בלאט 2 פון 10

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:57 am
דורך זר זהב
פונקט זעה איך יעצט אז דער בליץ האט אן ארטיקל איבער די תפיסה סיסטעם אינעם מלכות שעל כעיסעד לאנד, אמעריקע. שטייט דארט אז ס'קאסט אפ 75 ביליאן דאלאר א יאר אנצופירן די גאנצע אפאראט, און אז שטעט שיקן ארויס פריזענערס צו פרייוועט דזשעילס פאר שיין באצאלט ווייל ס'נישטא גענוג פלאץ, הקיצור די עקאנאמיע איניש אזוי שלעכט פאר יעדן אינעם מאלחיס שעל כעיסעד.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
די תפיסות ארטיקל איז געווען זייער אינטרעסאנט און באלערנד, בנוסף צו די ארטיקלען פון די לעצטיגע שטערן און שפאקטיוו ארטיקלען לגבי תפיסות און יוסטיץ אין אמעריקע.

זר זהב, איך זעה דו האסט אן אגענדע אנטקעגן די אמעריקאנער תפיסות. איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש.

אפשר טאקע עפנסטו אן עקסטערן אשכול דערויף, מען זאל קענען דן זיין, נושא ונותן זיין אין די ענינים?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:12 pm
דורך טאמבל סאס
יענקל כ'פריי מיך צו זען נאך אנדערע מיטן זעלבן מיינונג ווי מיינס. די בליץ איז א ליידיגע אויפגעבלאזענע אינהאלט, צעשפרייטע לאנגע נודינקע שפראך, און לעהרע תוכן דאס איז שוין אויסער די עקסטירמע משוגעת'ן פון לייגן בילדער פון קערפער אהנע קעפ, ריזיגע פיקטשערס און אויסגראבן פון אונטער די ערד פונקט די זאכן וואס זענען דאס ווינציגסטע אינטרעסאנט פארן מענטשליכן בריה. אבער דער עיקר איז אויפ'ן שער בלאט פיגורירט ברייט יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות דאס אז זיי זענען אויסגעשלאסן פונעם חרם און בונד. א כאפטע כשר חזיר פיסלעך

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:26 pm
דורך שמעקעדיג
במחילת כבודכם בין איך מחולק. עס איז ווייט נישט אזוי אינטערעסאנט און ציענד ווי דער שטערן, און עס עקלט מיר גענוי אזוי זייער מ'כלומר'שטע היתר, אבער וואס איז שלעכט מיט זייערע ארטיקלען?

צב"ש די חודש, די ארטיקל פון דעם אויפשטאנד ביי די מלחמה אינעם סאביבאר לאגער, איז נישט אינטערעסאנט פאר דיר? די ארטיקל פון די אמעריקאנער תפיסות? לכה"פ פאר מיר, קורצקעפעלע, איז עס אינטערעסאנט.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:40 pm
דורך טאמבל סאס
הער אויס! תיכף ווי נאר מ'נעמט דאס אין האנט קען מען גלייך מערקן זייער אומבאלומפערטקייט און רויע עקספערטיז און די עצם מושג פון שפראך, הסברה, און שפאנונג.
איז אזוי. די ארטיקל פונעם סאביבאר איז שוין אויסגעקייט און אויסגעשמאטשקעט דורך קול מבשר, און דער שטערן אויב נישט מער ווי איינמאל.
און די ארטיקל פון אמעריקאנע תפיסות איז אויך שוין כמה פעמים באשריבן געווארן אין שטערן, מיט א פילפאכיגע געשליפן פעדער, און ציענדע תוכן, אזוי אויך א גרעסערע שלל מיט ידיעות און איינצעלהייטן. גלייב מיר כ'האב אפ' נישט אריינגעקוקט אין בליץ צו זען וואס זיי שרייבן זינט כ'האב עס דעם ערשטן מאנאט גענומען אין האנט, אבער כ'גלייב אז ס'איז אזוי ליידיג און קינדעריש ווי דער צייטשריפט בחיו, ווארשיינליך רעדט ער און רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט, און ווען ער דערזעט זיך שוין ענדליך יא ביים קלימאקס פון די ארטיקל פטר'ט ער זיך אפ מיט א שורה צוויי - די ערגסטע זאך וואס א שרייבער קען טון

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
אווא. ווארפסט שוין אזוי בחדא מחתא אריין דעם ״צייטשריפט״ וועלכע איז געווען פון מיינע באליבסטע לייען מאטעריאל, און כ׳בענק זיך דערויף ביז היינט.

איי געס על טעם וריח אין להתווכח.

לפענ״ד האט זיך דער בליץ לעצטנס היבש פארבעסערט.

