ווען כעזקי קומט מיט זיין גלאז וועט אים דער טאטע זאגן, "שקויעך כעזקי!" איך זיך דערין אנגיסן א געשמאק גלעזל קאלע.
ב) נעמען דעם גלאז וואס ער זעט אויפ'ן טיש, זיך אנגיסן א קאלטן גלאז קאלע, און ווען כעזקי קומט מיט זיין גלאז וועט אים דער טאטע זאגן, "איך האב שוין געטראפן א גלאז, כעזקי. שקויעך עניוועי."
צד א: דאס קינד גייט, ער שטרענגט זיך אן, עס קומט אים דער פולער קרעדיט און אויפמערקזאמקייט.
צד ב: וואס פעלט אויס צו זאגן ליגנט? גיב אים טאקע זיין פארדינטן יישר כח, אבער ביסט נישט מחוייב צו ווארטן אויף זיין גלעזל אויב דו טרעפסט א צווייטן גלאז פריער.
א גוטע דילעמא.
פון א ריין מאראלישן שטאנדפונקט איז עס א גוטע שאלה, אבער איך האב פונקט געהאט אזא סארט שאלה וואס די פאקטן זענען אביסל אנדערש איז שוין דעריבער די מאראלישע ספק אויך געטוישט. איך האב געבעטן א חבר מיינער זאל עפעס אויפפיקן פאר מיר, און נאכדעם האב איך אליין פונקט געטראפן די זעלבע זאך און עס אליין אויפגעפיקט. מיין חבר איז א גוטע נשמה ער איז עס גרייט מיר צו ברענגען, אבער דאס מיינט אז ער גייט שלעפן א בעג פאר מיר, נישט קיין שווערע לאסט, אבער דאך שלעפן א משא; איז די שאלה זאל איך אים לאזן שלעפן אדער ליבערשט זאגן יישר כח, אבער שלעפ נישט ווייל איך האב עס שוין. דאס איז גאר אנדערש ווי די קינד מיטן גלעזל ווייל א קינד קען זיין האקל, א קינד פרייט זיך גאר שטארק צו טון עפעס פאר זיין טאטן, און ברענגען א גלעזל איז זייער לייכט.
תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:16 pm
דורך zurich
וחלופיהן האט געשריבן:דיין זין איז נישט דיין שלאק און זיי מוחל הייב דיך אויף און ברענג אליין אריין א גלאז.
איך האב מורא דו רעדסט פון ווייטאג? בין איך גערעכט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:40 pm
דורך משה געציל
קופערניקס רעדט פון א פאל וואס שמעון האט נאכנישט עספיט אפ צו נעמען דעם נהורא קדישא פנעם רודא-שלאקסער ביהמ״ד (איך זאג עס גוט נאך?), אדער ער האט עס שוין יא אבער שמעון וויל אים עס אריברענגען (כנלע״ד בפשטות דברי קופערניקס). אויף דעם וואלט מיין שכל מיר געזאגט אז אוודאי פעלט זיך אויס אנצוריפען שמעונ׳ן שיין באדאנקען און מודיע זיין אז ער האט שוין איינס און עס איז א שאד אויף די טירחא, אויב דו ווילסט וועל איך עס קומען אפנעמען ביי דיר ביי א צווייטע געלעגענהייט אבער עס איז א שאד אויף דיין טירחא.
משא״כ ביי יאנקלנ׳ס מעשה ווען שמעון האט שוין אפגעטון זיין חלק, די ספר ליגט שוין ביי אים יעצט ליגט נאר אויף ראובנ׳ן אפצונעמען דעם ספר פון שמעונ׳ן וואס דאס האט ער ממילא געפלאנט צו טאן, וואלט מיינע מאראלישע אינסטינקטן מיר געטריבן עס יא אפצונעמען ביי אים און געבן ווייטער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:21 am
דורך שמעקעדיג
עס האט זיך מיר פונקט געמאכט אזא מעשה (מעין הפתיחה) ממש לעצטענס.
א נאנטער ידיד מיינער האט געטון עפעס וואס האט געברענגט מענטשן זאלן רעדן אויף אים (ציניש, מילד גערעדט), ממש א ליצנות. מיין ידיד האט באמת גארנישט געמיינט ראנג, נאר ער האט פשוט נישט "געכאפט" אז דאס וואס ער טוט איז נישט גענצליך אקצעפטירט במחנינו. איך האב זיך א לאנגע צייט ארומגעשלאגן אין מיין מחשבה צי איך זאל יענעם מעורר זיין אדער ענדערש איגנארירן און לאזן דעם עולם (אומריכטיג!) לאכן אונטערן רוקן.
