בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:19 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיין ענטפער איז D.
א. ער הייבט אהן אז 'כמעט אלע קארעקטע קומען אהן אין צייט (צוויי טעג), חוץ די וואס זענען געשעדיגט', קומט אויס אז כמעט אלע קארעקטע ווערן נישט געשעדיגט.
ער זאגט טאקע אז כמעט אלע קארעקטע קומען אן אין צייט. ס'קען דאך אבער נאכאלץ זיין אז רוב קארעקטע ווערן געשעדיגט און פארט האבן די פאסט באמטע עספיעט ארויסצושיקן אין צייט א גרויס טייל פון די געשעדיגטע צוזאמען מיט אלע קארעקטע אומגעשעדיגטע.
ובכן מיין ענטפער None of the above
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:23 pm
דורך ונבנתה העיר
א. ובכן? D איז נאכאלס ריכטיג.
ב. גראדע פארשטיי איך אז געשעדיגטע קומען 'נישט' אהן אין צייט.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:ב. גראדע פארשטיי איך אז געשעדיגטע קומען 'נישט' אהן אין צייט.
נישט ריכטיג. טראכט אז A איז קארעקט אדרעסירטע פאסט וואס קומט אן שפעט. B איז געשעדיגטע פאסט. A קען נאר זיין אמת ווען B, אבער ס'קען נאך אלץ זיין B אן A. ד"מ אז אומעשעדיגטע 'קען' אנקומען סיי שפעט און סיי באצייטענס.
ומכאן תשובה לאות א'
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:41 pm
דורך ונבנתה העיר
לא הבנתי.
ביטע זיי מיר מסביר וויאזוי קען זיין אז רוב קומען אהן שפעט אהן דעם וואס אומקארעקטע זאל זיין א גרויסע טייל פונעם סך הכל.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
למשל אז אומקארעקטע מאכן אויס נאר 24 פארצענט, די איבריגע 27 פארצענט וואס קומען אן שפעט זענען פון די קארעקטע געשעדיגטע.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
בכלל איז "a large proportion" זייער נישט מוגדר.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 2:53 pm
דורך ונבנתה העיר
געדענק אז 'כמעט אלע' קארעקטע קומען אהן אין צייט.
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ד. איי וועט איהר פרעגן, אפשר זענען די אומקארעקטע ווייניגער ווי האלב, אבער צוזאמען מיט די מיעוט געשעדיגטע זענען זיי די רוב וואס קומען אהן שפעט?
ה. איז דער תירוץ, אין הכי נמי, D זאגט טאקע נישט אז די אומקארעקטע זענען רוב, עס זאגט נאר אז זיי זענען א 'גרויסע' טייל, און דאס מוז טאקע זיין, ווייל כמבואר בסעיף א' ווערן כמעט אלע קארעקטע נישט געשעדיגט.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
"כמעט אלע" איז נישט קיין נאמבער.
בכל אופן, אויב 76 פארצענט פאסט זענען קארעקט און 49 פארצענט פון אלע פאסט קומען אן אין צייט דאן קומט אן בערך 2/3 פון די קארעקטע באצייטענס.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
פארשטייט זיך אז אויב איז דיר באקוועמער ארויפצורוקן די ציפערען פון "nearly all" נענטער צו הונדערט פארצענט קענסטו עס באלאנסירן מיט ארויפרוקן די נאמבער פון אומקארעקטע און נאכאלץ אננעמען אז דאס זאל נאך נישט ווערן אנגערופן "a large proportion". (אויך אן אומדעפעצענירטע טערמין)
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 4:03 pm
דורך פרייוויליג
ונבנתה העיר האט געשריבן:(כ'האב נאכנישט דורכגעליינט די דין ודברים).
מיין ענטפער איז D.
א. ער הייבט אהן אז 'כמעט אלע קארעקטע קומען אהן אין צייט (צוויי טעג), חוץ די וואס זענען געשעדיגט', קומט אויס אז כמעט אלע קארעקטע ווערן נישט געשעדיגט.
ב. אויב אזוי ווערט דאך שווער וויאזוי קען זיין אז רוב קומען אהן שפעט?
ג. אלא מאי מוז זיין אז א גרויסע טייל פאסט זענען אומקארעקטע, ממילא קען זיין אז רוב קומען אהן שפעט.
ד. איי וועט איהר פרעגן, אפשר זענען די אומקארעקטע ווייניגער ווי האלב, אבער צוזאמען מיט די מיעוט געשעדיגטע זענען זיי די רוב וואס קומען אהן שפעט?
ה. איז דער תירוץ, אין הכי נמי, D זאגט טאקע נישט אז די אומקארעקטע זענען רוב, עס זאגט נאר אז זיי זענען א 'גרויסע' טייל, און דאס מוז טאקע זיין, ווייל כמבואר בסעיף א' ווערן כמעט אלע קארעקטע נישט געשעדיגט.
בעסטע ערקלערט
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט זעהן וויאזוי D זאל זיין "מוכרח".
לפי הבנתכם, וויפיל באטרעפט nearly all און וויפיל איז a large proportion?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 4:27 pm
דורך קוצק
'
Re: אינטערסאנטער חידה
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 11:11 pm
דורך samiam
Nearly all definitely means more than 50 percent. A large proportion is relative to the situation for example in a war if 5000 soldiers die that's is a large proportion even though the army is made up of 100000 soldiers.
My point a large proportion is not necessarily more than 50 percent as opposed to nearly all which does.
Sent from my SAMSUNG-SM-G920A using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:36 pm
דורך פארוואס?
סך הכל: ווען איינער וויל שרייבן א חידה וואס נוצט לאגיק, מוז קודם מאכן זיכער אז אלע טערמס וואס ער נוצט זענען
גוט דעפינירט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
פארקערט, דא איז די חידה דווקא נישט well defined, מיט א פאר illusionary טערמינען. אזש אז פאר אסאך דאכט זיך אויס פאלטשע הנחות מפרש צו זיין אט די טערמינען און קלויבן דערפאר אויס D אדער C (צי E, מיין טעות...). דער קונץ איז נישט משוכנע צו ווערן פון שיין-קלינגעדיגע לשונות וואס זאגן באמת (כמעט) גארנישט.
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 3:53 pm
דורך פארוואס?
זייער ריכטיג, דו זאגסט גארנישט פארקערט פון מיר.
איך ברענג ארויס דער מוסר-השכל דערפון, אז מ'טאר זיך נישט לאזן פון אזעלכע טערמינען, נאר יעדע זאך דארף זיין well-defined.