בלאט 2 פון 3
נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
א ניינער
נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 11:38 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:ר' בערל דאנט ווארי ס'דא געניג נאמבערס פאר דיר אויך...
גראדע די אניגראם איז בכלל נישט קיין גוישע זאך , האסט געהערט אמאל פון די עשר ספירות?? דאס איז די זעלבע איידוע , איך האב געליינט אמאל א בוק ווי איינער לייגט יעדע מידה צו די טייפ
אלזא ר' בערל נעמט אייך א טייפ געגאנגען!!
קאצקע ציקער: איך האב דיך געפאלגט און גענומען דעם טעסט. איך קום ארויס א זעקס...!
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 9:12 pm
דורך moshav zekeinim
מיין עיקר טייפ איז 4, נאנט צו דעם איז 5 און דערנאך 8. 1 מיט 2 זענען ביי מיר די נידריגסטע, כאטש נישט צו נידריג. די רעשט נומבערס זענען בערך די זעלבע.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 11:23 pm
דורך יתרו
געליינט די ערשטע פאר בלעטער פון איי וועלט, עס קוקט מיר אויס אז דער עולם דארט (און דער עולם דא אויך) האט א שטיקל טעות. מען קען זיין א נומבער און מען קען האבן א פליגל אויך, אבער דער פליגל מוז זיין נעבן די נאמבער. למשל א פירער קען האבן א פליגל פון א פינעפער און\אדער א פליגעל פון א דרייער, אבער נישט פון קיין אכטער.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 11:26 pm
דורך ישראל קאפקע
נאכן נעמען דעם טעסט איז מיין מיינונג אז ער איז פון די 'אוועררעיטעד' טיפ.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 11:35 pm
דורך געוואלדיג
יתרו האט געשריבן:געליינט די ערשטע פאר בלעטער פון איי וועלט, עס קוקט מיר אויס אז דער עולם דארט (און דער עולם דא אויך) האט א שטיקל טעות. מען קען זיין א נומבער און מען קען האבן א פליגל אויך, אבער דער פליגל מוז זיין נעבן די נאמבער. למשל א פירער קען האבן א פליגל פון א פינעפער און\אדער א פליגעל פון א דרייער, אבער נישט פון קיין אכטער.
ריכטיג, יעדער האט אין זיך באמת פון אלע 9 טיפ, אבער נאר איינס איז דער עיקר, און אזוי אויך קען מען האבן א פליגל פון די צוויי זייטיגע נומערן ווי למשל א 4 קען האבן פון 3 און פון 5 אבער נישט א פליגל פון 8 וכדו'.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:58 am
דורך moshav zekeinim
דער טעסט וואו קאצקע צוקער האט געשיקט ווייזט נישט קיין פליגלען, עס ווייזט בלויז וויפיל פראצענט פון יעדער נומער דו האסט
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 1:14 pm
דורך קאצקע ציקער
moshav zekeinim האט געשריבן:דער טעסט וואו קאצקע צוקער האט געשיקט ווייזט נישט קיין פליגלען, עס ווייזט בלויז וויפיל פראצענט פון יעדער נומער דו האסט
טאקע א שוואכע טעסט פראביר דאס
http://www.eclecticenergies.com/enneagram/test.php
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
די פראבלעם מיט די אלע טעסטס איז אז מענטשן ענטפערן מער וואס זיי ווילן זיין ווי דאס ווואס זיי זענען באמת
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], צום פינטל.
כ'מיין מ'זאל עס געבן פאר די ווייבער, זיי זעהן עס קלארער.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:25 pm
דורך הקטן
זיי זעען אויך נאר וואס זיי ווילען זעהן
פרעג די ווייב שנה רשונה און פרעג 5 יאר נאך די חתינה
האט זיך טאקע דער מאן אזויפיל געטוישט?
וואס דער מענטש זעט איז סובדשעקטיוו.
די אלע טעסט זענען אויף אזויפיל ווערט אז דער מענטש רעדט זיך איין אז ער איז א געדילדיגער האט ער געדילד
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:47 pm
דורך געוואלדיג
איך פארשטיי נישט, איך האב געליינט אפאר ביכער וועגן דעם און איך האב געזעהן אז יעדע טייפ האט מעלות און חסרונות, איך האב מעיין געווען וועלעכע טייפ איך בין און איך פראביר צו אויסניצן מיינע מעלות ככל האפשר און ארבעטן אויף מיינע שוואכקייטן, גארנישט קאסטום לויט ווי איך האב געוואלט, ווייל איך האב גארנישט געוואלט ספעציפיש נאר געוואלט וויסן וואס איך בין עכט.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:47 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס פארשטייסטו נישט?
