בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:12 pm
דורך פרייוויליג
טמיר האט געשריבן:אז יוטוב אחז איז אפן איז נאך שייך צו פילטערן שמיץ?

Sent from my ADR6410LVW using Tapatalk

יוטוב איז שמוץ?

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:23 pm
דורך טמיר
אויף יוטוב קען אלעס זעהן, אינקלודינג די שמוציגסטע שמוץ, נישט אזוי?
מ'קען דארט זעהן הייליגע זאכן אויך

Sent from my ADR6410LVW using Tapatalk

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:43 pm
דורך דעת תורה
ניין. נישט אינקלודעד די שמוציגסטע שמוץ. בכלל קען מען האבן סעיף מאוד וואס נעמט ארויס די מער פראבלעמאטישערע ווידיא'ס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:08 pm
דורך פאדעם
דעת תורה האט געשריבן:פאר געלט איז דא א באקאנטע עפפ, נעטספארק. ווען אזא עפפ וועט זיין צו באקומען בחינם, וועט עס זיין א אמת'ע תועלת פאר א ריזן ציבור. K9 אויפן פאון פילטערט נאר דעם בראוזער, און מען מוז נוצן זייער בראוזער.

מיטן אויבירשטנס הילף גייט ער שוין ארויף לייגן נעטספארק ,ישר כח דעת תורה, ווי אויך די אנדערע וואס האבן פריבורט צי העלפן א יוד זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסירות,
אגב האט איינער דא אייגענע פראקטיק מיט די פילטער? וואס איך מיין איז,ווייל איך וויל זייער עס זאל גיט ארבעטען ,נישט פריזען ,איך ווייס וואס פאר א פראבלעמען עס זאל נאר נישט מאכן,ווי איז זייער קאסטאמער סאפארט וכדומה,. איך וויל נישט ער זאל האבן א תירוץ ודל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:15 am
דורך קנדה
אז נען רעדט שוין יא פון guard your eyes זיי שיקן געווענליך צו א 12 step program וויסט איינער מער פון דעם אויכעט קוקט מיך עס אויס פאני ווייל מען דארף גלייבן אין די 12 steps באמונה פשוטה וויסט איינער צו דאס העלפט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 3:37 pm
דורך יין שרף
קנדה האט געשריבן:אז נען רעדט שוין יא פון guard your eyes זיי שיקן געווענליך צו א 12 step program וויסט איינער מער פון דעם אויכעט קוקט מיך עס אויס פאני ווייל מען דארף גלייבן אין די 12 steps באמונה פשוטה וויסט איינער צו דאס העלפט
הרה"ג דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א רעקאמענדירט עס, און ער זאגט עס איז געבויט ע"פ מסילת ישרים..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 4:14 pm
דורך הקטן
רב טווערסקי איז א געשוירנע חסיד פין די 12 סטעפס אבער ער זאגט נישט ס'איז געבויט אויף מסילת ישרים
ער ווייזט צי אויף סטעפס וואו מען קען דאס אויך טרעפן אין אינזערע ספרים - ס איז געבויט ע"פ צוויי קריסטען

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:24 pm
דורך קנדה
מיך גייט נישט אן אויף וואס עד איז געבויט אויף איך וויל וויסן צו איינער האט עקספיריענס מיט דעם

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:33 pm
דורך הקטן
וואס ווילסטע וויסען זיי ספעסיפיק

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:05 am
דורך קנדה
מיך קוקט אויס די 12 סטעפטס ווי נאך א גלויבונג און נישט א אפ טא דעיט וועד וויאזוי צו העלפן דעם מענטש די גאנצע וועג וי אזוי זיי זאגן אז מען זאל קענען אויפגעבן די אבסעסיען פון לאסט און **** איז דורך אמונה ובטחון און די מענטש אליינס קען גארנישט און משא"כ די טערעפי וועלט העלפט מען נישט די מענטש אזוי איך מאך נישט אוועק אמונה ובטחון.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:18 am
דורך הקטן
אפאר נקודות:

די 12 סטעפס ארבעט אויך פאר אן עטיאיסט (טויש איין higher power מיט מאדער-נעטשור)
א חלק פון די געדאנק איז נישט צו זיין אין די סטראגל, אויפגעבן די פייט, וואס איז געטריבן דורך די ego.

