בלאט 2 פון 4

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:05 pm
דורך petergrifin
@ציבעלע-קיגל אפשר פארציילט'סטו וועלכע רעבעס האבין דיך אזוי ב'עוולט און וואס זיי האבין דיר געטוהן. לאמיך אויך הנאה האבן..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:09 pm
דורך שבת אחים
petergrifin האט געשריבן:@ציבעלע-קיגל אפשר פארציילט'סטו וועלכע רעבעס האבין דיך אזוי ב'עוולט און וואס זיי האבין דיר געטוהן. לאמיך אויך הנאה האבן..


כאילו ס׳פעלט עפעס אויס מעשיות צו דערציילען ווי קאראפטירט רשועתדיג און אכזריות אונזער סיסטעם/רעזשים איז!!! מ׳דארף שוין גארנישט קיין מעשיות יעדער וואס האט אויגן קען זעהן אז די היינטיגע סיסטעם איז נישט מעהר און נישט ווייניגער ווי א פריוואטע ביזנעס און א סקעים ווי אפאר רשיעותדיגע געמיינע מענטשען האבן צוגעכאפט די לייצעס און מאכן זיכער אז זיי מיט זייערע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן צו פרעססן סטעיק אין זייערע פאלאצן מיט צענדליגער משרתים און אלע אנדערע מענטשען זאלן הונגערען און ארבעטן ווי חמורים כדאי צו ברענגן מעמדות פארן רבין אז נאכדעם זאל ער קענען טייטלען מיט די מענדעלע פינגער וועם יא און וועם נישט אריינצולאזן אין ״זיינע״ מוסדות וואס ער האט געבויעט מיט די געלט וואס איר האט אים געברענגט!!!

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:17 pm
דורך petergrifin
אמת ויציב. אבער איך האב געפרעגט פון ציבעלע 'זיינע' מעשיות, עס מיז זיין גאר אינטערסאנט. [emoji57][emoji57]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 5:58 pm
דורך שמעקעדיג
נאכן זיך "אנהערן" מעשים אויף הצדיק ר' לייבוש ט"ב זצ"ל - ירבו כמותו בישראל - בין איך שוין שטארק מסופק צי "אלע" רבנים ודיינים זענען אזעלכע אויסוואורפן.
אית רבנים ואית רבנים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:06 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג, מ׳רעדט פון אלע היינטיגע גרויסע עמפייערעס/חסידותן! אלע פון זיי שטינקען פונעם קאפ, יא ס׳איז דא אפאר פיינע אידן אבער זיי האבן גאר ווייניג power אינערהאלב די מוסדותן און אין די רשיעותדיגער סיסטעם! איך קען נישט הרב לייביש ט״ב אבער איך קען שוין איינמאל די אלע היינטיגע פאלשע רבנים וואס שלאגן כפרות מיט ענק אלע און פירן זיך אויף ווי די אמאליגע פריצים!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:52 pm
דורך יואב
צדקה פושקע אן חובות נאטיצן

סדום אן פערטל שיך 

שיפער טאש אן טישוס

עקספרעס ליניע אן טראפיק

ר"ת גאטקע אן א רחבות'דיג פענסטערל

א בר-מינן אן האבן געווען אזא וואוילער

קראנק/טויט קינד אן א הויכע נשמה

היימישער דעמאנסטראטאר אן פוד-סטעמפס

כופר אן ווערן באלד באשולדיגט אין סתם האבן תאוות.

ניק אן ניקס

קפיצת הדרך אן זיין הויך אויף עפעס

רבי אן מופתים

חסיד אן תמימות

ראסיזם אן שלעכטקייט

הילף אן טון ווייל ס'איז א מצווה

משל אן א בן מלך

בית כסא אן גראפיטי

בערל בעל עגלה אן זיך דערמאנען אין א מעשה

מוסד אן רשעות

שופר אן ווערן שטומפיג

בעל תוקע אן תירוצים

קארני גוטזאגער אן געלע ציינער

סיסטעם אן אחראים

משוגעת אן א מקור

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:01 pm
דורך א איד
הויזן טראגער האט געשריבן:ווי א בארד אן א איד

כהאב דאך א בארד א לאנגס און א ברייטס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:39 pm
דורך שמעקעדיג
ווי א יואב תגובה אן א הילכיגער אויספלאץ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אן אשכול אין קאווע שטיבל אן א [tag]שמעקעדיג[/tag]'ע תגובה...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:44 pm
דורך שמעקעדיג
שש כ'וועל נאך איין טאג נקמה נעמען אין דיר..
צוריק צום נושא!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:שש כ'וועל נאך איין טאג נקמה נעמען אין דיר..

ביינונז אין חדר איז געווען אן אור אלטער הייליגער מנהג, יסודתו מהררי קודש, צו זאגן אין אזא פאל:
מעקאמע, מעקאמע!...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:38 pm
דורך שמעון וואלף
ווי שש אן זיין בארד...