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 11:37 pm
דורך געוואלדיג
וואס הקטן און גראדעמעכעלע האבן געשריבן אז מען זעהט נאר וואס מען וויל.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:05 am
דורך קאצקע ציקער
איך בין בכלל נישט אזוי מסכים וואס זיי זאגן ווייל דאס איז טאקע די טעסט -וואס ווילסטו זיין- פון אזויפיל קשיות קען מען נישט פעיקען די זאך און ס'קימט ארויס די ריכטיגע נאמבער למעשה. און אז איינער וויל סתם שיסן תירוצים איז סתם א שאד די צייט צו מאכן די טעסט
און אז מען רעדט שוין, די אניגראם איז די בעסטע זאך פאר איינער וואס וויל זיך העלפן מיט זיין נפש, און נישט ספענדן די הויזן פאר טערעפיסטן, די אניגראם געט דיך א קלארע באריכט ווער דו ביסט "עכט" און וויזוי זיך אליינס צו העלפן.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
איך בין געגאנגען צום לינק פון [tag]שמעקעדיג[/tag] צו איי-וועלט, זע איך אז עס איז איבער 50 בלעטער, איך האב נישט קיין צייט און געדולד עס צו אדורך ליינען, קען אפשר איינער וואס קען שוין גוט די נושא זיך מנדב זיין און אראפשרייבן דא ביי אונז אין שטיבל אלע 9 מהלכים/מדות מיט א קלארקייט קורץ און שארף?
א דאנק
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:16 am
דורך קאצקע ציקער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=182fY4pTThY[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:50 am
דורך moshav zekeinim
איך וועל עס פראבירן צו זאגן אין קורצן פון די ביסל וואס איך ווייס לויט מרים אדאהאן'ס בוך:
1 איז א זייגער מענטש. דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן לטובת א צווייטן, ווי ערשיינען באצייטנס צום אפגעשמועסטן זמן אדער באצאלן א חוב באצייטנס, און לעומת זה דער בעת מדות רעות וועט עס ניצן צי סיקירן יענעם מיט זיין רשעות'דיגער פונקטליכקייט.
2 איז א געבער, דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן צו געבן ווען יענער דארף הילף, בעת דער בעל מדות רעות וועט פשוט אנארבעטן אז דו זאלסט שטענדיג זיין אנגעוויזן אויף אים.
3 איז "א שיינע איד", דער בעל מדות טובות וועט ניצן זיין פערסענאלעטי צו געבן א פלייצע פאר די נכאים, און דער בעל מדות רעות וועט רייטן מיט זיין חשיבות אויף די שוואכערע.
4איז א מענטש מיט הייקעלע געפילן. דער בעל מדות טובות וועט דורך דעם פארשטיין יענעם'ס געפילן און דער בעל מדות רעות וועט זיין פארנומען מיט זיינע אייגענע פילונגען און שפירונגען און עס אויפברענגען כסדר נישט טראכטנדיג פון יענעם, און טרענדן יענעם'ס געהירן טאמער האסטו געגעבן א קראץ זיינע הרגישים.
5 א קאלטער לאגיק מענטש. דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן פאר ניצליכע חשבונות און צו העלפן אנדערע מיט זיינע סקילס, און דער בעל מדות רעות וועט מיט א קאלטקייט אוועק מאכן בעלי רגש און מיט זיינע אייזענע סברות ברוטאל צובלאזן יענעם'ס שיטה.
6 איז א מענטש וואס וויל זיך פילן פארזיכערט. פאראן אזעלעכע מיט פאביע און פאראן אן פאביע. דער גוטער זייענדיג סענסעטיוו צו זיכערהייט וועט ארבעטן אויף א צווייטנס זיכערהייט (פון כבוד ביז געזונטהייט) ווי אויף זיינס, ווידער דער שלעכטער בעל מדות וועט אראפ ראומען פון וועג דעם פון וועם ער פילט זיך באדרויעט, (ווי הורדוס)
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 2:10 am
דורך moshav zekeinim
7 איז א מענטש וואס דארף פרייהייט און ספעיס צו די אפענע נאטור. דער גוטער בעל מדות וועט אכטונג געבן נישט צו צושטערן יענעם'ס סדר מיט זיין פרייהייט טעדענס, און בנוסף וועט ער גאר געהויבן ווערן פון זיין נטיה צו נאטור (א בעל שם טוב), ווייטער דער שלעכטער בעל מדות וועט שטערן ארדענונג, און וועט ווערן א הפקר יונג און א שיכור.
8 איז א פשוטער טיראן און גבר אלים מיט א מעכטיגער כאראקטער. דער גוטער וועט עס ניצן צו פייטן קעגן שטארקע רשעים, און דער רשע וועט ווערן א הארטער טיראן און דאמינעטער עד הסוף.
