Categorical Imperative.jpg
דר. סידני מארגענבעסער. 
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א צוויי יעריג קינד'ס לעזונג פאר דעם טראלי פראבלעם.
[left]Indeed, should we employ a utilitarian concept of law such as that proposed by the eighteenth-century philosopher of jurisprudence jeremy Bentham, which sets among its criteria for adjudging the validity of a legal code its utility, it would be difficult to understand halakhah (rabbinic law) as a genuine legal system, because very often a halakhic decision is made on a conceptual basis without regard for its consequences. According to the rabbis, a person should fulfill his duties for their own sake and not for extraneous motives (M. Avot 2:2, 12; 6:1). God's commandments were not intended to promote happiness (BT Er. 31a), which is the object of law according to the utilitarian school of jurisprudence[/left]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א צוויי יעריג קינד'ס לעזונג פאר דעם טראלי פראבלעם.
זיין שוועסטער׳ס לעהזונג, איינס בעסער פונעם אנדערן...
כידוע האט קאנט געהאלטן, עפ״י זיין קאטעגארישע אימפּעראטיוו, אז אין אזא פאל דארף מען דאס יא צוריקגעבן.וכן הדברים השרשיים הכוללים שבדינים הם בלתי משתנים כי אם במקרה ועל הזרות כמו שאמר שאם הפקיד אדם חרב ביד זולתו ורוצה עתה לקחתו להרוג את רעהו שיהיה אז הצדק שלא להשיבה אליו עם שהשבת פיקדון הוא מהדברים הקיימים.
ער דרייט זיך ארויס פון די קשיא (אזוי ווי מיין מגיד שיעור ביי א שווערע תוס')שמן למאור האט געשריבן:ענדראו טעיט, רעאגירט צו די טראלי פראבלעם...
דער גאנצער א.ג. 'טראלי פראבלעם' גייט ארויס פון אן הנחה אז ס'איז דא (לפחות, א ספק) א ראציאנאלער מושג פון 'שב ואל תעשה עדיף' - נישט טון און דורכדעם גורם זיין עפעס איז א קלענערע מאראלישע ''עוולה'' ווי יא טון און גורם זיין עפעס.קהל'ס נער האט געשריבן: סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט
האלטסט טאקע אזוי?קהל'ס נער האט געשריבן: דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
דאס איז וואס טעיט טוט אגאנצן טאג ווען מ׳פרעגט איהם א קשיא געט ער עפעס א מאדנע ענטפער און די קענסט דיך נישט טעהנען מיט איהם ווייל בעצם האט ער גארנישט געזאגט, אבער צו זיין קרעדיט מיז איך זאגן אז ער מאכט עס זייער גוטקהל'ס נער האט געשריבן:ער דרייט זיך ארויס פון די קשיא (אזוי ווי מיין מגיד שיעור ביי א שווערע תוס')שמן למאור האט געשריבן:ענדראו טעיט, רעאגירט צו די טראלי פראבלעם...
אני הק' האלט אז מען דארף אלעמאל ציילן וויפיל מענטשן גייען שטארבן.
דארף מען ריקן דעם לעווער צי הרג'נן איין און ראטעווען 5? יא!
דארף מען אריינווארפן עוג מלך הבשן צו ראטעווען די פינף? יא!
דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
וואלט איך אריינגעטאנצן און פראנט פון א טרעין צי ראטעווען 5 און שטארבן דורך דעים? ניין, ווייל איך בין סעלף סענטערעד אזוי ווי אינז אלע!
סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט ("כביכול" ווהטעווער די פליפ דעיס מיינט) אויפן טרעין, והיינו טעמא דעוג מלך הבשן והיינו טעמא דלהרוג אחד כדי להשתמש באיברי להציל עוד חמשה.
צום באפעל!יעקב מעקסוועל האט געשריבן:האלטסט טאקע אזוי?קהל'ס נער האט געשריבן: דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
אויב ביסטו קעניג פאר א טאג, און עס קומט צו דיר א דאקטער "אדוני המלך, איך האב א מענטש וואס האלט ביים שטארבן, די איינציגע וועג אים צו ראטעווען איז מיט א הארץ טראנספלענט היינט, און עס איז נישטא צו באקומען א הארץ."
אין די זעלבע שפיטאל זענען דא צוויי מענטשן וואס בלוטיגן נעבעך אויס, און די איינציגע וועג זיי צו האלטן ביים לעבן איז דורך צולייגן בלוט פון א צווייטן. אבער די בלוט קאסע איז לער, נישטא קיין בלוט פאר קיין רפואה.
ממש נעבן זיי ליגט איינער וואס גייט אויס יעדער מינוט, ער דארף א לונגען.
נאך צוויי מענטשן דארפן א ניר עמערדשינסי, א זעקסטער מוז באקומען מארך פון די שדרה, נאך צוויי דארפן א שטיק לעבער, און איינער דארף גאר וויכטיג א פענקריעס.
"אלזא" פירט דער דאקטער אויס "אדוני המלך, געב מיר רשות צו ארויסגיין אויפן גאס, טרעפן א געזונטן מענטש, מען וועט אים אריינשלעפן אין שפיטאל, צושניידן אויף שטיקער, און ראטעווען די אלע מענטשן".
קהל'ס, מיר ווארטן אויף דיין באפעל.
דאס איז נאך פון פאר ער האט זיך גע׳שמד׳ט צו איסלאם? לכאורה פון נאכדעם..שמן למאור האט געשריבן:ענדראו טעיט, רעאגירט צו די טראלי פראבלעם...
כ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.יעקב מעקסוועל האט געשריבן:גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.
ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.
אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
ור' שמן אומר, שהשכל מחייב לחזור אחר הרגש.קהל'ס נער האט געשריבן:כ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.יעקב מעקסוועל האט געשריבן:גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.
ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.
אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
די געפיל לאזט נישט הרג'נן א מענטש אפילו 5 גייען געראטעוועט ווערן, און די שכל זאגט ס'לוינט זיך צי אינוועסטן איין מענטש אויף צי פארדינען פינף.
ר' יעקב מעקסוועליתא אומר זיל בתר רגש, ר' קהל'ס דפום נערא אומר זיל בתר שכל.