די טעראפי וועלט האט פון אנפאג געלאכט פון די 12 סטעפס, בעיקר ווייל ס'איז נישט געקומען דורך "פראפעשענלס" נאר דורך lay people
באין ברירה האבן זיי איינגעגעבן ווען זיי האבן נישט געקענט קומען נאנט צו די סוקסעס-רעיט פין די סטעפס!

היינט צוטאגס וועלן רוב ארענטליכע עדיקשען פראפעשאנעלס, און זייער אסאך פעלער, שטופן צו די 12 סטעפס גרופס. ע"ד if you can't beat them join them

די דזשאב פון די פראפעשאנעל איז אדער צו ארבעטן אין די זייט פון די 12 סטעפס (CBT, DBT וכו') אדער סך הכל קאנווינסען צו גיין צו מיטינגס (MI)
אמאל אויך מעדיקעשן דורך א סעקייעטריסט

אגב GYE Phone Meeting איז בכלל נישט די זעלבע ווי א עכטע פיזיקל מיטינג און האט ווייט נישט די פאזעטיווע עפעקט פון אן עכטע פיזיקל מיטינג.

די 12 steps האט זיך אויך אירע פראבלעמען און אן SA מיטינג האט אסאך אנדערע פראבלעמען וואס א AA מיטינג האט נישט.

אויב וואס דו מיינסט מיט "לאסט און ****" אינטערנעט פארנאגרעפי וואלט איך דיר נישט מייעץ געווען צו גיין צי מיטינגס
GYE האט אויך אנדערע Phone Meeting וואס זענען נישט געבויט דוקא אויף די 12 steps.

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:08 pm
דורך קנדה
איך רעד יא בדייקא פון לאסט וואס איז עס אנדערש און וואס טואלט געווען בעסער

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:28 pm
דורך הקטן
קנדה האט געשריבן:איך רעד יא בדייקא פון לאסט וואס איז עס אנדערש און וואס טואלט געווען בעסער

איך האב נישט געשריבן אז די סטעפס אדער מיטוגס קען נישט זיין קיין סעלאשען פאר "לאסט"
איך זאג אויב מיט לאסט מיינסטו נאר "אינטערנעט פארנאגרעפי" דאן איז דאס נישט קיין סעלאשען.
לאסט עדיקשען איז זייער א ברייטע ווארט, און האט מערערע שטאפלען וואס איינער איז אלץ גרייט צו טון דאס צי זעטיגען

Re:

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:17 pm
דורך שריפט
הקטן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:18 am
אויב וואס דו מיינסט מיט "לאסט און ****" אינטערנעט פארנאגרעפי וואלט איך דיר נישט מייעץ געווען צו גיין צי מיטינגס
GYE האט אויך אנדערע Phone Meeting וואס זענען נישט געבויט דוקא אויף די 12 steps.
איך וויל פארשטיין וואס די מיינסט צו זאגן מיט די ווערטער אויב ס'איז שייך מער מסביר צו זיין

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:23 pm
דורך קליינע צדיק
גא"מ
וועלכע זאכן דארפן די 12 סטעפס און עס העלפט
וועלכע קען מען ארבעטן אן דעם
וכדו'
וואס זענען די לעוועלס

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:09 am
דורך שמעקעדיג
עס איז נישט כדאי צו גיין צו א 12-סטעפ פראגראם נאר איינער וואס איז דיאגנאזירט מיט אדיקשאן דורך א לייסענסד פראפעסיאנאל.

אדיקשאן איז נישט אזוי פשוט. עס האט א גאנצע רייע מיט סימפטאמען וואס מען דארף האבן צו ווערן דיאגנאזירט דערמיט, עד כדי אז עס נעמט ממש איבער זיין לעבן, דער מענטש קען זיך נישט באהערשן און פארלירט זיין פרנסה, משפחה, אדער ברענגט זיך אריין אין לעגאלע פראבלעמען, און ער היט ממש "ראק באטטאם".