בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 1:10 pm
דורך קאך_לעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: ייש"כ פאר געדענקען מיין יארצייט. נאר ס'איז ערשט אין צוויי טאג ארום. נאר איך האנדל נישט מיט קיין פערד. (די צוויי פיסיגע, יא...!)


ס'הייסט א בעלאגאלע זאל נישט וויסען פון קיין פערד צו זאגן... ער מוז זיין א גרויסער פערד....
(די סמייליס....וכו' )

Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:28 am
דורך א איד
ImageUploadedByTapatalk1437060390.730659.jpg
ImageUploadedByTapatalk1437060390.730659.jpg (314.37 KiB) געזען געווארן 1851 מאל

אן עד אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס
קוקט אויס אז אין ראקלענד גייט שוין זיין פערד אין די נאנטע צייט

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:09 pm
דורך זעמיל מילכיגער
מיט גרויס ווייטאג "ר' איד " די בעלי חיים אויפן בילד האבן נישט קיין שיכות מיט קיין פערדן
קען גאר זיין אז "אקערען אין דרעשען" איז א נייע ווינט אין מאנסי...

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:31 pm
דורך הקטן
קאך_לעפל האט געשריבן:דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.


א יעדער צווייטער גאס עפענט זיך א נייער געשעפט איינער פערד זוילן דער צווייטער זאטלען מיט בייטש
אן אנטשעפענאר זאגט אז ער גייט ביז 5 יאר האבן א סאלער פענעל אויף א יעדער וואגן איינצישטעקן די סמארט פאנס
ביז דערווייל לעבט ער פין ווענטשר קעפיטאל

דו עקאנעמי באמד די קאנסאמער האט מער געלט אין טאש צו ספענדען

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:44 pm
דורך פישערער רבי
טייערע ר' חקרן אויב דו ביסט טאקע אזא א היימישע ייד (זייער א גלייכע זאך ......) עד כ"כ אז דו ווילסט זיך קויפן א פערד מיט א וואגן און ווערן דער באוויסטע היימישע הערליכע ערליכע אמת'ע בעל עגלה פון די מעשיות ווי אזוי קומט דאס אז דו ווייסט בכלל וואס איז א קאפיוטער און דו שרייבסט אויף פארומ'ס פון די טריפה אינטרנט ה"י.

און צווייטנס טאמער וועסטו יא קויפן און קומען אזוי צום ביהמ"ד דו וועסט ווערן אזא א מאדנער אז דו וועסט זייער שנעל פארגעסן פון דיינע תאוות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:43 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קענסט קומען צו אונז אין בית המדרש. כ׳וועל די געבען וויפיעל פערד די ווילסט. אונז האבען א שפע.

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:16 pm
דורך זעמיל מילכיגער
הקטן האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.


א יעדער צווייטער גאס עפענט זיך א נייער געשעפט איינער פערד זוילן דער צווייטער זאטלען מיט בייטש
אן אנטשעפענאר זאגט אז ער גייט ביז 5 יאר האבן א סאלער פענעל אויף א יעדער וואגן איינצישטעקן די סמארט פאנס
ביז דערווייל לעבט ער פין ווענטשר קעפיטאל

דו עקאנעמי באמד די קאנסאמער האט מער געלט אין טאש צו ספענדען


מויל שלעסער ווערן אינסטאלירט אויף אלע פערדן, ווי פון אינטען הענגט לייסענס פלעיטס...

זייט די כינוס "רועי אברהם" ניצען אידען מדקדקין קלה כבחמורה נאר די נייע מויל שלעסער פון "קאוישער מויל שלאס"

פרעזידענטן פארן נאר ארום מיט טינטעט וועגענער, איינגעשפאנט צו זעקס ווייסע ריטארישע פערד.

גרויס שמחה הערשט אינערהאלב ווערדאן'ע הויף נאכדעם וואס עס איז געבוירן געווארן א קליינעם פערדל , אין שטאל פון די מוסדות, ווי מקוה נייעס געהט איבער וועט עס אריבערגיין צום צווייטען זון, כאטש די קענגערשאפט פונעם רב הצעיר.

שרעקליכע באריכטען קומען אריין אז נעכטען איז געפלינדערט געווארן די פערד פון רבינו מסערט פייאע, נאכדעם וואס די ברידער'ס העצערס האבן ביינאכט צוריסען דעם זאטל, אראפגעריסן די זוילן, אין געפענט די מויל שלאס.

קול מבשר:
א שווערע טראפיק ערווארטעט אויפן טראוועי נאכדעם וואס א גויאשען פערד האט געכאפט א הארץ אטאק, די העראישע ארבעטערס פון "עזוב תעזוב" זענען צוגעפארן ראטעווען דעם פערד, ארויסברעגענדיג א געוואלדיגען קידוש השם.

יעצט קומט אריין באריכטען אז צוליב די גרויסע פראטעסטען אין א"י האבן פאליציי אריינגעברענגט קאר'ן אנצושרעקן די מאסען....

"זאטל טא גאוי" האט געמאכט א ריקאאל אויף די זאטלעך נאכדעם וואס אסאך קונדען האבן זיך אפגערעדט אז עס איז נישט גוט פארנייט...

פון לונדון קומט אן באריכטען אז גנבים האבן די נאכט געגאנבעט זוילען פון אידישע פערדן, פאליציי פארשן אויס די אינצעדענט.

אין מאנסי פארט ארום א שווארצע פערד, די בעל עגלה האט א טינקלעם לעדערנעם ריט, פרובירט צו ריפען קינדער דורעך פארטיילען פארטריקענטע זאנגען.

היסטוריקער:
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט געהאט א פעטענט ווי אזוי פערדן קענען אנציען אן עסן שטרוי...