העלפט! מיין דריי יעריג קינד איז פארכאפט.

הילף, עצות און טיפס
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: העלפט! מיין דריי יעריג קינד איז פארכאפט.

שליחה דורך וויל קענען »

למדן פליס סלאו דאן דארפס פארשטיין נישט יעדער איז אזא למדן ווי דיר כ׳פארשטיי נישט די קשי׳
(כ׳האב שוין אפי׳ געדרייט מיטן פינגער ולא עלתה בידי)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

יא איר האט גוט געליינט מיין דריי יעריג יונגעל איז פארכאפט געווארן אלץ א משכון פאר א געוויסער בלוט צאפער, א בלוט דורשטיגער פארשוין, די קליקע, האבן אפגעמאכט אז אזוי ווי איך האב נישט גיגעבן די פלו שאט גייט מיין קליינער פון דריי יאר נישט קענען גיין אין א מוסד.

היות גארנישט גייט מיר מער נישט אן, במילא האבן זיי אפגעמאכט אז דאס איינע זאך ווי מ׳קען מיר טערארזירן אז ביי מיין קינד האבן זיי אים גענומען אלץ א משכון, זיי האלטען אים האסטידזש ביז איך וועל מיך בייגן צו זיי, אויסטאהן מיין שיך, פאלן צו זייער קני, קישן די ערד וואס האט די זכיה אז זייער שיך טרעט אויף איר, און זאגן בפה מלא איך בין גארנישט ווערד, און איך גיי פאלגן וואס די וועסט מיר הייסן טוהן.

צווישן יעדע צוועלעף איז דא א חלבנה, שטעלט אייך פאר אין א מדינה פון אפאר מיליאן וויפל חלבנה׳ס סאיז דא, אט די חלבנה׳ס וואס זענען סתם אזוי מאוס פון לעבן, רוב מאל מחמת זיי זענען אויס געשפילטע מענטשן אנע פרנסה און נישט גוט חתונה געהאט, אדער פלעין זיי באקומען נישט אויפמערקזאמקייט ערגעץ אנדערשט, שוין אין סקול זענען זיי געווען די וואס די נאז איז זיי שטענדיג גערינען, די חברה האבן אפגעמאכט אז זיי גייען נישט שטיין אין די זייט קוקנדיג ווי פאר יעדעם גייט גוט חוץ פאר זיי, זיי גייען מער נישט אויס גיין פאר קנאה נאר זיי גייען זיכער מאכן אז קיינער האט נישט קיין גוט לעבן.

יא די שייגעץ שטיק און טעראר פון אמאל גייט נאך געהעריג אן מען האט אפיר גענומען די קינדער און דערמיט טוט מען טערארזירן דעם עולם, אויב גיבסטו נישט די פלו שאט וועט מען ארויסווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות, איי וואס איז מיין זון שולדיג? א קליין קינד סך הכול אבער דער אלטער שייגעץ זאגט ניין מיר וועלן דיר ווייזן ווער סאיז בעל הבית.

א קיצור דא האבן זיך ארויף געכאפט אפאר שלעכטע מענטשן, אזעלעכע וואס האבן נאך קיינמאל נישט קיין טובה געטוהן פאר א מענטש, זיי האבן באשלאסן אז נישט געבן די פלו שאט מיט מוסדות פאר די קינדער איז פארבינדען איינס צום צווייטען, די אפשען מחנך צו זיין א קינד אין א מוסד איז תלוי צו מ׳האט גיגעבן די פלו שאט צו נישט. איינער כאפט די קשר?

ווילסט מוחה זיין קעגן נישט געבן פלו שאטס איך בין מסכים, אבער וואס האט דאס מיט חינוך הבנים?

א קיצור ווי ערווענט און נאכן נאכגיין עטליכע וואס פירן די מערכה האלט איך קלאר אז דאס קומט פון שלעכטיקייט, און פון נישט זיין צופרידן מיט זיך אליין, זייענדיג א אויסגעשפילטע מענטש אמאל (רוב) איז עס שלום בית, קינדער, און אמאל איז עס פשוט א נעבעך א איינזאמער מענטש וואס נאך אין סקול האבן זייערע ארומיגע נישט געהאט קיין נערווען צו אים און אצינד טרייט ער צו באקומען אביסל אויפמעקזאמקייט. א קיצור מ׳דארף נעמען די זאך אין די האנט.


Flu Shots-.jpg
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

[tag]לית דין בר נש[/tag].
לויט ווי דער עולם טענה׳ט דא, אז רוב עלטערן זענען לאו דוקא אינטרעסירט אין די ארויפגעצווינגענע תקנות, איז דיין צושטעל פעלעריג.

אויב זאל נתברר ווערן אז יחידים זענען זיך משתלט אויף די מוסדות אין צווינגען ארויף תקנות, וואס איז נישט די אינטערעסע פון רוב עלטערן, איז עס א פראבלעם. מה שאין כן, געבן פלו-שאט וואס רוב עלטערן פארשטייען אז עס איז וויכטיג צוליב די געזונט זיכערהייט פון זייער קינד.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארשפארט