בלאט 2 פון 2

שטארק זיך צו טאן וואס מען ברויך

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:31 am
דורך shem-tov
וכן היינו בעיניהם. נאך א שטארקע ווארט איז דא פונעם קאצקער ז"ל אז דאס איז געווען זייער עיקר עבירה אז זיי האבן בכלל געטראכט וואס אנדערע טראכטן פון זיי.

וויפיל מאל האלט זיך א מענטש צוריק פון טאן עפעס אין לעבן סיי בגשמיות וכ"ש ברוחניות ווייל ער האט פאביעס, ער קען נישט טאן דאס און יענץ ווייל יענער גייט עפעס טראכן אדער זאגן אויף אים. קודם כל, רוב מאל איז עס סתם חלומות קיינער טראכט נישט פון דיר יעדער איז שטארק פארנומען מיט זיך אליינס אבער אפילו יא. וואס גייט עס דיך אן. די טוה וואס די ברויכסט לייג דיך אריין ראשו ורובו דערינען ניטאמאל זאל דיך אנגיין וואס די העיטער האבן צוזאגן

משה רבינו זאגט בוקר ויודע ה'

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:44 pm
דורך shem-tov
בוקר ויודע ה' את אשר לו. זאגט דער תפארת שלמה ווען א יוד שטייט אויף פארטאגס דאן איז די בעסטע צייט נאנט צו ווערן מיטן רבש"ע. בוקר פארטאגס ויודע ה' וועסטו געדענקן דעם אויבערשטן.
*
בוקר ויודע ה' אז מען הייבט אן אין די יונגע יארן בחינת בוקר. איז מען זוכה ויודע ה'.
*
בוקר. מלשון ביקור אז מען הערט נישט אויף צו זוכען דעם אמת מען איז דורש ומבקש און מען גיבט ח"ו נישט אויף, דאן סוף כל סוף ויודע ה' וועסטו וואוסן ווי דער רבש"ע איז.

קודם דארף מען זיין בשלום מיט זיך

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:46 pm
דורך shem-tov
ויקח קרח. זאגט דער תרגום ואתפלג קרח. זאגן די ספרים פשט אז קרח איז געווען ביי זיך אליינס צוטיילט, האלב האט ער עס געמיינט ערענסט האלב האט ער געמאכט ליצנות ער האט אליינס נישט געוואוסט וואס ער וויל ווייל ער איז בכלל נישט געווען קיין באזעסענע מענטש משא"כ משה רבינו והאיש משה ער איז געווען שטארק באזעסן, האט ער ניטאמאל געקענט ענטפערן פאר דעם קרח דעריבער זאגט רש"י אויף קרח לקח את עצמו לצד אחד סאיז בכלל נישט געווען קיין צווייטע צד אין די מחלוקה מיט א צוטיילטן שטעלט מען זיך ניטאמאל אין ווארט. קומט אויס אז ווען קרח זעהט ווען איין זיין פראבלעם און ער ווערט ווען מסודר וואלט ער ווען פארמיטן די אלע צרות.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:22 am
דורך shem-tov
shem-tov האט געשריבן:בוקר ויודע ה' את אשר לו. זאגט דער תפארת שלמה ווען א יוד שטייט אויף פארטאגס דאן איז די בעסטע צייט נאנט צו ווערן מיטן רבש"ע. בוקר פארטאגס ויודע ה' וועסטו געדענקן דעם אויבערשטן.
*
בוקר ויודע ה' אז מען הייבט אן אין די יונגע יארן בחינת בוקר. איז מען זוכה ויודע ה'.
*
בוקר. מלשון ביקור אז מען הערט נישט אויף צו זוכען דעם אמת מען איז דורש ומבקש און מען גיבט ח"ו נישט אויף, דאן סוף כל סוף ויודע ה' וועסטו וואוסן ווי דער רבש"ע איז.