און קול מבשר הער איך נישט

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 5:29 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין געגאנגען קוקן אין געשעפטן און געזען איבערגעבליבענע הויפענעס בליצן. אזוי ווייט אז אויב וואלט איך עס דאן געקויפט וואלט איך מסתמא געקענט מאכן דערויף, א 'עושה מעשה ב'ראשית' ווייל איך בין זעכער געווען די ערשטע.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 10:33 pm
דורך זר זהב
חייקל אלצווייסער קומט דאך פון צייטשריפט, און ווער ס'געדענקט נאך האט זיך דער שטערן פאראייניגט מיטן צייטשריפט פאר 2 שעה...

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 9:42 am
דורך קרעקער
מזעט קלאהר אז דע שטערען אין זייערע שטיטצערס זענען זייער בייעס קעגען די בליץ איי געס זיי האבען גיט אריינגעשניטען אינעם שטערען
למעשה פאר א שטערען ליינער ואני בתוכם איז דע בליס נישט ווערט צי סאך _ ניטאמאל קיין פארגלייך אבער פאר דע וואס ווילען נושט אריינעעמען די שטערען און פאר בחורים אין יונגעלייט ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט איז עס גאנטץ פיין

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 9:51 am
דורך טאמבל סאס
נעך! איך ווייס נישט וויפיל ס'האט אריינגעשניטן אינעם שטערן, און צו ס'האט בכלל. אבער נישט דערפאר בין איך אויסגעשפראכן קעגן זיי. איך בין ברוגז אז אזא ארימע ליידיגע אויסגאבע זאל האבן א ארט אויף די פאליצעס און ווערן אנגערופן 'אן אויסגאבע'. זאלן זיי צוריק גיין קוועטשן די בענק אין כולל און פארגעסן אז זיי האבן אמאל געהאט שרייב-טאלאנטן. כ'האב עס היינט גענומען אין האנט צוזען וואס זיי פארקויפן, דער שרייבער איז אבער נישט געקומען צום ווארט, ער רעדט ווי צו כיתה ד' קינדער, שטותים וואס יעדע אנציקלאפעדיע אין געשעפט ווייסט דאס צו פארציילן. ער פארלייגט נישט קיין שום כוחות, אינוועסטירט נישט קיין מיה צוצושטעלן ארטיקלען מיט א אינטרעסאנטן אומבאקאנטן אינהאלט און רייכע שפראך. חכמים דברו בלשון קצרה איז כלל נומער 1 ווען ס'קומט צו ליטעראטור.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 9:54 am
דורך קרעקער
היא אשר אמרנו סאיז נושט פאר דיר און פאר מיר אבער אז זיי קימען ארויס איי געס זיי האבען פאר וועם_ מעגליך כתה ד' קינדער קיינער צווינגט עס אינז נושט צי קויפען אין ווייטאג נושט אזוי אויף דעם סיז דא גרעסרע פראבלעםס צי ווייטאגען

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 9:56 am
דורך טאמבל סאס
גראדע איז דא נאך עפעס וואס באדערט מיר אין דעם ענין
"פארוואס האט די שטערן נאכנישט ארויסגעגעבן זייערע פארזעצונגען פון אלע יארן אין ביכער?
אפשר ווייל דאן וואלטן מענטשן רעאליזירט וואסערע סם מ'פיטערט אונזערע קינדער ;) עכ"פ קען זיין פון דעם פארכט ער זיך.

נשלח: מוצ"ש יוני 30, 2012 10:31 pm
דורך משה רוקח
נאכ'ן ליינען דער בליץ פאר אפאר חדשים, וואונדערט מען זיך פארוואס אונזער היימישע אינגעלייט און קינדער קענען נישט ספעלן קיין פשוט'ע אידישע ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:01 am
דורך אבי גערעדט
שיינע גראפיקס

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:19 am
דורך גדעון
דער שטערן האט געגנבעט 'גארביזש' די פארגאנגענע חודש פון די משפחה, פון באלייכטונען און אויך פונעם החומה!
די באווייזן וועלן נאכקומען תיכף נאך יענקל'ס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:12 am
דורך עסן עסט'זיך
יא, כידוע איז דע שטערן א צונויפממישעניש פון החומה און באלייייכטונגען

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:29 am
דורך קרעקער
דע צייטינג האט פאריגע ואך געשריבען ועגען בייליס צים טויזענטסטען מאל
זעט אויס אלע האבען די פראבלעם

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:38 am
דורך אבי גערעדט
לויט ווי מ'הערט, גרייט זיך באלייכטונגען אריינצוגעבן א מעכטיגן אנקלאגע אקעגן דער שטערן אינק. אין זי פארלאנגט צו באקומען 200,000 דאלאר אנטשעדיגונג.
אין א שמועס מיט די רעדאקציע פון די באלייכטונגען זאגן זיי פאר דער שרייבער פון די שירות, אז זיי האבן קלארע באווייזן אז דער שטערן נעמט אלע זייערע איידיעס אין אויך זייער סטיל פון שרייבן, פון די באלייכטונגען, פארוואס מיינסטו אז זי איז אזוי פאפולער? ווייל זיי האבן אלע אינזערע איידיעס, אין מענטשן גלייכן דאס...

