בלאט 2 פון 2
Re: מצוה טאנץ
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 9:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כנראה דו ווייסט נישט ווי אמאליגע חתונות האבען אויסגעקוקט. ס'איז געווען ענדליך צו היינטיגע שבע ברכות. א בדחן האט 'געפיהרט' מיט'ן שמחה, אויסגערופען דרשנים דרשה געשענק געזינגען גראמען און געפארעט מיט'ן כלזמורים. צווישען דער פרייליך מאכען האט מען געטאנצט מיט'ן כלה.
דער היינטיגע מציאות אפצוטיילען דער מצוה טאנץ פונ'ם שמחה איז א נייע ערשיינונג פון נאכ'ן קריג
Re: מצוה טאנץ
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 9:17 am
דורך מפוזרי
וואס ווילסטו זאגן דערמיט? אמאל פלעגט מען עסן צוזאמען נישט געטרענט, היינט אז ס'איז איינגעפירט צו מאכן מחיצות איז פראקטישער אפצורעכטן די מצווה טענציל נאכן בענטשן. ובכן? ווערט שוין דער מנהג ווייניגער ערנסט ווי אמאל?
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין. דער אמאליגע מצוה טאנץ איז געווען פרייליך און א חלק פון מצות שמחת חתן וכלה, א דערהויבענער זאך פאר זיך. היינט האט מען זיך איינגערעדט אז ס'מוז זיין ערנסט און ס'מוז זיין וויינעדיג, און דער וואס פרעגט דערויף איז גאר דער אפיקורס. מ'האט גענומען א זאך און געדרייט פונקט אויף איהר קאפ. א שטייגער ווי מאכען תשעה באב פארטי"ס.
און ס'איז נישט אזוי שווער אוועק צו רוקען דער מחיצה אין מיט'ן טאנצען און צוריקשטעלען נאך דעם, אזוי ווי מ'טוט ביי ליטווישע חתונות. ס'איז נאך קיינער נישט געשעדיגט דערפון. און איך גלייב אז דו ווייסט גענוי פארוואס מ'טוט עס נישט, און אויף דעם איז גאר דער טענה. זי איז נישט קיין מענטש, א פרוי, איינער וואס האט היינט חתונה, נאר א פאסקודנע זאך, א מיאוס'ער חמת מלאה צואה. און דער צוגאנג איז שמוציג גרויליג און נישט תורה'דיג.
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 7:45 pm
דורך diff
אבי דו טרייס'ט זיך מיט חלשות
Re: מצוה טאנץ
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 8:49 pm
דורך מפוזרי
ר' ליטוואק; אנטשולדיג אבער די מצווה טאנץ האט קיין שייכות צום ליטווישן כיצד מרקדין טאנץ און האט קיינמאל נישט געהאט. אידישע מיידלעך זענען הייליג טייער און ריין און פונדעסטוועגן איז נישט איינגעפירט צו טאנצען מיט זיי. די רקידה האט אייביג געהאט א העכערע סימבאלישער באגריף. געוויסע מקומות האבן אויפגעהערט מיטן מצווה טאנץ טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך אנגעהויבן טועה זיין אז מ'מיינט יא די כלה.
די פרייליכקייט פון די מינע ווענדט זיך שוין אינעם בדחן.
אגב, חסידים האבן אויך נישט מורא אוועקצורוקן די מחיצה פאר אפאר מינוט און מ'מאכט עס גאנץ אפט אויב ס'קומט אריין אן אדם חשוב אינמיטן חתונה נאר היות דער אפיציעלער טקס איז א לאנגער איז עס פראקטישער שפעטער.
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 9:18 pm
דורך מיימון
די ווערטער קיינמאל און אייביג זענען רעלאטיוו, אויב אייביג מיינט ביי דיר פון תק''ע שייטב לך, אבער עס איז געווען צייטן וואס עס איז נישט געווען קיין פראבלעם צו טאנצן פאר די כלה, און די סיבה איז אויסדריקליך געווען לשמח את החתן והכלה, די 'געהויבענע' ענינים קומט פון צפת און שפעטער אין מזרח אייראפע בשנות תק''ע-תר''כ, שפעטער איז געווארן א נייע תורה מיט נייע מסורות וואס האבן ממלא מקום געווען די מסורה פון יהדות אשכנז פון 1000 יאר, און מענטשן האבן שוין געטון די אלע זאכן בלויז משום אל תטוש אן קיין שום השגה פארוואס און פארווען, וכשגלו ישראל לאמריקה איז נתבלבל געווארן כל הגולה און טויזנטער מענטשן האבן אנגענומען מנהגים וואס אנדערע האבן זיך אזוי געפירט מחמת מנהג אבותם וואס זענען געווארן חסידים פאר 100 יאר צוריק.
Re: מצוה טאנץ
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 9:54 pm
דורך מפוזרי
אה"נ מיט אייביג האב איך קלאר געמיינט די תקופה פון כמה מאות שנים וואס מ'פראוועט די מצווה טאנץ במתכונת זו.
(תק"ע איז שוין מער ווי צוויי הונדערט יאר און דער מנהג איז נאך עלטער)
אויב איז א מנהג וואס איז שוין איינגעפירט ביי אידן פאר הונדערטער יאר דורך גדולי ומנהיגי האומה נישט גענוג חשוב מ'זאל עס נישט אויסלאכן און אנרופן מיט מיאוסע נעמען איז א טויזענט יעריגע מסורה אויך נישט.
איך האב גארנישט קעגן טאנצען לפני הכלה כפשוטה, כ'האב נאר אנגנוויזען אז די מצווה טאנץ איז א לעגיטימער מנהג.
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:11 pm
דורך הרב_שלום
לעצטענס זעה איך ווי די בדחן רופט בלויז אויס די עלטערן זיידעס און ער הייסט אלע קינדער טאנצען מיט די זיידע
Re: מצוה טאנץ
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ט'ווער האט דיר פונאנדערגעטיילט צווישען כיצד מרקדין ל פ נ י הכלה און דער נייע מצוה טאנץ מנהג? מ'האט, מיט א פרייליכע געמיט, געטאנצט פאר'ן כלה. ביי חסידים און נישט חסידים. פשוטי עם האבען פרייליך געמאכט כפשוטו. און בעלי השגה האבען פארשטאנען אז אין הימל האט עס אן אנדערע מיין. אבער דער מצה איז געווען דער זעלבע, דער פליישיגע מצוה איז דער זעלבע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:24 pm
דורך [NAMELESS]