נאך איין
בוקר הייב אן צורעדן מיט דיינע קינדער פון השי"ת גאר פרי ווען זיי זענען נאך גאנץ קליין בבחינת בוקר. ויודע ה' וועלען זיי שוין געדענקן אז סאיז דא א באשעפער זיער גאנצע לעבן

קלויב דיר אויס דעם גוטן וועג

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:26 am
דורך shem-tov
ואת אשר יבחר בו יקריב אליו. האבן צדיקים געזאגט דער וועג וואס דו וועלסט דיר אליינס אויס יקריב אליו דאס וועט מען דיר דערנענטערן פון הימל ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. סיי לטוב און סיי לרע ח"ו דיין לעבן ליגט אין דיינע הענט אין דיין מחשבה

ותשועת נפשם מיד שונא פונעם יצה"ר

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:52 am
דורך shem-tov
שטייט אין ספר בית אהרן אז יעדן ר"ח קומט אראפ א א נייע שכל אויף די וועלט וויאזוי זיך מחזק זיין און זיך מתגבר זיין אויפן יצה"ר דאס זאגט מען תשועת נפשם מיד שונא זאל אונז דער אויבערשטער העלפן. א גוטן חודש

משה אמת ותורתו אמת והן בדאין אום ר"ח

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:01 am
דורך shem-tov
אין לקוטי מהר"ן שטייט אויף די גמרא וואו דער טייעא האט געזאגט פאר רבה בר בר חנה וועגן די לאך פון קרח וואו מען הערט משה אמת ותורתו אמת והן בדאין. אמר לי כל תלתין יומין מהדר להו גיהנם זאגט דער רשב"ם דאס מיינט מען ר"ח. זאגט דער ל"מ די טעם ווייל ר"ח איז זמן כפרה לכל תולדותם.

ואפשר להוסיף. קרח איז אותיות קול ראש חדש

בזכות יוסף צדיקא

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:05 am
דורך shem-tov
לויט רוב דעות איז היינט די יארצייט זאל שוין דער אויבערשטער רחמנות האבן און אונז אויך ארויסנעמן פונעם גרוב לחירות עולם.

דער קול תורה אין שטאט ראטעוועט

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:13 am
דורך shem-tov
וכל ישראל אשר סביבותיהם נסו לקולם. דאס קען אויך זיין א רמז אז זיי זענען זיך געלאפן ראטעווען בזכות התורה וואס ווערט אנגערופן קול קול יעקב וואס דאס איז דאך מציל דעם מענטש פון אלעם בייזן. תורה מצלי ומיגנא

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:43 am
דורך [NAMELESS]
גאר שוואך

