בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:היש לך רודפ'ן גדולה מזו?

צאלן פאר קאלעדז דארף איך יא?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?

ושננתם לבניך איז מען יוצא וואן משיקט אים אין חדר

פישלע העררינג האט געשריבן:ורמינהו...

ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.

למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.

די אלע פסוקים מיינען מזאל זיי לערנען מצוות ה׳ און דאס מיינט חינוך, אויב א קינד ווייסט און טוט מצות דאן איז דאך גוט, וואס פעלט אויס די אלע דרשות? איך מיין אז יעדע קינד עסט מצה פסח, עסט א כזית אין די סוכה, שאקעלט לולב, ווייסט אז מטאר נישט חתונה האבן מיט די מאמע אדער שוועסטער....

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:29 am
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?

ושננתם לבניך איז מען יוצא וואן משיקט אים אין חדר

ווער זאגט אז מ'מוז עם שיקען אין חדר...?

Re: דער חינוך מיתוס

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 9:35 am
דורך נולד מאוחר
יאיר פארוואס שמייכלען און געבען ליבשאפט האלסטו יא אז דו טאטע איז מחיוב?
איז דאס ווייל דעס איז כ"ע מודה אז סאיז גוט פארן קינד, משאכ וועליואס און לייף סטיילס קען מען זוך אלץ דינגען צי דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג?

Re: דער חינוך מיתוס

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 9:51 am
דורך מפוזרי
יאיר האט געשריבן:הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.

א ייש"כ. אין אמת'ן פיר איך זיך שוין לאנג אזוי, אבער כ'האב תמיד געהאט א שלעכטע געוויסן דערוועגן. א דאנק פארן בארואיגן.
להערה בעלמא: פארן אויפשטיין שפעט שריי איך טאקע נישט, טאמער אבער שטערט מען מיר ליינען די צייטונג, זאל גאט אפהיטן...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:52 am
דורך יאיר
דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען מיין כונה. אודאי זאל א טאטע אויסלערנען פאר זיין קינד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע. איך רעד וועגן "איבערמאכן" דעם קינד, וועגן אים פארוואנדלען אין דעם "ריכטיגן" מענטש. כאילו יעצט איז עפעס שלעכט מיט אים, און מען דארף אים טוישן כדי ער זאל ווערן א תלמיד חכם, א דאקטאר, א צדיק, אדער וואס אימער זאל נאר זיין. דאס זענען לגמרי צוויי אנדערע זאכן. עס איז נישט דיינע ביזנעס ווי אזוי דאס קינד וועט בוחר זיין צו פירן זיין לעבן. עס איז יא דיינע ביזנעס אים צו געבן די געצייג אז ער זאל קענען מאכן א בחירה. רוב טאטעס האבן א מיסיע צו אויספארעמען זיייערע קינדער גענוי ווי זייער חלום, עס איז זיי נישט גענוג אז דאס קינד וועט פירן א צופרידענער לעבן, ער מוז מיר נאך מאכן שטאלץ און ברענגען נחת און באלאנגען אין דעם ריכטיגן ארט, און דאס איז א רשעות.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:55 am
דורך ישמעאל הכהן
דאס זאגט טאקע דער פסוק חנוך למער על פי דרכו

Sent from my Bed Using a Goose-Down Pillow

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:56 am
דורך יאיר
איך וואלט זיך געשוואוירן אז ישמעאל'ס טאטע האט אים ארויסגעטריבן פון בעט פינף אזייגער פארטאגס יעדן צופרי.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:57 am
דורך ישמעאל הכהן
גראדע אמת אבער נאר ערב יום כיפור...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:59 am
דורך ישמעאל הכהן
אבער וואס טוסטו מיט חושך שבטו שונא בנו

Re: דער חינוך מיתוס

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:01 am
דורך שמערל
און וואס טוסטו מיט גם אויל מחריש לחכם יחשב

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:03 am
דורך ישמעאל הכהן
טאקע שווער. כ'זעה פאלגסט עס נישט אויס