למעשה האב איך אים באשלאסן יא צו זאגן. איין נאכמיטאג האב איך אים צוגערופן פריוואט, און אים איידל געזאגט וואס איך האב צו זאגן. כ'האב אים פארציילט אז כ'האב מיך שטארק גע'ישוב'ט צי איך זאל אים אויפמערקזאם מאכן דערויף, אבער כ'האב געשפירט אז אויב איך וואלט געווען אין אזא מצב, וואלט איך יא געוואלט מען זאל מיר איידל מודיע זיין, נישט אז מען זאל לאכן אונטער מיר.
צו מיין ערשטוינונג האט ער זיך אנגערופן - נאכן באדאנקען - אז ער איז נישט זיכער אז ער וואלט געוואלט מען זאל אים מודיע זיין. ער טענה'ט אז יעדער מענטש האט געוויסע זאכן וואס נישט יעדן געפעלט, און איך גיי מיר מיין וועג און איך טוה ווי אזוי איך פארשטיי, און אויב יענער וויל לאכן ווייל עס געעפלט אים נישט - איז עס נישט מיין פראבלעם!
זעהט אויס אז עס ווענדט זיך אויך אין ווי-א-מענטש, אויב האסטו א איבריגע מאס קאנפידענץ און דו לאכסט זיך אויס פון יעדן, דאן זאג נישט; אויב אבער ווילסטו יא געפעלן פאר מענטשן, איז בעסער יא מודיע צו זיין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:29 pm
דורך אפטעמיסט
איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).
דילעמא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:43 am
דורך זאל_זיין
איך האב געקאלט חברים פאר א באאסט נאך 10 מינוט ווארטען (כבין געווען אין א ראש) פאוסט איך אויף א וואטסעפפ גרופ פאר הילף און פונקט א חבר מיינער איז געווען דארט מיט קעבלס...
דילעמא: א חברים מעמבער איז מעגליך אויפן וועג מעגליך פון 20 מינוט אוועק איך האב צוריק געקאלט חברים זאגען וואס סגייט פאר זאגט מיר די דיספעטשער אז איך זאל צוריק קאלען ווען די קאר איז אף ענד ראנינג , סהאט גענומען א פאר מינוט פלאס כבין נישט געווען זיכער אז סוועט זיין בסדר (חבר איז דאך נישט א חברים מעמבער (; )
עני וועיס איך קאל צוריק חברים צו קענסלען בעת די מעמבער קומט צו צום קאר פרעגען אויב איך האב געקאלט חברים
כהאב געפילט שלעכט פארען מעמבער און אויך האב איך געטראכט מן הסתם רעדן זיך מעמבערס אויס טא איטש אדער אויף קאללערס ווי איך
וואס העט איך געדארפט דען טון?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:38 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).
אבער נעמען טעגליך א שויער און לייגן די-אדאראנט איז דאך אסור. מ'הייסט אן אויפגעקלערטער, א משכיל און א שייגעץ. און טוישן די זאקן און די אונטערוועש מער ווי איינמאל א וואך מערב שבת לערב שבת.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
זאל_זיין האט געשריבן:איך האב געקאלט חברים פאר א באאסט נאך 10 מינוט ווארטען (כבין געווען אין א ראש) פאוסט איך אויף א וואטסעפפ גרופ פאר הילף און פונקט א חבר מיינער איז געווען דארט מיט קעבלס...
דילעמא: א חברים מעמבער איז מעגליך אויפן וועג מעגליך פון 20 מינוט אוועק איך האב צוריק געקאלט חברים זאגען וואס סגייט פאר זאגט מיר די דיספעטשער אז איך זאל צוריק קאלען ווען די קאר איז אף ענד ראנינג , סהאט גענומען א פאר מינוט פלאס כבין נישט געווען זיכער אז סוועט זיין בסדר (חבר איז דאך נישט א חברים מעמבער (; )
עני וועיס איך קאל צוריק חברים צו קענסלען בעת די מעמבער קומט צו צום קאר פרעגען אויב איך האב געקאלט חברים
כהאב געפילט שלעכט פארען מעמבער און אויך האב איך געטראכט מן הסתם רעדן זיך מעמבערס אויס טא איטש אדער אויף קאללערס ווי איך
וואס העט איך געדארפט דען טון?
און וואס איז מיט די משנה אין פרקי אבות "והוי דן את כל האדם לכף זכות". דער חברים מעמבער איז דאך א וואוילער איד איז ער דיך זיכער דן לכף זכות.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:22 am
דורך אפטעמיסט
berlbalaguleh האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).
אבער נעמען טעגליך א שויער און לייגן די-אדאראנט איז דאך אסור. מ'הייסט אן אויפגעקלערטער, א משכיל און א שייגעץ. און טוישן די זאקן און די אונטערוועש מער ווי איינמאל א וואך מערב שבת לערב שבת.