אויסניצן יעדע מינוט

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 8:37 pm
דורך shem-tov
זאת התורה אדם כי ימות באהל. זאגט די גמרא אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה. שטייט א רמז אין כתב סופר, צדיקים זיצן און לערנען די תרה הק' בשעת זיי קוקן אן די וועלט ווי א דורכגאנג ווי ס'שטייט ביי יעקב אבינו ויעקב איש תם. וויאזוי איז ער געווארן א תם, יושב אהלים. אלעמאל האט ער זיך אנגעקוקט ווי ער זיצט בלויז אין א אהל. דאס איז די רמז אדם כי ימות ווילסט זוכה זיין צו מסירת נפש אויף די תורה, זאלסטו אויך נוצן די עצה, באהל, זאלסט געדענקן אז די וועלט איז א אהל א עראי די עיקר איז יענע וועלט.
*
מיטן זאגן כוועל פרובירן צו לערנען, כוועל פרובירן אויפצושטיין פארטאגס, כוועל פרובירן צו מאכן געלט קומט מען נישט אן אין ערגעץ. די תורה זאגט ממית עצמו. ממש מסירת נפש. איי ס'שטייט וחי בם דאס איז טאקע די ציל. גיין עד מסירת נפש, שטארק וועלן, גאר שטארקע גאולס, זיך שטארקן אפילו הונדרעט מאל א טאג, לעבן מיט א גבורה, זיך נישט לאזן פון קיין שום מניעה שבעולם. און אפילו אויב מען פאלט דורך איינמאל און נאכאמאל דערשרעקט מען זיך נישט מען שאקלט זיך אפ און מגייט ווייטער. דאס בלאזט אריין א חיות און א נחמה'לע אין א יודישע נשמה'לע. דאס הייסט פראגרעס. יעדן טאג מוז איבערשטייגן דעם נעכטיגן טאג. ואם לא עכשיו אימתי
*
זאת התורה אדם כי ימות. שטייט אין תפארת שלמה. ווען א מענטש ווערט נפטר, ער קומט ארויף אויף יענע וועלט ער זעהט די גרויסע שכר פון מצוות און מעשים טובים וויל ער גלייך צוריק אראפקומען צו טוהן די מצות אבער מען לאזט אים מער נישט. זאת התורה די הייליגע תורה זאלסטו לערנען ווייל אדם כי ימות סוכ"ס שטארבט מען און דעמאלטס וויל מען שוין, אבער סוועט שוין זיין צו שפעט.
*
ס'איז דא א געדאנק. די ראוד צו סוקסעס איז אנגעפילט מיט געשמאקע פארקינג ספעיסעס זיי שרייען צום מאטאריסט שטעלט אייך אפ, מאכט אייך באקוועם, קומט אריין מיר האבן א דרייוו טרו. עסט אריין, כאפט א דרימל. וכו' וכו' אבער דער חכם האלט דעם קאפ אויפן פלאץ ער ווייסט גענוי ווי ער וויל צוקומען. פונקט אזוי איז די מצב אויף דער וועלט יעדער זוכט נאך און נאך באקוועמליכקייטן מען מאכט זיך טאקע באקוועם ביז מען פארגעסט אז דער ציל פון די נסיעה איז געווען סוקסעס דאן איז שוין צי שפעט.
*
ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת - ונתן עליו מים חיים אל כלי. שטייט אין שפת אמת. אט די צוויי פארקערטע יסודות דארף א יוד אלעמאל געדענקן. איינס, אדם יסודו מעפר וסופו לעפר ער קומט פון ערד און ער גייט צוריק אין די קרקע דאס טוט צושיסן די גאווה פונעם מענטש די צווייטע יסוד אז די פארמאגסט א חלק אלקי ממעל א הייליגע נשמה, מען איז דא אראפגעקומען צו דינען השי"ת יעדער איינער לויט זיינע יכולות. דאס איז מרומז דא אין פסוק ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת דאס איז עפר און קרקע. ונתן עליו מים חיים זאלסט אבער אין די זעלבע צייט געדענקן אז די האסט א חלק אלקי ממעל.
*
והעבר אין והעתיד עדיין. וואס איז געווען איז געווען מען קען שוין טאקע נישט צוריקגיין. אבער דער עתיד ליגט דאך יא אינגאנצן אין דיינע הענט, נאר די ביסט דער בעה"ב אויף דיין עתיד בס"ד. האב טיף פארפאקט די אלע שטערערס. שעפ אן אביסל פון די מים חיים, און פלאנץ דיר איין די שטארקע יסודות פאר א גוטע געזונטע לעבן קלויב דיר אויס וואס יא און וואס נישט און לעב מיט דיינע גאולס טאג און נאכט. פארוואס זאל בכלל איינעם אינטערסירן וואס אנדערע זאגן אויף א דרך בעבודת השי"ת, צום סוף וועט מען דיך ממילא נאר דן זיין ווי שטארק די האסט דיך געהאלטן צו דיין אייגענע ליניע.
*
ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת. זאגן די ספרים הק' די זויערע טעם די נידערגעשלאגענקייט און ציבראכענקייט וואס א יוד שפירט נאכן זינדיגן רח"ל, דאס איז די גרעסטע תשובה אויף זיינע עבירות און טאקע די זויערע טעם קען אויך זיין די בעסטע רפואה ער זאל זיך נישט אומקערן דערצו. ולקחו לטמא פאר א בעל עבירה וואס קען ליידער נישט פטור ווערן פון זיין יצר הרע איז די בעסטע צו נעמן מעפר שריפת החטאת דאס וואס ער שפירט זיך אזוי פארברענט פון זיין לעצטע עבירה דאס איז זיין תשובה. איי מען טאר דאך נישט זיין פארזויערט זאגט די פסוק ונתן עליו מים חיים לייג צו אביסל מים חיים טהורים דאס מיינט מען די עצה פון לימוד התורה און קריאת שמע דאס זענען די אלע עצות ניצול צו ווערן פונעם פגע.
*
ולקחו לטמא. יא מענטשן פאלן דורך. אבער די תורה הק' זאגט וויאזוי זיך מטהר צו זיין. אני מאמין ב"ש שהבית"ש הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. ער האט אונז אלע באשאפן צו טאן גוטס אויף דער וועלט ואע"פ סקומט אן שווער זיך מתגבר צו זיין צו טאן וואס איז ריכטיג ואע"פ מיר פארשטייען נישט פונקטלעך דער ציל דא אויף דער וועלט עכ"ז אחכה לו ער זאל אונז געבן כח און מח און געזונט צו קענען אנקומען צום ריכטיגן ציל צו מאכן א נחת רוח לפניו יתברך. ווייל כל זמן מיר ווילן נאך זענען מיר נאך זיכער אויפן ריכטיגן דרך.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:05 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
shem-tov האט געשריבן:וכל ישראל אשר סביבותיהם נסו לקולם. דאס קען אויך זיין א רמז אז זיי זענען זיך געלאפן ראטעווען בזכות התורה וואס ווערט אנגערופן קול קול יעקב וואס דאס איז דאך מציל דעם מענטש פון אלעם בייזן. תורה מצלי ומיגנא


