בלאט 2 פון 13

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:41 pm
דורך Chuchem
בעל מדות האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך


איך האב אויך געהערט דערפון, לויט מיין אינפא האט ער זיך שוין געזעגנט ביים שוי.


דברי פרידה

https://www.youtube.com/watch?v=CJ_T8e5FGc0

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:52 pm
דורך Chuchem
[quote="ונבנתה העיר"]דער געווינער:

דא באקומט ער די גאלדען באזזער

https://www.youtube.com/watch?v=pJwsBJ6tLmc

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:50 pm
דורך גר ותושב
ניי און די יודישע וועלט rccs מאכט נאך די באקאנטע agt
_20151124_224802.JPG

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:50 pm
דורך גר ותושב
Screenshot_2015-11-24-22-47-10.png

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:09 pm
דורך ירח בן יומו
דערמאנט מיר פון סענדער ראפפאפארט'ס טשולענט פארמעסט.
AGT -America's Greatest Tchulent

אמעריקע'ס גאט טעלענט סיזן 11

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 9:49 am
דורך נעגעל וואסער
און נאך א צוויי וואכן וועט בעשהי"ת זייין די פרייעמיר פו סיזען 11 פון די באקאנטע "אמעריקא'ס גאט טעלענט"

היי יאר נאכן פארלירן די מאדנע האוווערד שטערן אלס א ריכטער, וועט מען האבן א נייע דזאדש צום טיש, די אלעמען באקאנטע גרינדער פון די גלאבלאלע "גאט טעלענט" סיריעס סיימון קייוועל.
ער איז כמעט אלע יארן געווען איינער פון די ריכטער אויף די ענגלישע ווערסיע "בריטענ'ס גאט טעלענט". ער איז באקאנט צו מיט זיין גראדע שכל הישר און גראדע שפראך. ער וועט זיך נישט איינהאלטן פון אריינפליקן און די קאנטעסטענטס לעת הצורך.
דא איז די "פירסט לוק" פון די נייע סיזען, און דא קעמען זעהן ווי אזוי די חעברע זענען מקבל פנים די נייע ריכטער!

הכונו! הכונו!

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:35 pm
דורך Chuchem
Yesterday NBC aired the first episode of AGT Season 11.
You can watch it on this link, till the network removes it (about 4 5 weeks).

2 of the children that performed really moved the judges.

http://www.nbc.com/americas-got-talent/ ... -1/3042587

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 6:10 pm
דורך יתרו
אן אראטדאקסישע איד אויף אמעריקע גאט טעלענט
https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 6:50 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
און אנדערע נייעס האט שמעון קאוועל געמאכט א פראדיקציע אויף א צוועלף יעריגע מיידל אז זי וועט אויפוואקסן די קומענדע טעילער סוויפט, האב איך שוין נאך א פאטענציאלע גנב'טע פאר מיינע שירים.
https://www.youtube.com/watch?v=eNxO9MpQ2vA

happens to be very emotional

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 7:32 pm
דורך נעגעל וואסער
טאקע אימאשענאל!
כ'האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא ריאקציע פונעם עולם. און כ'דענק נישט זעהן קיינמאל ווי די ריכטער שטעלן זיך אויף ווען די קאנטעסטענט שפאצירט ארויס.

כ'גלייב שווער אז זי איז די נעקסטע טעילאר.. אזא נשמה קומט נאר אראפ איינמאל אין טויזענט יאר.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 7:48 pm
דורך קאווע טרינקער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:און אנדערע נייעס האט שמעון קאוועל געמאכט א פראדיקציע אויף א צוועלף יעריגע מיידל אז זי וועט אויפוואקסן די קומענדע טעילער סוויפט,
happens to be very emotional

ער פסק'נט לויט די פיס הויעכקייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:05 am
דורך סמבטיון
איך האב געזען דעם קליפ, זי זינגט טאקע גאר הארציג, וואס איז פשט פון די אלע פעיפערס וואס פליען פון די דאך?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:12 am
דורך בעל מדות
סמבטיון האט געשריבן:איך האב געזען דעם קליפ, זי זינגט טאקע גאר הארציג, וואס איז פשט פון די אלע פעיפערס וואס פליען פון די דאך?

זי האט זוכה געווען צו די גאלדאן באזזער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:33 am
דורך סמבטיון
איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:53 am
דורך בעל מדות
סמבטיון האט געשריבן:איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?


ליין איבער די אשכול פון אנהויב, ער איז דא פאר דיר.

אויב האסטו נאכאלץ פראגעס, פרעג.

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:55 am
דורך שטילע אינגערמאן
סמבטיון האט געשריבן:איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?

זיי שטאלץ די ווייסט נישט, איך ווייס ב״ה אויך נישט. שעמען זאל זיך די אינגערלייט וואס זענען באקאנט

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:52 pm
דורך וכדומה..
נישטא וואס צו שטאלצן און נישטא וואס זיך צו שעמען, ס'מאכט נישט מער אויב מ'ווייסט יא און ס'מאכט נישט ווייניגער אויב ווייסט מען נישט.
מאך נישט קיין עסק

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 9:03 pm
דורך ודי למבין
איז דא ערגעץ ווי איך קען זען AGT אן די קאמערשעלס?

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 12:28 am
דורך טמיר
איך שעם מיך צו פרעגן, אבער וויאזוי מאכט פאול די פאפפעטס זאלן רעדן???

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 4:24 am
דורך נעגעל וואסער
יתרו האט געשריבן:אן אראטדאקסישע איד אויף אמעריקע גאט טעלענט
https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8

כ'האב הנאה געהאט ווען האוויי זאגט איהם "איך זאג דיר אלס איד, אלע אידען וואס איך קען קרעכצען ווען זיי זעצען זיך אויף אראפ אויף א בענקעל" ... מיינענדיג צו זאגען אז עמך אידען קענען זיך קוים באוועגען.. [emoji1]

Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:42 pm
דורך גר ותושב
רבותי מאסט סי צוויי פרומע יודן אויף agt

https://youtu.be/QLuUEogjPDY

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:26 pm
דורך ודי למבין
איך ווייס נישט אויב ס'איז די מוסר השכל פון איר לייף סטארי אדער איר עצם זינגען, אבער די ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

https://www.youtube.com/watch?v=VVIPPnRS8EA

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:50 pm
דורך פליקער
די ניגון גייט מיר נישט ארויס פין קאפ
א גאר שווערע קאמפעטישן היי יאר
אכטונג קול באישה