בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:02 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:14 pm
דורך פעדער
א פרוי איז שאקירט געווארן נאך וואס זי האט אנטדעקט צו איר וואונדער אז עטליכע טישן ארויפציהר אין איר לאקאלע רעסטאראנט וואו זי האט געהאלטן אינמיטן עסן, זיצט א מאמע ביי א טישל און טרעינט אירע צוויי קליינע צווילינג מיידלעך, אויף טוילעט פאטי'ס. (קינדער זיץ-טוילעט'ס) מיט אראפגעצויגענע הויזן נאכדערצו. בשעת ווען זיי עסן זייער מיהל.
זי האט נישט געטראכט קיין צוויי, געסנעפט א פיקטשער, און עס געפאוסט אויף פעיסבוק. דער פיקטשער איז געגאנגען פובליק, און פארשטייט זיך מען האט געמאכט צימעס דערפון.
http://lasvegas.cbslocal.com/2012/09/05 ... ing-table/

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:30 pm
דורך פעדער
באגעגנט נאָואַ וועלכער האט פון 11 יאנואר 2000 געכאפט א בילד פון זיך יעדן איינציגן טאג, און גייט נאך אן, דא קענט איר וואטשן א קליפ פון זיינע ערשטע 5,414 שאט'ס, ביז דעם דרייסיגסטן יוני דעם יאר.
אינדזשויט, צו זען ווי א מענטש עלטערט זיך אפאר יאר אין אפאר מינוט.
http://digitallife.today.com/_news/2012 ... nutes?lite

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
אבאמא האט היינט געכאפט א רייד......
בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:30 pm
דורך ירושלים
הלוואי מ'קען אים אזוי אראפ טראגן פון דעם בענקל אין וואשינגטאון

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:31 pm
דורך זר זהב

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:09 pm
דורך No_name
מאראל אויף די געשיכטע, קויף נישט קיין גאן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:29 pm
דורך געפילטע פיש
קויף יא, קלין עס נאר נישט! (אויב ביסטו א מאנספערזאן...)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:52 am
דורך טאמבל סאס
געפילטע פיש האט געשריבן:קויף יא, קלין עס נאר נישט! (אויב ביסטו א מאנספערזאן...)

קויף לעגאלערהייט און לערן דיך אויס אויף א לעגעטימע אופן וויאזוי צו קלינען דיין ביקס. וואסערע גרויסע תורה איז עס? יעדער ווייסט אז ס'האנדלט זיך דא מיט א טאטאלער גאסן יונג.
ער האט דאך געהאט מאריכוואנא אויך דארט. דו מיינסט אז ער האט עס גענוצט פאר בשמים פרייטיג צונאכטס?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:07 pm
דורך זר זהב
1800$ פאר געפילטע פיש?

http://www.jdn.co.il/news/123969

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש (די ניק) איז ווערד מער ווי דעם!
אבער סיריעסלי, דאס איז דאך געווען פאר א פולע צען שטערנדיגע רייכע שבת סעודה, נישט בלויז פיש.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:37 pm
דורך איך אויך
ובכלל דער קשר צווישען דער כותרת און דער גוף הידיעה אין די איזרעילי צייטונגען/וועבזייטלך איז רענדאם עט בעסט, ספעציעל אין די פרומע צייטונגען/וועבזייטלך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:39 am
דורך [NAMELESS]
שטאטישע אינפעקטערס אין א שטאט אין פראנקרייך האב געטראפן אין א הויז דעם אייגנטימער ליגן טויט אין בעט- א סקעלעטן נאך אנגעטוהן אין פיזשאמעס. עס שטעלט זיך ארויס אז ער ליגט שוין אזוי פאר פיפצען יאר!!
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... jamas.html

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:41 am
דורך שמואל הלוי
וואלט נישט שלעכט געווען צו מאכן א מאסק פאר פורים פון דעם סקעלעט געשטאלט

בילד

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:40 am
דורך זר זהב
Kenyan mother names twins Barack Obama and Mitt Romney

http://news.yahoo.com/blogs/sideshow/ke ... 44622.html

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 8:43 am
דורך שמעקעדיג
די קינדער וועלן זיך ארומרייסן ביי די קעפ און קיינמאל נישט מוחל זיין די מוטער.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:27 am
דורך נס קאווע
ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט קיינער נישט געדענקן גארנישט פון די גאנצע מעשה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:36 am
דורך קאווע טרינקער
זעהט מיר אויס אז זי האט דאס געטוהן כדי זיך נישט צו פארטוישן צווישען זיי
קוק גוט, איינער איז אביסעל מער טונקעל

אומבלויבליך

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 3:32 pm
דורך זר זהב
ליינט דעם לינק. כאנישט כח איבערצושרייבן

Candidate’s Wife Sleeps In, Misses Tie-Breaking Vote

http://abcnews.go.com/blogs/politics/20 ... king-vote/

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:09 pm
דורך זר זהב
איינער איז אין א קריטישן צושטאנד צוליב אבאמא'נען. א פרוי איז אריבערגעפארן איר מאן מיט'ן קאר, זי איז גערעגט אז ער איז נישט געגאנגען שטימען.

http://blogs.phoenixnewtimes.com/valley ... ilbert.php

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:39 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:איינער איז אין א קריטישן צושטאנד צוליב אבאמא'נען. א פרוי איז אריבערגעפארן איר מאן מיט'ן קאר, זי איז גערעגט אז ער איז נישט געגאנגען שטימען.

http://blogs.phoenixnewtimes.com/valley ... ilbert.php


אפשר האט זי געוואלט ער זאל וואוטן ראמני?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:57 am
דורך קליגער איד
אין א מאדנע ערשיינונג,דערציילט איינער אז נאכן ווערן אראפגעקלאפט דורך א פאליציי קאר,האט ער באקומען א ביל אז ער זאל באצאלן פאר די פאליציי קאר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:11 am
דורך זר זהב
נישט פארגעסן מיטנעמען וועש אויב איר גייט קיין סאן פראנסיסקא

http://www.kqed.org/news/story/2012/11/ ... y=bay+area