אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
מיין טאטע'ס משפחה איז רוסלאנד/ליטא, אבער מיין מאמע'ס מאמע'ס מאמע איז פון אונגאר'ן. איך בין אויפגעהאדעוועט ליטוויש/ישיביש אבער נישט אינ'ם אמעריקאנע'ם געזעלשאפט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
כ'פארשטיי נישט. דאס גאנצע אויפגעקלערטקייט שטאמט דאך נאר פון צרות, די מיטגעמאכטע קינדער זענען סתם בעלי תאוות וואס נוצן די תירוץ אז זיי זענען אויפגעקלערט. סא צרות מאכן אפפארן, אדער תשובה טון?
אבער אין אמת'ן אריין איז ווי ראובן זאגט, אויב האב איך גוט פארשטאנען. אז קיינער וועט בעת צרה נישט גיין מכינ'ן אויפן בעל פעור, ווייל ס'איז אזוי ווייט פון זיין אמונה, אז ס'איז אפילו נישט קיין אפציע, ניטאמאל לויט פאסקאל'ס וועידזשער, אבער ביי תהילים כולל וועט ער אפשר יא, באקוקן די מזוזות איז שוין סאך גרינגער, א רויטע בענדל אפשר אויך. ממילא ווענדט זיך אלעס אין ווי ווייניג מ'האלט פון א געוויסע אמונה טפילה, אויב ס'איז בכלל דא א נדנוד ספק אז ס'קען עפעס ליגן דערין.
אבער אין אמת'ן אריין איז ווי ראובן זאגט, אויב האב איך גוט פארשטאנען. אז קיינער וועט בעת צרה נישט גיין מכינ'ן אויפן בעל פעור, ווייל ס'איז אזוי ווייט פון זיין אמונה, אז ס'איז אפילו נישט קיין אפציע, ניטאמאל לויט פאסקאל'ס וועידזשער, אבער ביי תהילים כולל וועט ער אפשר יא, באקוקן די מזוזות איז שוין סאך גרינגער, א רויטע בענדל אפשר אויך. ממילא ווענדט זיך אלעס אין ווי ווייניג מ'האלט פון א געוויסע אמונה טפילה, אויב ס'איז בכלל דא א נדנוד ספק אז ס'קען עפעס ליגן דערין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יאיר האט געשריבן:גראדע איך וואלט ענדערש געדינט עפעס אן עקזאטישע עבודה זרה פון אינדיע ווי אנגעטון א רויטע בענדל.
כ'האב מיך טאקע אלס געוואונדערט אז אויף אזויפיל זאכן איז דא סגולות, פון פלעינע רויטע בענדלעך ביז טייערע רינגלעך, און פון עסען קנאבל ביז תהילים אגאנצע נאכט. און אויף וואס זענען די סגולות ? א שטיקל ליסטע: פרנסה בריווח, רפואה, שידוכים, נשיאות חן, הצלחה וכו', אבער נאר גשמיות. פארוואס איז נישט דא קיין סגולות אויף רוחניות, ווי למשל אמונה ? אדער אויף א געשמאקער דאווענען ? אפילו אויף לערנען איז נאר דא סגולות פאר זיכרון - אויך גשמיות, ס'מאכט מיר טראכטן אז מ'דארף בודק זיין די אמונה פון די סגולה באנוצערס.
- לבלר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
- געפינט זיך: ירושלים והסביבה
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
גארנישט מיט יודישקייט!
יא איך גלייב אז איוב א קריסט האט א שווערע זאך ווי נמשל מהאט אים דייגנוסט מיט קענסער, יא ער גייט לויפן צים גלח.
אבער ווענט זיך טאקע ווער די מענטש איז ער אן אויפגעקלערטער בשיטה, און זיינע דעות זענען באזירט אויף שכליות וועט ער נישט מאכן א u turn.
אויב טוישט ער זיך יא יעצט, איז ער אן אפגעפרעגטער לויט זיינע פריעדיגע הנחות.
נאר לכאורה רוב מאל איז מען נישט ערליך (גיום יודן) צוליב תאות, כבוד, סביבה,
איז איוב האט ער א פראבלעם הי מיינט טשענש פין זיין אויפגעקלערטער שיטות.

לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
איך טראכט שוין לאנג- דער תמימות'דיגע שפירט זיך באקוועם אין זיין לעבען. טאמער א מענטש וואגט זיך איהם צו מציע זיין אז אפשר איז זיין רעבע זכרוינעלברחה נישט אזא ת''ק, שפירט ער אונטער אן איבערפאל, מ'אטאקירט איהם. ער קען נישט לעבען מיט אזא צד אז זיין גלויבונג איז מוטל ספק.
ווידער דער אויפגעקלערטע האט א פארקערטע נאטור. טאמער מ'זאגט איהם אז ער מוז עפעס גלויבען, שפירט ער דערדרוקט פון דעם אז מ'הייסט איהם וואס צו טראכטען.
ביידער איז דאס א נאטור און אזוי איז, מ'דארף עס נישט זוכען צו ענדערען.
ווידער דער אויפגעקלערטע האט א פארקערטע נאטור. טאמער מ'זאגט איהם אז ער מוז עפעס גלויבען, שפירט ער דערדרוקט פון דעם אז מ'הייסט איהם וואס צו טראכטען.
ביידער איז דאס א נאטור און אזוי איז, מ'דארף עס נישט זוכען צו ענדערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
יאיר האט געשריבן:אזוי ווי איך זע אז איך בין געטעגט געווארן אין דעם אשכול וויל איך מודיע זיין בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט אן אויפגעקלערטער.
החותם בצער ובשברון לב
יאיר
יאיר, אן אויפגעקלערטער אדער אנויפגעקלערטער?
גם אני מצטרף למודעה זו, אז יאיר איז נישט קיין אויפגעקלערטער, קענט איר זיכער זיין אז יואב איז אויך נישט. און מיט דעם איז האפנטליך נאך א פסוק פארענטפערט געווארן פאר'ן געוואגט אינגל.
נישט ממש, אבער ענליך דערצו טאקע אין סדרה פון דער וואך. בלעם זאגט: "תמת נפשי מות ישרים, ותהי אחריתי כמהו". פלעגן מיינע מלמדים יאר יערליך ערקלערן, "אפילו דער רשע בלעם וואס האט זיין גאנץ לעבן אפגעטאן כל דבר אסור, אפילו ער, ווען ס'קומט צו שטארבן איז ער מקנא דעם איד".
לגופו של עניין זע איך נישט פארוואס אז עמעץ קומט צו א מסקנה, זאל ער דאס ממש טוישן אין אן עת צרה. חוץ ווי רויטע וואנצעס זאגט, אדער ווי ביי מעשה בלעם.
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
יעדיר ענטפערט דא מיט סברות, דאס איז נישט קיין הייפעטעטיקל שאלה. יעדער איז שוין דורך שווערע צייטן, סאו פארוואס קען מען נישט ענטפערן יא ניין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
פארוואס? האט געשריבן:געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.
ח"ו נישט מכח פרעשור
אנדערע זאכן פאנגען אן אויף איינמאל צו מאכן סענס.
מען זעט די לייט! און עס קליקט! מען האט אן אהא מאמענט!
די חבירים וואס פילען זיך אימבאקוועם מיט אים וועלן זאגן אז ער איז נישט געווען עכט עטענטיש אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג.
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדיר ענטפערט דא מיט סברות, דאס איז נישט קיין הייפעטעטיקל שאלה. יעדער איז שוין דורך שווערע צייטן,[אדער געזען אנדערע] סאו פארוואס קען מען נישט ענטפערן יא ניין
וואס איז די ראיה?
אויב זעסטו איינער וואס האט יא געמאכט א יא-טוירן איז הוברר הדבר למפרע אז ער איז געווען ליבערשט לייכטזיניג.
און אויב בלייבט ער פארהארטערט זאלסטו וויסען אז ער איז דער ריעל דיעל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
איך האב נישט געברענגט א ראיה, כהאב סתם געפרעגט א שאלה
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:עס איז טאקע אויך א פיינע טעאריע. מ'דארף נאר לויט דעם קענען מסביר זיין פארוואס עובדי ע"ז פאלן צוריק צו זייערע דמיונות בעת צרה.
אזוי ווי יענער וואס איז געשטארבן מיטן ציגערטעל אין מויל, ער האט דאס נישט געקענט אויפגעבן ביזן לעצטן מינוט...
