בלאט 2 פון 6

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 1:10 pm
דורך מאטל שניידער
נעכטן געזונגען ביי שלש סעודותבילד

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 3:49 pm
דורך יואב
מאטל שניידער האט געשריבן:נעכטן געזונגען ביי שלש סעודותבילד


געוואלדיג! אלץ וואס האט נאך געפעלט צו דער שלימות פון סעודה'ניו, איז געווען ווער ס'זאל ליכטיג מאכן. די געטרייע סעודה'ניו סדרנים דרייען זיך שוין פאר ארום צוויי טויזנט יאר אָן קיין מנוחה. ס'טייטשט משה רבינו וועט מיט אונז לערנען תורה ווי גלייך א שאלעשידעס-תורה, אינעם טינקל? און צי בלױז אזאנע מיט נייט-וויזשאן-גאגגלס וועלן קענען אויפמערקזאם מאכן צדיקים אז א שטיקל שור-הבר איז שטעקן געבליבן אויף דער בארד? דאס איז אבער געווען איידער ס'האט דער טאהשער רבי דערהאלטן זיין לייסענס אלס עלעקטרישאן, און געשלאסן קאנטראקט מיט דער סעודה'ניו באאמטע.

וואס קומט נעקסט, א סטאטוע פון אים ברחובה של עיר? וואנזיניגע חסידים. דער טאהשער רבי קען נישט בלייבן הייליג, א צדיק, אן עובד, א מסירת-נפש איד — ניין! ער גייט ליכטיג מאכן ביי דער סעודה'ניו. טהאָמבּס דאון!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 7:21 pm
דורך שמעקעדיג
משה רבינו / רבינו הקדוש
נישט קיין סתירה?

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 8:52 pm
דורך מאטל שניידער
יעצט קומט אריין די נייעס אז קושנער (@ריעלטאהשעררבי איידעם גינזבורג) האט געפייערט די סעקרעטערי אף אינערן עפעירס (נחמיה שווארץ) ווי אויך די דעפיוטי בודשעט סעקרעטערי.

ווי אויך קומט יעצט אריין די נייעס אז די אדמיניסטראציע גייט נעמען א שטייפע שטעלונג איבער די אלע וואס וואינען אין האוזינג וואס איז אויף די נאמען פון די רעזשים אז זיי וועלן מוזן באצאהלן רענט אדער ליידן קאנסקווענצן.

ווי א ווארטזאגער גיט איבער וועט מען זיך נישט רעכענען מיט שטרות אדער דיעד טרענספערס פון די פריערדיגע לאווען אדמיניסטראציע אין אז איינער האט א טענה סי יא אין קארט.

מיר זענען אלע פאראייניגט טו מטג"ע

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 1:00 am
דורך berlbalaguleh
מאטל שניידער: איך בין נישט דארט. ווייס איך נישט. איך טראכט נאר, אז אפשר (כפי השמועה) איז ביי די לאוען אדמיניסטראציע געווען א סאך קארופשן (יותר מדאי). און מ'טרייט עס יעצט אויסצורייניגן...!

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 1:03 pm
דורך מאטל שניידער
מצה בעקעריי ווערט געפנט אין קרית טאהש וועט צושטעלן מצות פאר אנ"ש ווי אויך פאר עקספארט, וועט אויך קריעטן דשאבס, דשאבס, דשאבס! מטג"ע!

DGEfWRIU0AAy-3C.jpg

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:53 pm
דורך מאטל שניידער
.בילד

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 8:25 am
דורך מאטל שניידער
א פרישע סאמטוכע אין שטעטלhttp://cloud.tapatalk.com/s/5984679f411a3/Hochhausers%20Lot.pdf

א טראקטאר ביי די לאט היינט אינדערפרי
בילד

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:33 pm
דורך מאטל שניידער
די שבת ווערט געפייערט די חנוכת הבית פאר ביהמ"ד אור הנחל דחסידי ברסלב בקרית טאהש, דאס קומט נאך לאנגע חדשים שווערע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט צו איבערמאכן די רויע בעיסמענט פאר א בית מקדש מעט לשם ולתפארת

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:34 pm
דורך מאטל שניידער
.בילד

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:34 pm
דורך מאטל שניידער
היוםבילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל שניידער: מ'באקומט דעם איינדרוק אז ס'שאפן זיך מער און מער בתי מדרשים אין קרית טאהש. ומתפללים אין. ס'וועט נאך ח"ו קומען צו א מצב אז מ'וועט דארפן שטיין ביי די קארנער און זוכן א..."צענטן" צו מנחה- מעריב...! יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז אפשר דער קאמוניסטישער איינפיהר פון טשיקן סקווער, אז מ'לאזט נישט אויפמאכן נאך בתי מדרשים. און אין ביהמ"ד הגדול גופא לאזט מען נישט מאכן קיין עקסטער מניינים. אפילו ביי א יארצייט. איז דער ריכטיגע איינפיהר. ווייל, לאמיר זיך פארשטעללן ווען מ'לאזט צו נאך בתי מדרשים אין העיליגן שטעיטל וואלטציך אנגערוקט איינס (אדער מער ) נדבורנא אייניקלאך און געמאכט שבת פאר זיך. און די רבי וואלט געווארן אויס קאפעליטש מאכער. סוכ"ס טאהש איז נאכנישט אזוי גרויס ווי קר"י. וואס דארט איז נישט קיין חילוק וויפיהל בתי מדרשים מ'זאלל אויפמאכן וועט אייביג זיין מנין...!