שוין געזעהן אמאל אראפ ברענגן אזא ווארט איך געדענק נישט ווי אבער סאיז א אלטע ווארט

Re: טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:23 pm
דורך וויל קענען
עי’ בספר אמרי שפר מר”ש קלוגער ושם תמצאנו
@שם טוב (ס׳שרייבט זיך נישט גיט אין ענגליש)ברוך שכוונת לדברי גדולים

פרשת פרה אדומה - קיינער איז נישט פעקפעקט

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 1:28 pm
דורך shem-tov
אשר אין בה מום אשר לא עלה עליה עול, ונתתם אותה אל אלעזר הכהן והוציא אותו אל מחוץ למחנה. האט דער קאזשניצער מגיד זי"ע געזאגט, ס'ליגט דא א כלל גדול בעבודת הבורא. איינער וואס האלט ער פארמאגט נישט קיין שום פעלער. אשר אין בה מום. ווייזט ער דערמיט קלאר ארויס אשר לא עלה עליה עול. ער האלט נאך אין ערגעץ נישט מיט קבלת עול מלכות שמים. איז זיין עצה ונתתם אותה אל אלעזר הכהן ער זאל זיך מדבק זיין צו צדיקים, ערליכע יודן, תלמידי חכמים און גוט באטראכטן זייער עבודה פלוצלינג וועט ער זיך שפירן והוציא אותה אל מחוץ למחנה. אזוי וועט ער נתעורר ווערן.
*
מענין לענין האב איך געזעהן נאכברענגן א ווארט פונעם הייליגן רושזינער זי"ע. מען זאגט ביי יוצר לפרשת פרה לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש. בפשטות מיינט עס ארויסצוברענגן די פארקערטע סדר ביי פרה אדומה אז סאיז טאקע מטהר די טמאים אבער דער וואס שפריצט עס ווערט טמא. באומר קדוש ווייל אזוי האט הקב"ה געזאגט און מיר פארשטייען נישט דעם ענין פון פרה אדומה. טייטשט ער באופן אחר. לטהר טמאים דער אויבערשטער איז מטהר די וואס האלטן זיך פאר טמאים ווייל זיי טוען תשובה. לטמא טהורים באומר קדוש אבער די וואס האלטן זיך פאר טהורים זיי זאגן מיר זענען טהור וקדוש די בלייבן טמא, א בחינה פון אשר אין בה מום. א מענטש מוז קענען מודה ומתודהה זיין.

