בלאט 2 פון 3

Re: קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
500 איז צו טייער. כ'וואלט געגעבן ביז $225

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:54 pm
דורך קאווע טרינקער
טייער?? דו ווייסט ווי סאך די וועבסייט אליינס קאסט אפ??!!

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 12:23 am
דורך פלייסיגער שמייסער
די חברה דארטן האלטן זיך ביי די טייערע פרייז, סזעהט אויס ווי זיי פלאנען צו געבן גשמיות אויף א ריזיגן פארנעם, אזוי פיהן אויב קעמער צאמשטעלן א גאנצער טיש פון צען אירע וועט ער אביסל אראפלאזן די פרייז

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:18 pm
דורך שלמה'לע
ראשעקאל האט געשריבן:500 איז צו טייער. כ'וואלט געגעבן ביז $225

אויב קומט איר מיט אגרופ קענט איר באקומען א דיסקאונט, (איך גלייב נישט אזוי ביליג)
רוף אריין און זיי וועלן די מאכן צופרידן.
רוף און שרייב זיך איין, ווייל פלעצער זענען באגרעניצט

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:43 pm
דורך שעפטל
לול פאר באגרעניצט

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:47 pm
דורך שלמה'לע
עס איז א שיף און עס איז דא א סכום וויפיל מענטשן קענען דערויף ארויפגיין.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:45 pm
דורך שלמה'לע
עטליכע בילדער פונעם שיף

Re: קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:46 pm
דורך היסטאריקער
טעסט

Sent from my SM-G360T1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:47 pm
דורך שלמה'לע

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:00 pm
דורך שלמה'לע

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:29 pm
דורך העלא
ווען קומט עס אויס אין אידיש?
אין די טעג זיכער נישט, ווייל יעצט איז נאך יולי,

ראש השנה אויך נישט,
ווייל די דעיט קוקט אויס נענטער צו יעצט ווי צו ראש השנה,

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
העלא האט געשריבן:ווען קומט עס אויס אין אידיש?
אין די טעג זיכער נישט, ווייל יעצט איז נאך יולי,

ראש השנה אויך נישט,
ווייל די דעיט קוקט אויס נענטער צו יעצט ווי צו ראש השנה,

כ״ו אב תשע״ה, סעודה גדולה לרגל היומא דהילולא קדישא של רבינו הקדוש מהר״י ט״ב זצוקללה״ה זי״ע.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:13 pm
דורך שמעקעדיג
זיי האבן גענוג רעטונג שיפלעך אין קעיס...? איך האב א פאביע

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
בארג פון וואלמארט א שיפל.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז א ריכטיגע נבל ברשות התורה. נאכמער. הייליגע אידן.נאכדעם ביי סליחות וועט זיך ארויסהערן גרויסע און טיפע קרעכצן פון ביהמ"ד. און ביי תפילת זכה וועלן זיי פארגיסן טייכן טרערן...ניע גאנבא ניע פאסטא...האטציך אמאל איינער פון די צדיקי אמת אויסגעדרוקט... :roll:

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז א ריכטיגע נבל ברשות התורה. נאכמער. הייליגע אידן.נאכדעם ביי סליחות וועט זיך ארויסהערן גרויסע און טיפע קרעכצן פון ביהמ"ד. און ביי תפילת זכה וועלן זיי פארגיסן טייכן טרערן...ניע גאנבא ניע פאסטא...האטציך אמאל איינער פון די צדיקי אמת אויסגעדרוקט... :roll:

ווער רעדט נאך אז עס איז ביום כוא״ב....

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
און מ'רעדט זיך נאך איין אז מ'טוט א מצוה. דערווייל האט מען אינזין דעם אייגענעם פרעס און א גוטע הוליאנקע...!
און די גויים און אומוויסנדע אידן וועל עס אויסטייטשן אלס א ----- צוזאמקום...וד"ל... :roll: :oops:

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:04 pm
דורך ירח בן יומו
א שיינע עד היינט געזען RCCS-BBQ
קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי א יוד מיט א שטיקל הארץ קען זעהן די אותיות RCCS זיצענדיג על סיר הבשר און אריינשטאפן אין מויל נאך א שטיקל געבראטנס?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:34 am
דורך שמעקעדיג
מען איז שוין צוגעוואוינט דערצו פון זייערע רייכע דינערס, וואו בשעת די הארצרייסענדע דרשות גיבט מען צו פרעסן באגלייט מיט די שענסטע מוזיק און זינגערס... ומה יעשה הבן

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:42 am
דורך רויטע וואנצעס
יא, אזוי ווי די צדיקים האבן סאך לוקסוס, צו היילן די צרות ישראל וואס זיי הערן אלץ צאם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:48 am
דורך מזל
קאווע טרינקער האט געשריבן:טייער?? דו ווייסט ווי סאך די וועבסייט אליינס קאסט אפ??!!

וואס אינטרעסירט מיך וויפול די וועבסייט קאסט פאר מיך איז עס צו טייער

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:22 am
דורך פאפיטעס
העי בארויאיגטס אייך...
אנשטאט גיין די אלטמאדישע אויסגעפריווטע וועג וואס קאסט אפ שווערע טויזענטערס אין ברענגט נישט אריין קיין רויטן גרייצער דערקעגן, האבן זיי גענימען א נייע מיטל וואס זאל כאפן דער עולם אין סזאל זיך זיי האבן געלוינט הונדרעט פראצענט,
זיי צווינגען קיינעם נישט צו גיין, אנדערש ווי א געווענטליכע פארטי וואס מען קומט ארויס מיט קול קורא'ס וכו',

סא ביטע האלט אייך אין די ראמען, אין מאכטס נישט קאלט א קאמפיין וואס וועט ביישטייער געבן א חשובה מוסד וואס דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט צו באצאלען די שווערע קאסטן (און חובות...)

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 4:54 pm
דורך שלמה'לע
יעצט קומט אריין פרישע נייעס!!!!!!!!!!!!!!
עס גייען זיין 2 magicians וואס גייען ארומגיין פון טיש צו טיש באווייזן זייערע קונצן!
רבותי! אויב איר האט נאך נישט קיין טיקעט יעצט איז די צייט....