די אשכול איז א גוטע, אבער די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ איז שלא לפי רוחי. מיר האבן דא טייערע חבירים ווי ראובן אדער יאיר, מאמינים בה׳ ובתורתו, גאטספארכטיגע אידן וואס ווילן פשוט נישט קניען צו די חסידישע באבעל. אבער דיין אשכול איז גוט פאר רשעים וואס זינדיגען קעגן אייבירשטען און שפעטען די נאמען פון ג-ט בשאט נפש, אויף זיי איז געזאגט געווארן אז א ״גרויסע חלק״ כאפן א טרייסל בעת צרה. כמעט יעדער קען א געשיכטע ווי א צרה האט איבערגעמאכט א מענטש. די רגע די צרה באטרעפט זעט מען אז ׳לעבן איז קיין שפיל׳ ויש מנהיג לבירה.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
און לאמיר שוין זאגן אז עמיצער טוישט זיך שוין יא אין א שוואכע/שטארקע מינוט. איז וואס? א מענטש טוישט זיך כסדר. וואס ווייזט דער היינט אויף אמאל און וואס ווייזט זיין פערזענליכער עקספיריענס אויף אן אנדערעם?
אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.
אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.
איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
לעניית דעתי:
אמת מיט כאראקטער (אדער באדייט אין לעבן) איז לאוו דוקא איינס. מען קען אפשר בויען א קאסטום מעיד כאראקטער געבויט אויף אמת. אבער רוב מאל איז דער אמת (אדער בעסער געזאגט, דער וועג צו אמת) כאראקטערלאז.
וויבאלד א מענטש נויטיגט זיך אין כאראקטער ווי לופט צום אטעמען וועט ער בעת צרה ווען ער האט פארלוירן א גרויסער טייל פון זיין פריערדיגער כאראקטער און באדייט זיך אנקלעבן אין די נענסטע כאראקטער הקרוב ללבו וואס מעגליך. פאר א איד מיינט עס אמונת אבותיו.
א סאטמארער וואס האט אלעמאל געהאקט אויף קלויזנבורג (ראובן'ס משל) נאר בדרך לצנות (וואס איז יעצט אין זיין ערנסטער צושטאנד, כאראקטערלאז און באדייטלאז) וועט בעת צרה ווען ער זיכט אן ערנסטער כאראקטער אויף וואס זיך אנצוכאפן (לאוו דוקא אמת'דיג) נישט וועלן האקן אויפן אויפן קלויזנבורגער.
אבער איינער וואס זיינע שיטות (נישט קיין חילוק וועלעכע סארט) טראגן מיט זיך כאראקטער אפילו בעת צרה, דאן פאלט ער נישט אוועק דערפון.
איך האב אביסל מקצר געווען. איך האף אז מען פארשטייט וואס איך מיין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
"עת צרה" וואס מאכט פארלירען "כאראקטער" ?
דאס איז נישט געווענדליך די קעס.
הגם ס'איז שייך למשל ווען איינער פארלירט זיין פארמעגען און זיין כאראקטער איז זיין פארמעגען
איך מיין אז טרעפען רעליגיע-ספיריאטאלעטי טרעפט מען נישט נאר און די פעלער וואס מענטשען פארלירן זייער כאראקטער.
און ווען יא מיז דאס נישט זיין ווייל דער מענטש מיז האבן "כאראקטער" נאר פשוט ווען אלע דימיונות צי פאלען קען דער מענטש מער דערהערן אז לעבען האט עפעס טיפערס צי זיך.
א ידער מענטש האט "כאראקטער" אין א יעדער צייט די כאראקטער פין די מענשט ווערט געפארמעט לויט די אימשטענדען, למשל איינער וואס האט דארך געמאכט שוועריקייטען ווען פארמען די כאראקטער פין א וויקטאם אדער א העלד, מענטשען געוועדליך מאכן נישט כאראקטער בקום ועשה
צי זאגן אז דער מענטש טרעפט וואס איז די מערסטע קרוב לליבו פארזעט פשוט די פאקט אז רוב מאל איז ספירעטטאלעטי די מערסטע פארפרענדעד פין דעם בעל ה'יא-טורן