חיזוק לפרשת פרשת בלק

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:14 am
דורך shem-tov
מאך דיר גדרים וועסטו אים צודריקן
גדר מזה וגדר מזה. ותלחץ את רגל בלעם אל הקיר. שטייט אין ספרים הקדושים אז א יוד מאכט זיך א גדר דא און נאך א גדר דארט, און ער האלט זיך פעסט צו זיינע גדרים וסייגים, דאן ותלחץ רגל בלעם צודריקט ער דערמיט דעם יצה"ר.
*
גדר מזה וגדר מזה אבער נישט אויפגעבן.
מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבן. אפילו אויב מען ווערט אמאל צודריקט הייבט מען זיך אויף מען פיקסט זיך און מען גייט ווייטער. יעדן טאג באקומט א מענטש פרישע כוחות צו גיין ווייטער מען דארף עס פשוט אויפיקן. נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז שוין פארפארן קען מען אלץ כאפן א יו טורן.
*
אלעמאל טראכטן פון הקב"ה.
לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל. וויאזוי קען מען זוכה זיין ניצל צו ווערן פון "און" און האבן א גוט לעבן זאגט דער פסוק דורך דעם ווייל "ה' אלקיו עמו" מען טראכט שטענדיג פונעם רבש"ע יומם ולילה איז מען מקיים דעם שויתי ה' לנגדי תמיד.
*
נישט זוכן קיין שלעכטס
לא הביט און ביעקב האט געזאגט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס און קיין פעלערן אין יודישע קינדער איז א סימן אז ה' אלוקיו עמו דער אויבערשטער איז מיט אים ווייל א ערליכער יוד זעהט נאר גוטס אין יודן. דעריבער דארף מען זיך צוגעוואוינען צו טרעפן נאר גוטס אין יודישע קינדער וועט דער באשעפער אויך טרעפן גוטס אין אונז.
*
טרעפן דאס גוטס
לא הביט און ביעקב. שמייכל צו יעדן איינעם וועט די וועלט שמייכלען צו דיר. קיין שום זאך מאכט נישט אזוי צופרידן א מענטש ווי דאס ארויסהעלפן א צווייטען יוד.
*
אייגענער דרך אין עבדות הבורא.
מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל. זאגט רש"י ראה שאין פתחיהם מכוונים ברענגט דער ייטב פנים פון צדיקים א רמז אז יעדער יוד קען האבן זיין אייגענער דרך וואס מאכט אים נענטער צום רבש"ע
*
א סיבה פאר שנאת ישראל.
ויגר מואב מפני העם מאוד כי רב הוא. דער ישמח משה פרעגט סוואלט לכאורה געדארפט שטיין "הם" נאר חז"ל רעדן איבער די גרויסקייט ווען יודן לעבן באחדות. די פסוק זאגט ויחן שם ישראל נישט ויחנו זאגט דארט רש"י כאיש אחד בלב אחד, פון דעם האט בלק מורא געהאט כי רב הוא. א לשון יחיד זיי האלטן זיך זייער באחדות.
*
ויגר מואב פון וואס.
לויט דעם קען מען פארשטיין. ווען אזויפיל יודן גייען צום סעקשאן אכט אפיס שנארן, וואלט זיך ווען דער שונא ישראל געדארפט פרייען אז די יודן זענען ארים, אבער ער פלאצט אוועק ער זעהט ווי סהערשט ביי זיי עפעס אזא שטארקע אחדות מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטען קיינער האלט עס נישט נאר פאר זיך.
*
סודות אין פרשת בלק.
אוי מי יחי' משומו קל. שטייט אין ספרי קבלה זייער פונקטלעך אז סוועט זיין גרויסע מלחמות ביים טויער פון ירושלים סוועלן זיין דארט די גוים. דאס האט בלעם געזאגט משומו קל א רמז אויף ישמעאל אבער צום סוף שטייט דארט וועלן נאר די ערליכע יודן זיגן.
-
כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל. הפלא ופלא ברענגט דער הייליגער רמב"ם ער האט א קבלה פון זיינע עלטערן אז אין די ווערטער ליגט באהאלטן ווען די נבואה וועט צוריקומען צו יודן.
-
כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל קל. שטייט פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע אמאל זענען געווען צדיקים וואס האבן געוואוסט וואס סטוט זיך אויף דער וועלט פארוואס זאכן טוען פאסירן, אבער פאר משיח וועט קומען וועט קיינער גארנישט וואוסן, "כעת" סוועט קומען צייטן יאמר ליעקב ולישראל סיי די די וואס זענען בבחינת יעקב און סיי די וואס זענען בבחינת ישראל וועלן זאגן מה פעל קל מיר פארשטייען נישט.