דער רעדאקטאר פון די שטערן האט נישט געוואלט קאמענטירן דערויף, אבער נאכן שטארק מוטשענען האט ער בלויז געגעבן דעם קורצן סטעיטמענט: מיר זענען שוין סאך שטערקערע פון זיי בייגעקומען, עס איז בכלל נישטא וואס צו זיין באזארגט..

נו, ונזכה ונחיה ונראה

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:20 am
דורך קרעקער
איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש
ואס איז דא געקאפיט פין אלטע צייטיינגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט כאב שוין געזען דע מאווי
קאסקוי קיקט אויס אינטערעסאנט
רוסלאנד זע איך נישט אויפען דעקעל ואס סרעט זיך
אלע 3 האב אוך נאכנושט געליינט אין קיין שים היימישע אויסגאבע סוי קאט דע קרעפ

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:40 am
דורך נפתלי
קרעקער האט געשריבן:איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש

ס'האט נישט מיט קיין שטערן שטיצער
איך האב עטליכע מאל געקויפט דער בליץ
די שרייבער דארט קענען נישט קיין אידיש און אוודאי נישט די שרייבערישע שפראך וויאזוי עפעס ארויסצוברענגן אז ס'זאל זיך ליינען באקוועם און געשמירט.
רוב מאל האבן זיי גוטע אינטערעסאנטע טאפיקס אבער זיי באשרייבן עס זייער "אויבן אויף" אן ארומנעמען און אריינגיין טיף אינעם נושא , ווען איך ענדיג עס ליינען בין איך מער אומוויסענד ווי בעפאר.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:53 pm
דורך עס עפעס
לפי דעתי איז דער פראבלעם מיטן בליץ טאקע נאר זייער שוואכע באקאנטשאפט אין פשוט'ע שרייבן כללים. אין פילע פעלער, ווי צב"ש ווען צו נוצן "און" "אין" "די" "דער" -זענען זיי ממש געפערליך

זיי האבן צומאל גאר גוטע נושאים און איך ווייס פערזענליך אז זיי לייגן אריין שטארקע כוחות אויף אינטערעסאנטע ארטיקלען.

די באשולדיגונג אז זיי לקח'נען פונעם שטערן איז אבער פאלש דורכאויס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:08 pm
דורך אויסלייג פאליציאנט
קרעקער האט געשריבן:איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש
ואס איז דא געקאפיט פין אלטע צייטיינגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט כאב שוין געזען דע מאווי
קאסקוי קיקט אויס אינטערעסאנט
רוסלאנד זע איך נישט אויפען דעקעל ואס סרעט זיך
אלע 3 האב אוך נאכנושט געליינט אין קיין שים היימישע אויסגאבע סוי קאט דע קרעפ

מיט אזא אויסלייג ווי דיר איז נישט קיין וואונדער אז דו זעסט נישט פארוואס מען איז אזוי אנגעווייטאגט אויפן בליץ.
קרעקער האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דע שטערן שטיצער מוזן זיין אזוי אנגעווייטאגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדן חודש.
וואס איז דא געקאפיט פון אלטע צייטונגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט, כאב שוין געזען דע מואווי.
קאסקוי קוקט אויס אינטערעסאנט.
רוסלאנד זע איך נישט אויפן דעקל וואס ס'רעדט זיך.
אלע 3 האב איך נאכנישט געליינט אין קיין שום היימישע אויסגאבע, סוי קאט דע קרעפ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:49 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איך וויל נישט אראפרייסן פערזענליך. פאר זיך אליין האב איך א כלל אז אן אויסגאבע וואו מען איז נישט מקפיד אויף פונדאמענטאלער גראמאטיק לייען איך נישט. א שרייבער אן עם הארץ אינטערעסירט מיך נישט; און אז דער אייגנטומער האט נישט דעם מינימום רעספעקט פאר די לייענערס, זיכער צו מאכן אז זיין סחורה זאל זיין כאטש פרעזענטעיבל, גיי איך זיך טאקע נישט אראפלאזן צו יענעמס שטאפל.