שטעלטס ענק פאר, די גאנצע חן וואלט ער פארלוירן. נאכ'ן ליינען זיינס א תגובה, איז מיין מנהג צו כאפן א בליק אויף זיין אוועטער וואס ברענגט א שמייכל אויף מיין ברוגז'דיגע מינע.

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:07 am
דורך פליקער
ווי א גבאי נאך זיין רבי'ס פטירה

ווי א באנגעלא נאך זימער

ווי א אנגעפרעסענער נאך א וואכנאכט

ווי א נאסע לאקש

ווי נאך די מצוה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
:lol: :lol:

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 8:33 pm
דורך samiam
ווי ק''ש אן מילך

ווי געפילטע פיש אן חריין

ווי שמעקעדיג אן בשמים

ווי בערל בעל הגלה אן א פערד און
וואגען

ווי קעניג פון אמעריקע אן א שטיל

ווי chusid אן א גארטעל

ווי ליטוואק פון בודאפעסט מיט א גארטעל

ווי יעלה ויבוא אן א יום טוב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:46 am
דורך [NAMELESS]
samiam האט געשריבן:ווי ק''ש אן מילך

ווי געפילטע פיש אן חריין

ווי שמעקעדיג אן בשמים

ווי בערל בעל הגלה אן א פערד און
וואגען

ווי קעניג פון אמעריקע אן א שטיל

ווי chusid אן א גארטעל

ווי ליטוואק פון בודאפעסט מיט א גארטעל

ווי יעלה ויבוא אן א יום טוב

יש להוסיף:

ווי א רויטע בארד אן [tag]רויטע וואנצעס[/tag]

ווי א קאווע שטיבל אן א [tag]קאווע טרינקער[/tag]

ווי א קאווע אן [tag]קפה נמס[/tag]

ווי ליובאוויטש אן [tag]ונבנתה העיר[/tag]

ווי א כינעזער אן [tag]סאשי פיש[/tag]

ווי מדינת ישראל אן א [tag]יידל[/tag]

ווי א וועלט אן [tag]א איד[/tag]

ווי א סקווערער אן [tag]ציבעלע-קיגל[/tag]

ווי [tag]שבת אחים[/tag] אן זיין א [tag]ירא שמים[/tag]...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:01 pm
דורך א איד
אדנירם האט געשריבן:ווי א וועלט אן [tag]א איד[/tag]


א וועלט אדער איי וועלט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:26 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אייוועלט אן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
ווי שמעקעדיג אן מידות
ווי אדנירם אן ידיעות
ווי ונבנתה אן אינספיראציע
ווי קאווע טרינקער אן הומאר
ווי יאיר אן עוואלוציע
ווי טאמבל סאס אן א גוטע גיסטע
ווי ירא שמים אן יראת שמים
ווי גראדעמעכעלע אן ישרות
ווי איחוד פעלד ע"ה אן קאנטראווערסיע
ווי מושב זקנים אן גוים
ווי בערלבעלעגלה אן א מעשה
ווי שת אדמזאהן אן פאפא
ווי ראשעקאל אן נייעס
ווי שבת אחים אנעם קאסובער
ווי ידען אן מאחורי
ווי געפילטע אן ב"ק
ווי ליטוואק פון בודאפעסט אן תורה
ווי ישמאעל הכהן אן ראדיא
ווי רויטע וואנצעס אן דייל-אפ
ווי כוכב אן חיבורים
ווי מאראנצןזאפט אן אנשי שם
ווי הוגה אן העמק דבר
ווי א שעפעלע אן תורה ודעת
ווי יידל אן וויסנשאפט
ווי נולד מאוחר אן א פראגע
ווי עקפעריעמענטירער אן א צייטונג
ווי ראובן אן דער איד
ווי ארכיוויסט אן יואל אשר לאבין
ווי פשוט קאמפליצירט אן א חסידיש ווארט
ווי לולקע ציביך אן א פרישע געדאנק
ווי קאך לעפל אן מהר"א
ווי עזריאל אן מהרז"ל
ווי הדד אן מהרמ"ד
ווי נאר פרייליך אן קברי בית שמש
ווי יעקב אן ניקלשבורגע רבי
ווי גר תושב אן א.מ.ש.
ווי אסף המזכיר אן א שטיקל ייטב לב
ווי פארוואס? אן מאטעמאטיק
ווי אשכולות אויפוועקער אן א אלטע אשכול
ווי חקרן אן כיטרעשאפט
ווי מנשה לוסטיג אן סקווירא
ווי דולה ומשקה אן א גוטס
ווי מאטל שניידער אן דאקומענטן
ווי ברסלבר אן מוהרא"ש
ווי זורח אן ארץ ישראל
ווי ישראל קאפקע אן פאלעסטינע
ווי געוואלדיג אן א געוואלדיגס
ווי ריכטיג אן א ריכטיגס
תם ולא נשלם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
:lol: :lol:
Super :like

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:57 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=254068#p254068

מענין לענין [שלא] באותו ענין: viewtopic.php?p=283121#p283121

Re: איך בין ווי... אן א.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:24 am
דורך [NAMELESS]
ווי א ענין, שלא באותו ענין,