9 איז א פאסיווער מענטש וואס איז קיינמאל נישט אומרואיג. דער גוטער וועט בארואיגן מענטשן אין צייטן וואס מענטשן דארפן חיזוק. און דער שלעכטער וועט לאזן לויפן און וואקסן פראבלעמען און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די וויי געשריי פון די געליטענע, און צו מאל וועט זיין "גוטער" נאטור ניטאמאל פארשטיין אז ער בעולה'ט איינעם.
פארשטייט זיך אז יעדער נומער האט א מיטלגאטיגער טעמפער, וואס איז נישט צו גוט און נישט צו שלעכט.
די נומערן זענען נישט אויסגעשטעלט איינס נאכן אנדערן במקרה. דאס איז מיט גרויס חכמה אויסגעשטעלט איינס נאכן אנדערן אויף אן אופן וואס יעדער נומער האט וואונדערליך א שייכות מיט זיינע צוויי שכינות'דיגע נומערן. למשל נומער איינס האט א שייכות מיט נומער ניין און מיט נומער צוויי, ד.ה. אז און צוגאב צו זיין עקסטרעמער פונקטליכקייט און ער אויכעט א היבשער נותן און א פאסיוויסט.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 2:22 am
דורך קאצקע ציקער
יעצט אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס און ס'פארלוירן געגאנגען. דעם איט!!!
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 2:25 am
דורך סביב העולם
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס און ס'פארלוירן געגאנגען. דעם איט!!!
וויזוי האבן די זיידעס געזאגט אויף אזא פאל?!
גם זו ל....... [emoji12]
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 2:31 am
דורך moshav zekeinim
טו אזוי דער רמ"א ווען ער האט געהערט אז דער בית יוסף האט אפגעשריבן דאס וואס ער האט געוואלט שרייבן. ער האט געמאכט הגהות דערויף.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 3:08 am
דורך קאצקע ציקער
זייער גיט מושב א שכוח , איך וועל דא צולייגן אביסל.
1) איז זייער קריטיקל זייער זאזמענטעל. ער באמערקט ביי א מעמד אלעס וואס פעלט. אלעס דארף קלאפן ווי א זייגער. זיי זענען די ערשטע אין שול.
2) זיכן זייער שטארק אהבה! לאוו!! זיי וועלן זיכן לאוו פאר א יעדע פרייז, טייל מאל וועט עס זיין אין פארעם פון געבן פאר אנדערע אבער באמת איז זייער ציל מיט דעם כדאי ציריק צובאקימען.
3) זענען עקטארס , שפילערס, זיי וואקן ארום מיט א מאסק אויפן פנים מענטשן זאלן נישט וויסן וואס זיי זענען "עכט" נאר מען זאל מיינען זיי זענען עכט מעכטיג, רייסעריש, גרויס, קליג, און פאפיולער, זייער ציל איז אז מענטשן זאלן מיינען אז זיי זענען עכט יא אקעי.
4) דארפן אלעס פילן אויב זיי פילן עס נישט איז עס גארנישט ווערד , למשל ווען זיי קימען אין בית מדרש דארפן זיי פילן דערהויבן . 4 זענען אויך זייער סענסעטיוו.
5) לויפן אוועק און באהאלטן זיך פון ענקזייעטיס דאריך די מיינד, אלעס גייט אין די מיינד ,ווען זיי קימען צו א פלאץ ווי זיי פילן זיך אנסעקיורד וועלן זיי אלעס אנעלייזן און דוריכטראכטן, זיי זענען שטארקע טראכטערס זיי טראכטן וויזוי מענטשן פאנקצענירן און וויזוי די וועלט ארבעט .למשל אלבערט איינשטיין איז געווען א 5.
6) האבן זייער מורא פון די וועלט און פון מענטשן ,זיי טראסטן נישט קיינעם, זיי האבן געווענליך איין מענטש וואס זיי טראסטן יא און יענעם וועלן זיי פעגערן ביזן טויט, און עים עדמייערען זייער שטארק ווייל זיי טראסטן נאר עים.
7) האבן זייער ליב פאן פאן פאן און נאכאמאל פאן, אזוי לויפן זיי אוועק פון זייער ענקזייעטי און סטרעסס מיט טשילן.
8) זיכן מאכט און שטארקייט!! און זיי האבן עס ביג טיים! פאנג דיך נאר נישט אן מיט אן אכטער ער וועט דיך צומאלן אויף שטיקער אז דו וועסט פארגעסן דיין נאמען..
9) זיכן ווי צו זיין באקוועם, קאמפארטאבעל, זיי זיכן קאמפארטיבליטי פאר יעדע פרייז איז קודם וועלן זיי פאפן ביז צוועלעווע אריין .. וואס הייסט איך דארף דאך זיין קאמפארטיבל. ביי א קיפקע וועלן זיי נישט זיין צו הויעך כדאי צו זיין באקוועם אין זייער וועלטעלע.