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:14 pm
דורך מאטל שניידער
ר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:22 pm
דורך מאטל שניידער
מערקט אן אז די עירוב אין ניר-טאהש איז גרעסער ווי די עירוב אין טאהש זעלבסט.
בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל שניידער: איז נישט ניר טאש נעבן ניר באטור...?!

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:44 pm
דורך מאטל שניידער
berlbalaguleh האט געשריבן:מאטל שניידער: מ'באקומט דעם איינדרוק אז ס'שאפן זיך מער און מער בתי מדרשים אין קרית טאהש. ומתפללים אין. ס'וועט נאך ח"ו קומען צו א מצב אז מ'וועט דארפן שטיין ביי די קארנער און זוכן א..."צענטן" צו מנחה- מעריב...! יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז אפשר דער קאמוניסטישער איינפיהר פון טשיקן סקווער, אז מ'לאזט נישט אויפמאכן נאך בתי מדרשים. און אין ביהמ"ד הגדול גופא לאזט מען נישט מאכן קיין עקסטער מניינים. אפילו ביי א יארצייט. איז דער ריכטיגע איינפיהר. ווייל, לאמיר זיך פארשטעללן ווען מ'לאזט צו נאך בתי מדרשים אין העיליגן שטעיטל וואלטציך אנגערוקט איינס (אדער מער ) נדבורנא אייניקלאך און געמאכט שבת פאר זיך. און די רבי וואלט געווארן אויס קאפעליטש מאכער. סוכ"ס טאהש איז נאכנישט אזוי גרויס ווי קר"י. וואס דארט איז נישט קיין חילוק וויפיהל בתי מדרשים מ'זאלל אויפמאכן וועט אייביג זיין מנין...!
ר' בערל אייער חשבון שטימט נישט אזוי אקוראט, ווייל אין די געגנט אינדרויסן פון טאהש אליינס וואוינען 45 משפחות וואס בנוסף צו די ראש המשפחה האבן א גרויס חלק איינס אדער מער בחורים דאס דעקט גאנץ רוהיג צוויי בתי מדרשים

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל שניידער האט געשריבן:ר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...

מאטל דער שניידער: יא. ס'געט ארויס פירות. פירות באושים. נישט אויף דעים האטציך דער צדיק קדוש וטהור מ'טאש זי"ע געמוטשעט און געפלאגט צו האבן א שטעיטל אז ס'זאלל דארט זיין פירוד לבבות, מחלוקת און קאנספיראציעס. און מ'זאלל נישט מקבל מרות זיין פון זיין יורש עפ"י תורה וואס איז גאר א חשוב'ער איד,, וואס פרובירט צו גיין אין די דרכים פון זיין גרויסן און הייליגן טאטן זי"ע ועכי"א...!

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 8:34 pm
דורך מאטל שניידער
מחאה קעגן די פריצות'דיגע חול המועד ריידס אין שטעטל


בילד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:17 pm
דורך געוואלדיג
.

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:23 pm
דורך מאטל שניידער
געוואלדיג האט געשריבן:.
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל דער שניידער: די רישא און די סיפא פון דעם קול קורא שטימען נישט. מ'רעדט דא פון 2 באזונדערע עניינים. די ערשטע איז אן הלכה'דיגע פראבלעים אויב ס'איז טאקע אין קעגנזאץ פון די גדרי הצניעות. איך ווייס נישט גענוי אלע פרטים פון דעם אופן וויאזוי ס'גייט צו מיט די ריידס אין שטעטל. למשל, אויב רוב מאמעס ברענגען די קליינע קינדער פאר ריידס. און ס'איז אויך דא א פאר טאטעס. איז נאכנישט עק וועלט. מ'דארף נאכנישט מאכן פאר דעים קיין מחיצה. און אום חוה"מ מעגן משפחות, טאטעס,מאמעס און קינדער גיין צוזאמען פאר א שפאציר. נאר אויב גרעסערע מיידלעך גייען אויך פאר ריידס. און ס'איז אן אטמאספער פון קלות ראש. דאס טויג שוין נישט. און ס'איז אקעיגן די גדרי הצניעות...אויף דעים איז דאך דא די עיני העדה. די דיינים פונ'ם שטעטל וועלכע דארפן אויפפאסן אויף די זאכן. און מאכן שטרענגע תקנות. און נישט זיין פארנומען מיט שטותים והבלים. ווי יענעמ'ס סמארטפאון וואס ליגט ביי יענעם אין טאש...! (מיט א פתח)...!

די סיפא רעדט פון געבן אינסענטיוון פאר קינדער אז זיי זאללן לערנען אום חוה"מ. דאס איז געזאגט געווארן פאר מתמידים. און עלטערע קינדער. אבער די גאנץ קליינע קינדער קענמען נישט אריינזעצן אין א ביהמ"ד פאר א גאנצן טאג. זיי דארפן זיך צו שפילן ווען ס'איז זייער צייט צו שפיעלן. ווייל אנישט וועט דאס קינדישקייט פארבלייבן ביי זיי אויפ'ן גאנצן לעבן...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
אה איך פארשטיי, חוה"מ איז געמאכט געווארן אז די טאטע'ס זאלן לערנען און נישט אז די מיידלעך זאלן פארברענגען!

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 10:34 am
דורך מאטל שניידער
.בילד