בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:46 am
דורך וכדומה..
"מווארפט אראפ א פעני פונעם עמפייר סטעיט בילידינג קען עס דערהארגענען א מענטש"
http://www.scientificamerican.com/artic ... opped-off/
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:03 pm
דורך moshav zekeinim
ישר כח @ירא שמים פאר דער ידיעה.
אזוי ווי רוב פון די דברי טיפשות זענען פאלקס (אידישע און גויאישע) מיטוס'ער, וואלט איך רואיג געקענט אנרופן דעם אשכול "פאלקס מיטעלאגיע", אבער באמת איז גוט אז עס איז אפן פאר כל מיני טיפשות שונות, אריין גערעכנט קרימע סברות.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:24 am
דורך ציבעלע-קיגל
moshav zekeinim האט געשריבן:אשכול מיוחד לדברי טיפשות
עס איז א שטיקעל פראבלעם, ווייל איך קאן נישט יעצט איבער שרייבן די גאנצע שלשידות תורה וואס דער רעבא האט געזאגט
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:40 am
דורך קאצקע ציקער
מען "מיז" אויפנעמען דעם רעבינס עלטסטע קינד
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:11 am
דורך moshav zekeinim
ריכטוג, ווי קומט ער צו ווערן סאטמאר רבי, ער הייסט דען טייטלבוים
ווי קומט ער צו ווערן באבובער רבי, ער הייסט דען האלבערשטאם.
צו זיין א וויזשניצער רבי, דארף מען הייסן האגער
סקווירא רבי, טווערסקי
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:50 am
דורך קאצקע ציקער
What's your point?
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 12:01 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב גימיינט אז דו רעדסט פון אויפנעמען די קינדער פון רבי'ן בכלל. איך האב נישט געכאפט אז דו רעדסט פונעם "עלסטן" זין דוקא. אבער אודאי און אודאי איז דאך א מלתא דפשטא אז מען דארף אויף נעמען דייקא דעם עלסטן זון פונעם רבי'ן אזוי ווי מען האט זיך געפירט מקדמת דנא אין אלע דורות. ווי מען זעט ביי די מלכי יהודה, און ווי עס ווערט געברענגט אין א בריוו פונעם מורן החתם סופר זצ"ל און אין א מכתב קודש פון דער ר"ר מענדעלע און דער ר"ר הערצקעלע זכיתם יגן עלינו. ועיין שם הזהרות חמורות למי שמשנה ממטבע שטבעו חכמים. ממה שהנהגו רבותינו הקדושים מדור דור, וכל המשנה ידו על התחתונה רח"ל
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז דאך געווען דער יסוד פון די מחלוקת צווישן די חסידים פון לייבניץ און אלט-לייבניץ. פון ר' עזריאל און זיין צובראכענער ברודער לייבל. נאר ר' עזריאל'ס רעבעצן די געוועזענע גרושה מיט וועם ער האט חתונה געהאט אין אנטווערפן האט איבערגענומען די לייצעס בשעת חליו. און דר. זאריצקי האט אויכעט געהאט נישט קיין קליינעם חלק אין אויפהאלטן דעם הויף...!
המשך יבוא, אי"ה...!
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 6:42 pm
דורך האמת לאמיתו
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די גרעסטע דברי טיפשות וועט מען טרעפן ביי רעליגיע אדער פאליטיק. פאר עפעס א סיבה פילן זיך די עקסטרעמע זייער באקוועם דארט צו האדעווען זייערע טיפשות.
דערמאנט מיר די מעשה מיט ר' יענקעלע וועגן לשון הרע ביי חסידים ( שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטע לשון הרע)
הנוגע.. אזא גוטן טיפשות.....

Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:18 pm
דורך לבלר
די דיינים אין די באבוב'ער דין תורה זענען געווען משוחד.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:29 pm
דורך ירא שמים
די דיינים אין די באבעווע דין ת׳ורה האבן נישט געהאט קיין שום אינטערעסן און נישט גענייגט צו קיין שום צד…
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:29 pm
דורך שמעקעדיג
לבלר האט געשריבן:די דיינים אין די באבער דין תורה זענען געווען משוחד.
באבעס אדער זיידעס?
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:38 pm
דורך לבלר
ירא שמים האט געשריבן:די דיינים אין די באבעווע דין ת׳ורה האבן נישט געהאט קיין שום אינטערעסן און נישט גענייגט צו קיין שום צד…
הא לן הא להו.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:56 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ליסען א נייע קאר קומט אויס סאך ביליגער ווי קויפען א געניצטע.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:58 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מ׳קען איהם טראסטען. ער איז א היימישער.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:08 pm
דורך לבלר
רבי מיכאל בער ווייסמאנדל האט געקנעט מאכן א קאר אז עס זאל פארן מיט וואסער...
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:12 pm
דורך לבלר
סאיז נישט דא בכלל א עירוב אין וויליאמסבורג.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:36 pm
דורך chusid
דער אבאמא און קערי כאפן פשוט נישט אז......
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:50 pm
דורך מאטי
א גאנצער אשכול מיוחד פאר טיפשות, און דערווייל האט קיין איינער עפעס א נארמאלע טיפשות ארויסגעזאגט. What's the point?
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:53 pm
דורך דעת תורה
נו, אדרבה לאמיר זען דעליווער עפעס א סאליד טיפשות
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:41 pm
דורך מאטי
למען יזמרך כבוד.
פארדעם וועל איך שניידן לעבער.
ולא ידום.
און ס'וועט נישט בלוטן.
ה' מלך
גאט בלייבט קעניג
ירגזו עמים
זאל זיך די גאנצע וועלט ארומרייסן.
ה' ילחם לכם
גאט וועט אייך געבן ברויט
ואתם תחרישון
עטס זאלטס אבער אקערן.
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 1:00 am
דורך זעמיל מילכיגער
אפילו "דער גוי" ווייסט שוין אויך היינט אין איז מודה אז אינז אידען זענען וכו' וכו'..
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 2:40 am
דורך berlbalaguleh
מאטקע. דעם רבינ'ס גבאי האט געהאט צוויי אויפגאבעס אין הויף. חוץ שרייבן קוויטלעך און זיין דער שאפער פון רבי.
1) ער האט געמאכט געשמאקע קאוועס פאר'ן רבי.
2) ער האט געזאגט דזשאוקס און גוטע ווערטלעך כדי די רבי זאלל ווערן בשמחה אין שווערע זמנים.
האט אמאל, נאכדעם וואס אן עגונה איז געקומען צום רבי זיך מזכיר זיין. און די רבי האט איהר געזאגט אז איהר מאן וועט צריקקומען בקרוב. ווען זי איז געווען ביים טיר רופט זיך אן מאטקע דער גבאי אז איהר מאן וועט נישט צוריקקומען. האט איהם די רבי געפרעגט..."איך זאג אז ער וועט יא צוריקקומען. פארוואס זאגסטו אז ער וועט נישט צוריקקומען"...?
האט מאטקע געענטפערט..."די רבי האט געקוקט אין קוויטל. און איך האב געקוקט אויף איהר פנים"...