Sent from Bed using huge Duchene

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:19 am
דורך chusid
מיר ליגט נאך אין די ביינער די שלעק וואס איך האב געכאפט פון מיין טאטע פארן פארשלאפן ראש השנה נאך די עלות מיט קולות אז וועגן דעם טויג איך אויף גארנישט ווייל איך פארשלאף מיין מזל...... מיט דעם האט מיין טאטע אויפגעטאן אז נאך מיין חתונה מאך איך זיכער צו שלאפן נארמאל...און אז ווען איך הער נאך מיסטישע מוסגים אויף די הייליגע טעג ווערט מיר שלעכט אויפן הארצן...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:25 am
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן: ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע.

אבער איך ווער נישט אזוי משוגע פאר בע"ח...?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 3:07 pm
דורך יידל
בן אדם האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן: ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע.

אבער איך ווער נישט אזוי משוגע פאר בע"ח...?

צו דיר האט טאקע יאיר נישט גערעדט. דו פראסקע ווייטער.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
הייסט ער האט נאר גערעדט צו מאלפעס ?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז בעצם איז יאיר %100 גערעכט, אבער ער ווארט אריין אפאר ווערטער וואס דארף אביסעלע מער הסבר, ווי למשל וואס איז די גבול.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:19 pm
דורך הקטן
יאיר האט געשריבן:דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען מיין כונה. אודאי זאל א טאטע אויסלערנען פאר זיין קינד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע. איך רעד וועגן "איבערמאכן" דעם קינד, וועגן אים פארוואנדלען אין דעם "ריכטיגן" מענטש. כאילו יעצט איז עפעס שלעכט מיט אים, און מען דארף אים טוישן כדי ער זאל ווערן א תלמיד חכם, א דאקטאר, א צדיק, אדער וואס אימער זאל נאר זיין. דאס זענען לגמרי צוויי אנדערע זאכן. עס איז נישט דיינע ביזנעס ווי אזוי דאס קינד וועט בוחר זיין צו פירן זיין לעבן. עס איז יא דיינע ביזנעס אים צו געבן די געצייג אז ער זאל קענען מאכן א בחירה. רוב טאטעס האבן א מיסיע צו אויספארעמען זיייערע קינדער גענוי ווי זייער חלום, עס איז זיי נישט גענוג אז דאס קינד וועט פירן א צופרידענער לעבן, ער מוז מיר נאך מאכן שטאלץ און ברענגען נחת און באלאנגען אין דעם ריכטיגן ארט, און דאס איז א רשעות.

איך פארשטיי נישט מיט וואס די עולם דא איז מחילוק מיט יאיר

די מאלפע האט אן אינסטינקט פאר סערווייוועל פין אירע קינדער, לערנט זי אויס איר קליינע וואו אזוי אפשיילן א באנאנע.
מיר מענטשען, ע"פ רוב, זענען מער איוואלווד און מער סעפיסטיקעטעט וואו אינזער פארגייער די מאלפע, מיר ווילען נישט נאר אז אינזער אפ-ספרינגס זאלן סערווייווען, נאר אינזער אינסטינקט אלס מדבר וויל אויך אז אינזער קינדער זאלן זיין מוצלח'דיג אין סוקסעספאל אין אלע חלקים אין לעבען - דאס ליגט אין אינזער נפש הבהמי פינק אוואו און די מאלפע

יעצט איז דא וואס האלטן אז זיך פירען לויט די געזעץ פין די מדינה און בראשען די ציין א יעדע טאג הייסט מוצלחדיק אנדערע האלטן ליינען קר"ש בזמן און גיין צי מתמידים הייסט סוקסעס.
קוק נאר נאך אלע "למעשות" דא, וועסטו זען וואו אלע זיכען צו פארבעסרן די לעבען פאר די קינדער.

