בלאט 2 פון 2
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 2:38 pm
דורך דעת תורה
מיימון דאס איז זיכער א פליטת הקולמוס געווען ביי אייך, די דיני התורה - דאורייתא - טוישן זיך נישט לויטן מאמענטאלן מצב רוח פון די וועלט. די צדוקים האבן נישט געוואלט "ווייטער אנהאלטן" עין תחת עין און שריפה, זיי האבן געוואלט טוישן צו פשוטו של מקרא אויפן חשבון פון די מסורה, לויט וועלכע דער רבוש"ע האט געזאגט לא תחיה כל נשמה כפשוטו אין די זעלבע צייט וואס ער האט געזאגט פאר משה רבינו אז עין תחת עין איז נישט כפשוטו.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
דער אמת איז אז אלעס איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול, ומשם תדרשנו.
viewtopic.php?f=13&t=8234
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
און מערקט די חילוק וויאזוי די פראבלעם איז דארט אויסגעשמועסט געווארן דארט ערענסטערהייט דורך בעלי שכל,
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:01 pm
דורך moshav zekeinim
yatzmachp האט געשריבן:מושב איז סתם טיפש און א שוטה קומט איבערקייען אלעס וואס איינער האט אים געזאגט און האפט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חכם. איך וויל מיך נישט אריינלאזן מיט אים אין א דיסקאשן ווייל איך פיר נישט קיין וויכוחים מיט קורץ קעפיגע מוחות קטנות. אבער איך וויל דיך דיירעקטן צו די יו עס פינעל קאוד און אזוי אויך יעדע סטעיט, די יו עס ארמי קאוד וכו זאלסט קענען טרעפן נאך טעראריסטן חוץ די תורה. איך וועל ציענדיגן דעס איז נישט פאר מושב, יעדע בי"ד וואס האט געהארגעט איינמאל אין 70 יאר האט גערופן בית דין קטלנית.
ס'איז מיר נישט גוט, איך האב געמיינט אז איך וועל כאטש ענדיגן ווי אן מקורת'דיגער אפיקורוס נוסח שפינאזא, קאסוטא, אדער שלמה מימון, דערווייל ענדיג איך גאר ווי א וויסטער טיפש פון גאס וואס זאגט איבער אויבער חכמה'לעך וואס ער האט געהערט פון מענטשן.
איך גיב אויף...
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:33 pm
דורך פרייוויליג
א פרישע
רינגעלע צו די גאלדענע קייט.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:yatzmachp האט געשריבן:מושב איז סתם טיפש און א שוטה קומט איבערקייען אלעס וואס איינער האט אים געזאגט און האפט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חכם. איך וויל מיך נישט אריינלאזן מיט אים אין א דיסקאשן ווייל איך פיר נישט קיין וויכוחים מיט קורץ קעפיגע מוחות קטנות. אבער איך וויל דיך דיירעקטן צו די יו עס פינעל קאוד און אזוי אויך יעדע סטעיט, די יו עס ארמי קאוד וכו זאלסט קענען טרעפן נאך טעראריסטן חוץ די תורה. איך וועל ציענדיגן דעס איז נישט פאר מושב, יעדע בי"ד וואס האט געהארגעט איינמאל אין 70 יאר האט גערופן בית דין קטלנית.
ס'איז מיר נישט גוט, איך האב געמיינט אז איך וועל כאטש ענדיגן ווי אן מקורת'דיגער אפיקורוס נוסח שפינאזא, קאסוטא, אדער שלמה מימון, דערווייל ענדיג איך גאר ווי א וויסטער טיפש פון גאס וואס זאגט איבער אויבער חכמה'לעך וואס ער האט געהערט פון מענטשן.
איך גיב אויף...
מיטן זאגן אז דו גיבסט אויף, זאגסטו די ערשטע קלוגע זאך אין די אשכול.
געב טאקע אויף און פארמאך דיר דאס פרעסער, פארשטאפ דיין פעדער מיט זאמד און טשיל אוט.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 6:49 pm
דורך moshav zekeinim
פרייוויליג האט געשריבן:א פרישע
רינגעלע צו די גאלדענע קייט.
פארוואס איז דער אשכול נאריש? איך פארשטיי אז דער אשכול איז דיר נישט צום הארצן, אבער נאריש?
דו ווילסט מיך פאנישן דערמיט?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:15 pm
דורך moshav zekeinim
ירא שמים האט געשריבן:נו לאמיר הערן וואס ליגט דיר אויפן געדאנק ?
צו וואס ווילסטו צוקומען?
עס איז בעצם נישט אזוי קאנטערוועשענל, איך האב געניצט אן עקסטרעמער לשון כדרכי כדי צו היילייטן דעם פראגע.
וואס עס ליגט מיר אויפן געדאנק איז אזוי:
א מחשבה זרה האט זיך לעצטנס אנגעהויבן אריינצו'גנב'ענען אין מיר, אז אולי איז דער סאטמארער קנאישער מהלך און ווי אויך דער מהלך פון די אלע פארפרומטע און הייסע לוחמי מלחמות ה', וואס איך האב אזוי פיינט, דער ריכטיגער מסורת'דיגער מהלך?!