איך זעה אז ביסט יא א יודע ספר און א איש מורם מעם וואס פארשטייט דעם חומר הדבר פון זיך שויערן, א זאך וואס געהער צו פארצייטישע משכילים און נשים קלי דעת (מיט לאנגע שייטלעך, פארשטייט זיך). נו, ווי האט איר זיך דערקייקעלט צו אזא ביליגע פאסטן ווי א בעל עגלה, פארוואס זענט איר נישט א כלי קודש צו כאטש א יושב בטל ואוכל נהמא דכתיפא, ווי קומט צו אייך אזא פראסטע לעבנסשטייגער?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:33 pm
דורך berlbalaguleh
מ'קען אמאל זיין ביי די פערד (בעל עגלה) און דער קאפ זאל זיין אין ביהמ"ד ביי אביי ורבא. און אמאל איז פאראן איינער וועלכער זיצט אין ביהמ"ד און דער קאפ איז איהם ביי די פערד.
ס'געווען אמאל א פרעזידענט אין אמעריקע (לינדאן דזשאנסאן) אויף א געוויסן אנגעשטעלטן אין זיין רעגירונג, פארוואס ר'איז איהם נישט משלח לעזאזל. אז "ס'איז בעסער ווען ער איז אין געצעלט און **** ארויס, ווי אז ער זאל זיין אינדרויסן און **** אריין.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:56 pm
דורך אפטעמיסט
אבער דאך, משום מראית עין איז נישט אויסגעהאלטן צו ארבעטן
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:10 pm
דורך נולד מאוחר
און די לעצטע פאר חדשים האבן צוויי מענטשען מזיק געווען מיין קאר. איינער האט מיר אראפגענימען א שפיגעל די צווייטער ציקנייטשטש מיין בעק באמפער.
קיינער פון זיי האבן נישט געלאזט א צעטעל אויף מיין ווינדשילד מיט זייער אינפוי.
ווען איך נעם אראפ איינעמס שפיגעל לאז איך א צעטעל בפרט אויב כווייס סאיז א איד'ס קאר, (ביי א גוי ווערט עס קאמפלעצירט (רעסיסט)
היינט האב איך מזיק געווען איינעם און כדארף עם לאזן וויסען. כקען מיך נישט פועלן סגייט מיר קאסטן אסאך געלט.
מיין צד עם נישט צי לאזן וויסען איז, היות קיינער איז זיך נישט נוהג מיט מיר אזוי, פארוואס זאל איך זיין די איינציגסטע צדיק און נאר ליידן דארפאר? מיין ווייב טנעהט כבין א נאר נישט קיין צדיק.
כשפיר כאולי סאיז דא אזא אומאפיציעלע אפמאך קיינער באצאלט נישט פאר קיינעם.
מאכט דאס סענס מאראליש ? איז דא אזא מהלך ע''פ ישרות?
מר. ניזק אויב גיי איך דיר צים סוף לאזן וויסען און באצאלן וועל איך דיר שיקן א גמ''ח טשעק אדער מאני ארדער און די פאסט, משום חשש גילו.
און פליעז אישי מיר נישט ווייל כגיי דיר נישט ענטפערן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:27 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויב איינער ברעכט זיך אריין ביי דיר אין שטוב און ליידיגט אויס די זילבער שאנק ל"ע, גייסטו מארגן אריין צום שכן אויסליידיגן זיין זילבער שאנק?
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:29 pm
דורך sefish
בדידי הוי. איך האב אמאל יא גלאזט א צעטל און ביטער חרטה געהאט, ווען איך ווייס בעפאר ווער יענער איז וואלט איך נישט געלאזט א צעטל. ער האט געריטן אויף מיר און געגאנגען צום טייערעסטן באדי שאפ און מיר פיין געריפט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:18 am
דורך נולד מאוחר
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אויב איינער ברעכט זיך אריין ביי דיר אין שטוב און ליידיגט אויס די זילבער שאנק ל"ע, גייסטו מארגן אריין צום שכן אויסליידיגן זיין זילבער שאנק?
די מנהג המקום איז נישט צו גיין לכתחלה גנבנן, סאיז אויב מטרעפט יענעמס זילבער ביי זיך אונדערהיים געבט מען עס נישט ציריק.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:45 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]נולד מאוחר[/tag], דיין שאלה געהערט אין אן הלכה'דיגן אשכול.
וואס האט דאס מיט מאראל?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:24 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]נולד מאוחר[/tag], דיין שאלה געהערט אין אן הלכה'דיגן אשכול.
וואס האט דאס מיט מאראל?
ער פרעגט מאראליש, הלכהדיג ווייסט ער אליינ'ס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:03 am
דורך נולד מאוחר
mor·al [mawr-uh l, mor-]A
—adjective
of, pertaining to, or concerned with the principles or rules of right conduct or the distinction between right and wrong; ethical: moral attitudes.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:07 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
הארצרייסענד און עמאציאנאל.
פארוואס זענען מיינע אויגן נאס?