בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הלכה למעשה, א כהן מעג דארט טרעטן? ביסט זיכער עס ליגט גארנישט אונטער דעם?

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:36 pm
דורך במדבר
berlbalaguleh האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?

שושן פורים: ווייל ס'איז באוואוסט אז דער אוה"ח הק' האט נישט חתונה געהאט...! (היסטארישע קוועלער)...!


חתונה געהאט! נישט איינמאל, צווי מאל: ער האט געוואוינט מיט צוויי פרויען צו די זעלבע צייט, פאצוניה און אסתר ביבאס. קינדער איז אנגענימען ביי פארשער האט ער נישט איבערגעלאזט. אבער אין חב''ד ווייסט מען צו זאגן אז די חיבור אור החיים איז געשאפען געווארען בשעת'ן לערנען מיט זיינע טעכטער חו''ר.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=8708

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט נישט מקיים געווען מצות יבום? עפעס ליגט מיר אין קאפ אזוי, אפשר איז דא א מצבה פון די יבמה צו וואס?

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
במדבר: די לייק קומט מיט א קוועסטשן מארק..."?"...! אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט...!

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:48 pm
דורך מי אני
דא זאגט ויקיפידיה אויך אזוי. זיינע ווייבער ליגן נעבן אים אויפ'ן הר הזיתים. זיי ברענגן בילדער פון די מציבות.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:57 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הלכה למעשה, א כהן מעג דארט טרעטן? ביסט זיכער עס ליגט גארנישט אונטער דעם?
לכאורה מעג מען. אזויווי דער ירושלימ'ער כהן וואס איז געגאנגען פראטעסטירן די קברים אין גולובנציץ, האט מען איהם געפרעגט אויב דו האלטס אז ס'איז דא קברים מעג דאך א כהן נישט קומען דא, ענטפערט ער אז הלכה'דיג האלט ער ווי די ראב"ד אבער השקפה'דיג האלט ער ווי דעם גאב"ד...

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 7:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברענגסט א ראיה פון הלכות פראטעסט? דאס איז גאר אן אנדערע חלק אין שו"ע, וואס מהדורת פריעדמאן האט נאך נישט אנגעיאגט.