בלאט 2 פון 6

Re: משיח פון וואו קומט עס?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:56 pm
דורך שמערל
דאכט זיך אז רש"י איז קיינמאל נישט מפרש אז דער פסוק רעדט פון משיח והדבר צ"ע.

אין ספר יוסיפין ווערט שוין דערמאנט די געדאנק פון משיח, אבער כ'ווייס נישט אויב עס ווערט דערמאנט אין די ארגינאלע קדמוניות היהודים, צו נאר אין די געפעלטשטע לשון הקודש'דיגע יוסיפין.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

משיח פון וואו קומט עס?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:47 pm
דורך ירא שמים
אויב עס פעלט אויס א מקור פון נ״ך אויב די ווערטער פון חז״ל זענען דיר נישט גענוג מה לנו ולאמונתך,
אויב וואולסטו סתם אזוי וויסען וואו סשטייט איז די שאלה יא כשר.
אבער פון דיי קעפל איז משמע מער וואו די ערשטע צד ,
מן הסתם א טעות און ביטע רעדאגירן.

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:51 pm
דורך chaims
פאראכטען

I can't believe I just said that...

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:54 pm
דורך [NAMELESS]
די ברכה פון את צמח דוד איז א תפילה אויף מלכות בית דוד שישוב למקומה נאכדעם וואס זי איז אנידערגעפאלן מיטן גלות צדקיהו. די נבואה פון זכריה הנביא רעדט אויך פון דאס זעלבע ווי רש"י איז מפרש.

ויצא חוטר מגזע ישי ווידער איז א קלארע נבואה אויף חזקיהו המלך כמבואר בנפרשים.

דאס איז כמובן נאר על פי פשוטו של מקרא. חז"ל, נעמענדיג אין באטראכט אז די נבואות זענען נישט פארפולקאמט געווארן, האבן פארטיישט די פסוקים אויף א מלך המשיח מזרע דוד וואס וועט נתגלה ווערן באחרית הימים.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:44 pm
דורך moshav zekeinim
דער מאטיוו פון א אחרית הימים איז געווען ברייט פארשפרייט אין פארשידענע פארווארפענע רעליגיעס איבער די וועלט נאך זינט די אור אלטע צייטן, דעריבער (אפילו לויט די וואס פארלאזן זיך נישט בלויז אויף די פרשניות חז"ל) איז נישט קיין וואונדער א די פארנעפלטע פאיעטישע נביאות אין תנ"ך איבער א וואונדערליכער צוקומפט זאל טאקע רעדן פון אונזער אחרית הימים מאדעל (אפוקאליפסיקא-אן אריבערגאנג צו א נייערע בעסערע וועלט). ספעציעל אז דער מאטיוו איז געווען שטארק פארשפרייט ביי די רעליגיעס פון דעם ווייטן מזרח פון וואס די פערסישער זארואסטרו איז א טייל פון זיי. וואס כידוע האט די פערסישע שליטה איבער די מיטל מזרח געלאזט א שטארקער רושם אין אידישקייט. און ווי פארשטענדליך האבן די פערסישע מאטיוון געעפענט א פרישער מהלך אין מעטאפיזישע פרשניות התנ"ך (גלייך ווי דער גריכישער פילאזאפיע האט געעםנט א פרישער מהלך און קוק ווינקל אין פרשניות התורה נוסח רמב"ם, און די דארוויש-סופי שטערמונג א פרישער מהלך בפרשניות התורה והמצוות אין די תקופת האחרונים נוסח זהר הקדוש).

איך מיין אז עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז אפילו אמת'ע הבנה אין אמונה קען גענומען ווערן בהשראת גויי הארץ. און אפילו דער פסוק זאגט אז מען זאל זיך פון די עובדי עבודה זרה לערנען וויאזוי צו דינען דעם אויבירשטן מיט געטריישאפט. און נאך פארשידענע דגמאות זעען מיר אין ספרי חז"ל ראשונים ואחרונים ווי מען האט ארויס גענומען באופן ישיר, רעיונות והבנה בעבודת השם פון די עובדי אלילים ופילאסאפים.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:52 pm
דורך געוואלדיג
דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:00 pm
דורך ירא שמים
נו געוואלדיג דא האסטו די ערשטע געלעגנהייט צו נוצן דיין נייע מעקער…

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:21 pm
דורך שמערל
געוואלדיג האט געשריבן:דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