איינער האלט מיט לאזען די קינדער געמאכט דאס וועט זיין זייער בעסטע הצלחה, וואדער איז דא וואס האלטען אז "קאנסטראקטיוו גיידענס" איז בעסער, און דאס וועט זיין זייער הצלחה

וועלקאם צי די חינוך דיבאטע

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:34 pm
דורך הקטן
וכדומה.. האט געשריבן:וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.

און אז דיין קינד וויל זיין אן anarchist ??
און אז ער וויל טון משוגענע זאכן ??
ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן ??

בכלל צי זאגן אז געזעץ איז אנדערש, און דאס דארף מען יא באהאנדלען, איז זייער א סליפערי סלאפ מהלך, דו וועסט וועלן באהאנדלען דו געזעץ פין אמעריקע אדער פין ny און א צווייטע טאטע וועט נאכדעם קימען אין אויך בהנדלען סוף זמן קר"ש אלס געזעץ פין בורא עולם

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:05 pm
דורך ראש הישיבה
יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.


א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.

אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:09 pm
דורך הקטן
ראש הישיבה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.


א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.

אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????

קינדער זענען מער ציפרידען ווען מ'מאנט נישט פין זיי, מ'לאזט זיי טון וואס זיי ווילען, זיי וואקסן פשוט אויף געזינטער
דו גלייבסט נישט? געב א קוק אויף די ליבערל גאס

למען האמת, וואס איז די נפקא מיני וואו אזוי זיי וואקסן אויף בעסער, אויב יאיר זאגט אז מיר האבן נישט קיין רעכט האבן מיר נישט קיין רעכט! אפגעזען וואס איז בעסער.


יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.

אינטערעסאנט, דאס האב איך לעצטענס געהערט ביי א חינוך דרשה

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 7:17 pm
דורך stuck
יאיר, אוי ביסטו גערעכט. ווער ווי מיר ווייסט ווי גוט דו זאגסט.
viewtopic.php?f=26&t=6262

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 8:27 pm
דורך וכדומה..
הקטן האט געשריבן:יעצט איז דא וואס האלטן אז זיך פירען לויט די געזעץ פין די מדינה און בראשען די ציין א יעדע טאג הייסט מוצלחדיק אנדערע האלטן ליינען קר"ש בזמן און גיין צי מתמידים הייסט סוקסעס.


הקטן האט געשריבן:בכלל צי זאגן אז געזעץ איז אנדערש, און דאס דארף מען יא באהאנדלען, איז זייער א סליפערי סלאפ מהלך, דו וועסט וועלן באהאנדלען דו געזעץ פין אמעריקע אדער פין ny און א צווייטע טאטע וועט נאכדעם קימען אין אויך בהנדלען סוף זמן קר"ש אלס געזעץ פין בורא עולם


די חילוק איז זייער פשוט, טאקע אזוי ווי די מאלפעס, געזעץ מוז מען האבן פאר סורווייוועל, נישט לאזן מענטשן ארומגיין רצח'נען דאס מוז מען פארסירן פשוט צו קענען לעבן, אזוי אויך אנדערע געזעצען וואס באשיצט אונזער וואוילזיין, אונזער רואיגקייט און פרייהייט. אוודאי טאר מען נישט לאזן א מענטש שעדיגן א צווייטען, דאס דארף מען באהאנדלען. אבער אויף וויפיל עס אנבאלאנגט דעם מענטשענס פריוואטע אייגענע לעבן? וואסערע לייפסטייל ער וויל זיך אויסוועלן? וכו', ווער בוסטו אריינצורעדן, וויזוי פארגלייכסטו דאס צו געזעצען וואס געבן אכטונג מזאל נישט שעדיגן א צווייטען? אדער שטערן אנדערע מענטשענס רעכטען? אוודאי אויף דעם קען מען און זאל מען אריינרעדן! אבער ווען איינער וועלט פאר זיך אויס א מהלך החיים? אויף דעם איז עפעס דא געזעצן וואס זאגן וואס א מענטש זאל טוהן?
יא, אין קאמיוניסט רוסלאנד וועסטו טרעפן געזעצן אויף דעם אויך...