אזוי ווי קנאים און פארפרומטע זענען לוחם קעגן די דרויסנדיגע השפעות, אזוי איז די תורה לוחם קעגן די דרויסנדיגע ע"ז גייסט בכל תוקף.
אזוי ווי די קנאים און די פארפרומטע זענען צו די זעלבע צייט די גרעסטע געלטגייערס לעניני צדקה, אזוי זעט מען אין פרשת ראה באלד נאך די קנאות דאס וויכטיגקייט פון אינזינען האבן אנדערע ארימע ברודער.
דאס איז פאר מיר א גרויסער טשעלענזש מודה צו זיין צו זיין אז די פארהאסטע פארפרומטקייט פון די יושבי חושך מיט זייער טעראר איז בעצם די תורה אליין'ס, דעריבער שריי איך געוואלד, איז טאקע אונזער באליבטע תורה דער קרוין פון יעדן איד דאס וואס די יושבי חושך און טעראריסטן שטעלן מיט זיך פאר?
און גראדע פון מימון'ס ענטפער אז די עיקר איז דער "רוח התורה" קומט טאקע אזוי אויס.
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:20 pm
דורך ירא שמים
איז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
אנטשולדיגס מיסטער moshav zekeinim, אבער וואס דו טוסט איז חוצפה בעלמא.
מילא שרייבן זאכן וואס זענען ביים גרעניץ פון כפירה - ביי אסאך מענטשן, ניחא. קום כאטש מיט א מאמר מנומק, צולייג דעם נושא פון דיין שטאנדפונקט, געב ארויס דיין בויך וויי אדער מח שארפקייט, און האק אריין אין אונזערע קישקעס דיין גאל.
אבער וואס דו האסט געטון - שוין די לעצטע פאר וואכן, און די לעצטע פאר אשכולות - איז, אז דו געבסט א מאך אן דעם שטיבל, און דו גייסט דיך ווייטער. מ'שטיינס געזאגט, דו האסט נישט קיין ביאור פארוואס און מיט וואס דאס איז א בית הכסא, דו קענסט נישט 'טשעלענדזשן' דעם עולם, דערפאר גיסטו אויס דיין אפפאל, מאכסט א גרעפץ, און דו לויפסט אוועק. דו קומסט נאכאמאל צוריק, ווארפסט אריין נאך א 'שטינק-באמבע', און דו לויפסט נאכאמאל אוועק.
לא כך הוא דרכה של תורה, ולא כך הוא דרכה של נימוס ודרך ארץ. רעג נישט אויף מענטשן מיט תמ'עוואטישע אשכולות, ווען דו צולייגסט נישט די נקודה כדבעי. אז דו ווילסט זיין א 'גבר שבגוברין', טו וואס יאיר, יידל, מאטי, און אלע אנדערע וואלטן געטון אין דעם מצב: געמאכט 'האומווארק', ארויסגעהאט דעם נושא פון זייער שטאנדפונקט, און נאכדעם צולייגט אויף קליינגעלט וואס זייערע שיטות זענען, און אויף וואס דאס איז באזירט. דאס איז א בושה פארן קאווע שטיבל, א בזיון אין אונזער אינטעליגענץ, און חוזק געמאכט פון יעדער וואס באזוכט דא [אריינגערעכנט 'מושב זקנים'].
אדער האלט צוריק דיין פעדער, אדער זאל די טינט זיין גענוג צו שרייבן צום זאך.
פארשטאנען?!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:30 pm
דורך moshav zekeinim
ר' אדנירם, איך קען אייך בלויז זאגן איין זאך:
איך האלט נישט ביים שרייבן אזוי ווי יידל, מאטי, און די אנדערע וועמען דו האסט אויסגערעכנט, איך וועל שרייבן אזוי ווי איך וויל און אז עס געפעלט דיר נישט האסטו א ברירה און פראבירן צו פועל'ן ביי די גבאים פון קאווע שטיבל מיר ארויס צו סיינען.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:37 pm
דורך moshav zekeinim
ירא שמים האט געשריבן:איז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
איך בין אין א דילעמא. ווי קען איך אוועק מאכן זייער דרך בעת עס כמעט מפורש אין די תורה?!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:49 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:דער אמת איז אז אלעס איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול, ומשם תדרשנו.
viewtopic.php?f=13&t=8234
איך באצי זיך נישט אין דעם אשכול כלפי דער עקסטרעמער פארעם פונעם שטראף אין די תורה, וואס איז דער נושא אין יענעם אשכול, נאר כלפי דער עקסטרעמער סיבה פונעם שטראף. און בעת יענער אשכול פרעגט אויף דעם "פארעם" פון שטראף צו עס איז געווען "עטיש" בימים ההם, פרעגט דער אשכול אויף די "סיבה" פון שטראף צו עס איז תורה'דיג בזמן הזה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:31 am
דורך שמעקעדיג
אבער למעשה איז דער אשכול פארפארן צו יענע דירעקציע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:16 am
דורך moshav zekeinim
גערעכט.
