בלאט 2 פון 25

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:28 pm
דורך אהרן
שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:33 pm
דורך שלום על ישראל
אהרן האט געשריבן:שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?

וואטער-פרופינג, ווי אויבנדערמאנט.

געוויסע זעלטענע קליידער האבן א ווארנונג אויפן לעיבל איז ס'טאר נישט זיין העכער א געוויסע היץ טעמפעראטור. דארפסטו פארשטיין אז די גאס ווערט גוט הייס במשך די זימער, ספעציעל אויב ס'איז דירעקט אונטער דעם זון.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:25 pm
דורך ונבנתה העיר
איז דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן דעם בוך?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:איז דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן דעם בוך?

איך בין נישט באקאנט מיט די ספעציפישע סייט, אבער די 'גאוינג' עצה איז צו סעיווען יעדע עמוד פונעם ספר ווי א image און דערנאך קאנווערטן צו pdf און עס צוזאמשטעלן,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:28 pm
דורך ירא שמים
שוין גרינגער צו ליינען דעם בוך … אפשר איז דא עפעס א עפפ וואס מאכט עס.
וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אמאל געזען א עפפ וואס טוט דאס מיט גוגל בוקס פאר אפאר דאלאר,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:49 pm
דורך ונבנתה העיר
ירא שמים האט געשריבן:וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.

עס איז ח"נ ביאליק'ס איבערזעצונג פון דעם וועלט בארימטן דאן קעהאטע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:49 pm
דורך געוואלדיג
דא
אדער דא
אדער אפשר דא
:lol: :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?

J tech Center אין וויליאמסבורג, נאך עפעס א פלאץ אין מאנהעטן וואס יונגעלייט גייען כ'האב פארגעסן די נאמען. און אויב ווילסט אויך א דעגרי (מ'דארף האבן מינימום 40 שעה אלע קורסעס צוזאמען)מכון לפרנסה, בדרך אדער עני אנדערע קאלעדזש.
עלה והצלח. אמן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
דער נומבער האט מען אמאל האב איך געטראפן בנוגע דעם מאנהעטן סענטער, ער'ז א היימישער יונגערמאן. אויב ער נעמט שוין נישט קעיר עט ער לכה"פ קענען דיירעקטן צו די ריכטיגע.
347-762-9755

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:21 am
דורך טמיר
איך האב א צובראכענע stereo system וואס די ספיקערס זענען עקסטער און גוט. קען מען קויפן אן אנדערע סיסטעם אהן ספיקערס און קאנעקטן צו מיין עקזעסטירנדע? ואת"ל יא, וואס מאכט א stereo system קלאר און גוט, די עצם player or the speakers? אויב די ספיקערס, דאן קען איך קויפן א ביליגערע סארט. ייש"כ פאר עני סאג'עסשן

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:22 pm
דורך ישראלי
וויאזוי קען מען שיקן txt msgs צו א ישראל'דיגע סעלפאון דורך email? (אזוי ווי איך שיק צו א אמעריקאנע סעלפאון 845xxxxxxx@vtext.com וכדומה)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:41 pm
דורך BAL TSHIVA
דער בעל ה'סעלפאן זאל שיקן א text צי דעם E-mail וועסטי קענען זען וואס די אדרעס איז.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:54 pm
דורך ישראלי
כשר'ע סעלפאון'ס האבן נאר incoming)(אדרבה אויב ווייסטו איינער וואס האט א נישט כשר'ע ביטע פראביר עס אויס)

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:27 am
דורך טמיר
וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:31 am
דורך petergrifin
טמיר האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?



געווענליך האט עס צוטוהן מיט ווי שנעל עס קען ליינען און שרייבן. ליין דורך די רעוויוס אויף עמאזאן וועסטו שוין פארשטיין.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 7:36 am
דורך טמיר
א דאנק. בעיקר וויל איך וויסן צו עס איז דא א חשש עס זאל אויסמעקן דעטע, וואס דעמאלטס איז נישט ווערט די געלט וואס מען שפארט זיך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי לייג איך ארויף אן MP3 רעקארדירונג וואס איז גרויס 7,809 KB?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:56 am
דורך סאשי פיש
Dropbox, ect.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:27 am
דורך געוואלדיג
איך דארף אינפארמעישן אויף די נאווהארדאקער ישיבה אין פראנקרייך, אויב איינער ווייסט וועל איך זייער דאנקבאר זיין,

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:27 pm
דורך ירא שמים
וואו קען מען קויפן אין א געשעפט אדער אנליין אלגעמיינע העברעאישע ביכער דאהי אין ניו יארק?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:45 am
דורך געוואלדיג
וועלכע סארט ביכער, סתם אלגעמיינע? איז דא צו באקומען אין יעדע, קאנטערווערסואלע, קענסטו טרעפן מסתם ביי טובי'ס אין מאנסי.