גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין תורה און אין נ''ך זעהט זיך נישט אויס ווי די טעאריע, די שמועס איז אייביג ארום שמירת תו''מ און פערטיג, עס זעהט זיך בכלל נישט אויס אין תנ''ך אז גאט זאל פארלאנגען פון כלל ישראל צו טון מישענערי ארבעט צו פארשפרייטן אידישקייט פאר די וועלט,
הרב שרקי בויעט זיך נישט אויף מקורות נאר אויפ'ן מציאות. וויבאלד על פי רוב זענען די אידן נישט געווען פולקאמע שומרי תורה ומצוות אויף א פארנעם וואס נעמט אריין דאס גאנצע פאלק, איז מסתבר אז נישט דאס איז זייער ייעוד און דער תכלית פון דער בחירה בהם.
לדעתו זענען די אידן יא געווען בדרך כלל אן אור לגויים, האלט ער דעריבער אז דאס איז זייער ייעוד. אויב זעסטו אין אן אנדער נקודה דער זאך וואס צייכענט אונז אויס במשך כל הדורות, קענסטו זאגן א סברה.