און למעשה, איז טאקע פרומע טעראר לפי רוח התורה?
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:31 pm
דורך ירא שמים
moshav zekeinim האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:איז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
איך בין אין א דילעמא. ווי קען איך אוועק מאכן זייער דרך בעת עס כמעט מפורש אין די תורה?!
אלע זענען צום סוף מודה אז די רעבע איז געווען גערעכט[emoji23][emoji2][emoji16]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:43 am
דורך כספי
צום באמערקן אנפאנג אשכול, ווען ס'האט אויסגעקוקט אז
@moshav zekeinim וויל זאגן אז די תורה איז נישט מענטשליך און אדרבה לערנט אויס טעראר האט
@אדנירם אזוי רעאגירט
אדנירם האט געשריבן:אוי ווי
@ריכטיג און בייסיג...
אבער ווען
@moshav zekeinim האט געזאגט (ציניש..) אז ער וויל ארויסברענגען אז די עקסטרעמע וועג צו אפלערנען די תורה ווי סאטמאר און די קנאים איז די ריכטיגע
האט עם
@אדנירם באוואשן מיט אזאנס קיתון של שופכין:
אדנירם האט געשריבן:אנטשולדיגס מיסטער moshav zekeinim, אבער וואס דו טוסט איז חוצפה בעלמא.
מילא שרייבן זאכן וואס זענען ביים גרעניץ פון כפירה - ביי אסאך מענטשן, ניחא. קום כאטש מיט א מאמר מנומק, צולייג דעם נושא פון דיין שטאנדפונקט, געב ארויס דיין בויך וויי אדער מח שארפקייט, און האק אריין אין אונזערע קישקעס דיין גאל.
אבער וואס דו האסט געטון - שוין די לעצטע פאר וואכן, און די לעצטע פאר אשכולות - איז, אז דו געבסט א מאך אן דעם שטיבל, און דו גייסט דיך ווייטער. מ'שטיינס געזאגט, דו האסט נישט קיין ביאור פארוואס און מיט וואס דאס איז א בית הכסא, דו קענסט נישט 'טשעלענדזשן' דעם עולם, דערפאר גיסטו אויס דיין אפפאל, מאכסט א גרעפץ, און דו לויפסט אוועק. דו קומסט נאכאמאל צוריק, ווארפסט אריין נאך א 'שטינק-באמבע', און דו לויפסט נאכאמאל אוועק.
לא כך הוא דרכה של תורה, ולא כך הוא דרכה של נימוס ודרך ארץ. רעג נישט אויף מענטשן מיט תמ'עוואטישע אשכולות, ווען דו צולייגסט נישט די נקודה כדבעי. אז דו ווילסט זיין א 'גבר שבגוברין', טו וואס יאיר, יידל, מאטי, און אלע אנדערע וואלטן געטון אין דעם מצב: געמאכט 'האומווארק', ארויסגעהאט דעם נושא פון זייער שטאנדפונקט, און נאכדעם צולייגט אויף קליינגעלט וואס זייערע שיטות זענען, און אויף וואס דאס איז באזירט. דאס איז א בושה פארן קאווע שטיבל, א בזיון אין אונזער אינטעליגענץ, און חוזק געמאכט פון יעדער וואס באזוכט דא [אריינגערעכנט 'מושב זקנים'].
אדער האלט צוריק דיין פעדער, אדער זאל די טינט זיין גענוג צו שרייבן צום זאך.
פארשטאנען?!
הערה בעלמא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:19 pm
דורך סיסטעם
איך ווייס נישט וועגן די תורה
אבער ווען עס קומט צו רציחה האבן אונז די ריינסטע היסטאריע.
אנגעהויבן פון ביידע גרויסער רעליגיעס האבן געראצח'ט אהן אויפהער סיי אונז און סיי אנדערע, ביז ממש לעצטנס, נאכדעם האסטו די קאמניסטן וואס זענען בכלל נישט גלויביג, און נאך אסאך נישט גלויביגער.
איי די מעשיות פון תנ"ך, דעס איז דעמאלסט געווען גארנישט קעגן אנדערע פעלקער.
בקיצור ווען עס קומט צו רציחה האבן אונז נישט זיך וואס צו שעמען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:50 pm
דורך סקעפטיקער
במשך די צייט וואס אנדערע רעליגיעס האבן גע'רצח'נט זענען די אידן שוין נישט געווען בכח צו רצח'נען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 5:00 pm
דורך סיסטעם
גערעכט,
אבער אפילו ווען אונז זענען יא געווען בכח, איז ניטאמאל געווען א טיפה מן הים וואס אנדערע פעלקער האבן געטוהן, גלויביגע און אומגלויביגע צוגלייך.
סיי די ברוטאליטעט וויאזוי זיי האבן גע'רצח'נט און סיי די כמות פון מענטשן.