בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 3:35 pm
דורך קרעפל פשעטיל
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט א ר' משה בער בעק האט א ווארים הארץ פאר א לב נשבר. איך ווייס נישט מיט וואס ער קען העלפן, אבער זיין הארץ איז אפן פאר א צווייטן איד. כך שמעתי.

איך אויך

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 3:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער איז א אוהב חכמה אבער א שונא דעת.
ער איז אויך א אוהב ישראל אבער א שונא ציונות.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:09 pm
דורך moshav zekeinim
אויף ר' חיים יושע מסאטמאר מאנסי האב איך אויך געהערט גוטע גריסן.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:12 pm
דורך יעקב מענטש
שמעתי אז ס'איז דא איינער א רב קרויס (איך מיין אז זיין ערשטע נאמען איז רבי אהרן, נישט זיכער) וואס האט א קליין שטיבעל ערגעץ אין ניי וויליאמסבורג, אבער פארמאגט א גרויסער הארץ און א גרויסער מוח,

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:44 pm
דורך moshav zekeinim
ר' נחום מאיר פאנעט מדעעש בארא פארק. איך ווייס נישט ווי ווייט ער לייגט זיך אריין אין יענעם'ס מצב. אבער א גוט ווארט מיט אביסל סימפאטיע פון א וואוילע קלוגע רב קען מען פון אים באקומען.

Re: למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:57 am
דורך גרויסע מענטשעלע
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף ר' חיים יושע מסאטמאר מאנסי האב איך אויך געהערט גוטע גריסן.

יא כהאב פינקט די וואך געהערט אז ער האט אונגעריפען עפעס א בעל הבית געבעטן ער זאל איהם געבן א רעיס.
די בעה"ב האט בכלל גארנישט מיט סאטמער

כה לחי אזעלעכע רבנים

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:24 am
דורך שמעקעדיג
ממש אזוי? אהער מיט זיין נומבער, זאפארט!

Re: למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 8:55 pm
דורך לבלר
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף ר' חיים יושע מסאטמאר מאנסי האב איך אויך געהערט גוטע גריסן.

יא כהאב פינקט די וואך געהערט אז ער האט אונגעריפען עפעס א בעל הבית געבעטן ער זאל איהם געבן א רעיס.
די בעה"ב האט בכלל גארנישט מיט סאטמער

כה לחי אזעלעכע רבנים

נא ווי בין איך?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 7:08 am
דורך moshav zekeinim
נו, איז איר ווייסט נישט פון קיין רבנים וואב טויגן יא, ברענגט כאטש ארויף רבנים וואס טויגן זיכער נישט (עס קען אויך זיין אין אישי און איך וועל עס אי"ה ארויף לייגן אן א נאמען.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:52 am
דורך רויטע וואנצעס
האסט ענדליך דערגרייכט די ציהל פון דיין אשכול... ;)