בלאט 2 פון 2
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 6:58 pm
דורך petergrifin
@מ גפני שלום עליכם וועלקאם בעק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:07 am
דורך שושן פורים
Pomegranate
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:07 am
דורך שטילע אינגערמאן
דער בלאט.
BASED ON A TRUE STORY
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 10:58 am
דורך שמעקעדיג
טרו סטארי?
אפשר גאר "טרו ליגנטס"?
מוז זיין אזוי, ווייל בלא"ט איז נוטריקון
ב'עיסד א'ן ט'רו ל'יגענטס.
ודפח"ח
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 11:15 am
דורך קאמענטירער
צייטונגען
דער בלאט
''גענוג טעותים פאר א גאנצע וואך''
דער איד
''א פירצה פאר יעדע וואך''
די צייטונג
''אונז זעמיר די צייטונג פון די די. ענ. סי.''
די טרוביון
''אונז זעמיר די מערסטע דאנקבאר פאר די טעכנעלאגיע פון קאפי פעיסט''
די מאמענט
''אונז האב מיר שיינע גרעפיקס מיט ארטיקלען אין די זייט''
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 12:54 pm
דורך אברך משי
כיהודה ועוד, וויל איך מוסיף זיין אויף קאמאנטירער'ס רייד אזוי:
דער בלאט
אויף דעם קען מען זאגן טראכט קליין קעפיג וועסטו זיין קליין קעפיג
דער איד
איז אן ארגאן פון די אלטוועלטליכע אומאפהענגיגן אידענטוהם, נאך א מזל, ווייל ווען די אידן וואלט יא געווען אפהענגיג וואלטן זיי דען געקויפט דעם ישן-נושנדיגע סטייל צייטונג, זיי קויפן עס זיכער נאר ווייל זיי זענען אומאפהענגיג, דאנק גאט
די צייטונג
ווען איך נעם דאס אין די הענט געט עס מיר אזא ניחוח'דיגע נעימות פון אלטע זכרונות ווי ס'פלעגט ליגן אויסגעווארפן ביי מיין זיידן אין דיינונג רום נעבן זיין ריקליינער, און ער פלעגט זיך באסמאקעווען מיט די רבי-ז"ל-אין-אמעריקא געשיכטעס אדער פון די פארטיזאנען ביי די מלחמה
דער טריביון
מיין איך ס'אפילו נישט ווערד צו רעדן דערפון
דער מאמענט
נישט נא גראפיקס, נאר פארשידענע אייקאנס און לאגאס, ווערטער און טעקסט קליינע און גרויסע דיקע און דינע, א מעסטער-פיס פאר ווער ס'וויל זיך לערנען וועב-דיזיין לכאורה
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 2:30 pm
דורך קנאק-יענקל
סייט: קאווע שטובל
א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען (קרעדיט: קאווע שטיבל קעפל)
פארום: א שמייכל
כ'האף מיין שכן אין ביה"כ הערט מיך נישט לאכן
אשכול: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
מתכבד בקלון חבירו איז קיין לכתחילה