קענסט עס אזוי אויסטייטשן. אדער קען מען זאגן אז אלע פעלקער האבן געהאט מקובל פון זייער זיידע אדם אז די וועלט וועט באחרית הימים באקומען א משיח.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

די שאלה איז. אויף וואס האט דאס דער רמב"ם באזירט, ווען ר'האט דאס געמאכט פאר איינס פון די י"ג עיקרי האמונה...?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:42 pm
דורך moshav zekeinim
פונקט אזוי ווי די גריכישע פילאזאפן האבן אונז געעפנט די אויגן אז עס איז נישט יתכן אז דער באשעפער איז משגי הגוף, אזוי האבן אונז די פרסיים געעפנט די אויגן אז עס איז מוכרח אז עס איז דא א חיים לאחר החיים און א גאולה שלימה וכללית לעם הנבחר.

משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:47 pm
דורך ירא שמים
Wow wow wow !!!
גרעסערע חידושים פון מינוט צו מיניוט!
משיח פון די פרסיים אינו משיגי גוף פון די יוונים ,
נו וואס נאך ? שבת פון די נוצרים ? נבואה פון בלעם ?
יציאת מצרים פון ? תורה פון ? תורה שבעל פה ? קבלה ?
לאמיר הערן דעק אויף די מקורות פון אידישקייט .

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:53 pm
דורך chaims
ירא שמים האט געשריבן:Wow wow wow !!!
גרעסערע חידושים פון מינוט צו מיניוט!
משיח פון די פרסיים אינו משיגי גוף פון די יוונים ,
נו וואס נאך ? שבת פון די נוצרים ? נבואה פון בלעם ?
תורה פון ? תורה שבעל פה ? קבלה ?
לאמיר הערן דעק אויף די מקורות פון אידישקייט .

פטור געווארען פונעם קריסט איז אנגעקומען דער יווני....

I can't believe I just said that...

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:58 pm
דורך געוואלדיג
ירא שמים האט געשריבן:נו געוואלדיג דא האסטו די ערשטע געלעגנהייט צו נוצן דיין נייע מעקער…


איך וועל ניצן די געלעגנהייט צו מגלה דעת זיין אז מין רצון איז עכט אז יעדע הערה זאל דער כותב אליין מעקן, און פארדעם האב איך געוואלט קלאר מאכן וואס ער האט געמיינט מיט זיין תגובה, ער האט רעדאגירט און זיך בעסער מסביר געווען.

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 7:59 pm
דורך שמערל
ירא שמים טשיל אף, אינו משיגי הגוף איז לויט פילע (וכלשון הראב"ד גדולים וטובים הימנו), נישט מעיקרי האמונה.
דער רמב"ם זאגט קלאר אז ער נעמט עס פון די ראיות היוונים הפילוסופיים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:01 pm
דורך moshav zekeinim
קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:03 pm
דורך שמערל
ואלה המשפטים פון די... [emoji6]

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:03 pm
דורך ירא שמים
שמערל האט געשריבן:ירא שמים טשיל אף, אינו משיגי הגוף איז לויט פילע (וכלשון הראב"ד גדולים וטובים הימנו), נישט מעיקרי האמונה.
דער רמב"ם זאגט קלאר אז ער נעמט עס פון די ראיות היוונים הפילוסופיים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נישט מעיקרי האמונה קען זיין , אבער קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם אז אזוי איז עס לאמיתתו,
די רמב״ם : מקור ביטע?

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:04 pm
דורך שמערל
זעצט אייך לערנען מורה נבוכים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:08 pm
דורך ירא שמים
יכול להיות אז ער ברענגט א ראי׳ מחכמתם אזויוואו א ראי׳ ברענגען אויף מציאת הבורא ,
נישט אויפן עצם מושג,
קען זיין שמערל?

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:12 pm
דורך שמערל
וואס הייסט, פון ווי טראכסטו קען מען וויסן די עצם מושג.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:20 pm
דורך ירא שמים
נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:22 pm
דורך געוואלדיג
א נידריג פאלק די אידן, יעדע געדאנק פלאיגירט פון אנדערע און נישט געגעבן קרעדיט, נידער מיט די אידן, מי כעמך הגוים.

Re: משיח וואו איז דער מקור

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 8:38 pm
דורך ירא שמים
moshav zekeinim האט געשריבן:קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?