בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:29 pm
דורך שבת אחים
Kool man האט געשריבן:טייערער שמעקעדיג, ס'פאסט נישט פאר דיר, כ'בין שאקירט צו הערען פון דיר אזעלכע נארישע רייד , דטס פאסט ליבערשט פאר די דעפרעסטע פארביטערטע זעלען, אלץ א ענטפער [אויף א שאלה וואס פאדערט באמת נישט קיין ענטפער..].

ס'דא א באקאנטע מעשה פון א חשובע יוד וואס האט נאכ'ן קריג געטראפען זיין געוועהזענער חבר פון פאר'ן קריג, דער חבר איז ליידער פון אזויפיהל צרות אראפ פון וועג, פרעהגט דער עהרליכער יוד דעהם חבר פארוואס ער זעהט אזוי אויס, ענטפערט איהם דער פוקר מיט ביטערניש, ער האט פארלוירען ווייב און קינדער אין די מלחמה, צוגעזעהן ווי יודען ליידען אזויפיהל צרות, וואו איז דער באשעפער?? ענטפערט איהם דער חסיד, געדענקסטו אין ביאלאסטאק ווען יודען האבען ליידער אזויפיהל צוזאמען געזינדיקט, און מענטשען האבען כסדר געפרעהגט וואו איז דער באשעפער, ווי קען זיין ער לאזט אזויפיהל זינדיקען און טוט גארנישט?? ענדליך, ווען מ'זעהט שוין ווי דער אויבערשטער האט זיך יא גענומען אנפראסקענען דעהם עולם ווייל מ'האט געזינדיקט, פרעגסטו שוין ווייטער וואו איז דער באשעפער?
והדברים עתיקים ועמוקים, נוקב ויורד עד התהום.

איך מיין שמעקעדיג אז דא ליגט א קלארע תירוץ אויף וואס ס'קוועטשט דיך.


איז פארוואס באשטראפט ער נישט די וואס זינדיגן??? וואס האט דעס געהאט צו טוהן מיט קליינע קינדער???

די משל דערמאנט מיך פון די אלע מעשיות וואס מ׳פלעגט פארציילן אויף להבדיל די נאציס ימ״ש אויב איינער איז אנטלויפן פון זייערע קעמפס האבן זיי נעקסטע טאג גענומען 10 אנדערע אידן וואס האבן גארנישט געהאט צוטוהן מיט דעם און זיי אלע אויסגעשאסן אז למען ישמעו, אבער דער אייבישטער איז דאך א רחום וחנון? פארוואס באשטראפט ער אנדערע פאר יענעמס זינד??? און כל ישראל ערבים זה לזה איז ביי מיר א קשיא נישט קיין תירוץ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:10 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים, דיין פראבלעם איז אז דו ווילסט פארשטיין אלעס וואס השי"ת טוט. דאס גייט נישט געשען, נעווער עווער. האסט קשיות? ביסט נישט דער איינציגסטער... אבער ווילאנג דו ביסט גענוג קלוג צו פארשטיין אז דיין שכל האט א גרעניץ, וועסטו זיך בארואיגן מיט דעם.
גיי לערן אויס פאר א ווארימל און זיי אים מסביר וואס דאס איז א מאסיווער עראפלאן, א פענטאגאן, או אייפעל טורעם, א.א.וו.... נאכדעם וואס דו ביסט מצליח עס צו מסביר זיין און דער ווארימל פארשטייט עס, קום צוריק און מען וועט פרובירן צו פארשטיין דעם בורא.
"כי לא מחשבותי מחשבותיכם", זאגט דער פסוק. יכול כמוני? ת"ל כי קדוש אני, קדושתי למעלה מקדושתכם. דו קענסט נישט משיג זיין דעם באשעפער. דו טוה דאס דייניגע און טריי אים צו פליעזן וויפיל דו קענסט. העסט זיך גוט שפירן דערנאך...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:12 pm
דורך געוואלדיג
עס ווערט געברענגט אז אין די פאריגע דורות איז געווען אסאך מאל גזירות שמד וואס אידן זענען דורך געפאלן און זיך גע'שמד'ט, און השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו האט געוואלט אז זייערע נשמות זאלן אויך האבן א תיקון האט ער זיי אראפ געשיקט נאכאמאל אויף דעם וועלט און מען וועט זיי הרג'ענען נאר ווייל זיי זענען אידן און דעמאלטס וועלן זיי נישט האבן קייין ברירה און אזוי וועלן זיי זיכער האבן א תיקון.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:33 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך אגריע מיט יעדן ווארט פונעם שיינעם משל, אבער די 3 ווערטער פארשטיי איך נישט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:והנמשל מובן מאליו

ממש אזוי? זעהסט טאקע נישט קיין שום חילוק פון א גשמיות'דיגע טאטע וואס דער קינד זעהט במו עיניו די ליבשאפט פון טאטן ווי ער גיט זיך אוועק פאר אים בלב ונפש, קויפט אים וואס ער דארפט, און וועט איבערדרייען די וועלט בעת צרתו;

דער וואס גלייבט אין גאט ווייסט, די אלע גיטע זאכן, וואס דו רעכענסט אויס, וואס קימט פין די גשמיות'דיגע טאטע איז נאר צי פארדאנקען דער פין אויבען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:31 am
דורך וכדומה..
איך האב געליינט די משל, איך בין געווען זיכער אז די נמשל וועט זיין פונקט פארקערט, סאיז קלאר אז ידיעת השם מיט חקירה איז אסאך א גערעסערע מדריגה, קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם. סקען זיין סאיז געפארפול און מזאל עס נישט פרובירן, אבער איינער וואס האלט שוין דארט? איז זיכער אז ער האלט אסאך ווייטער ווי דער וואס זאגט אז ער האט אמונה פשוטה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:51 pm
דורך הקטן
-

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:01 pm
דורך הקטן
אויב איך זאל דיך פרעגן ווער איז דיין טאטע?
וועסטו מיר ענפערן מיט א פשטות "יענער, דארט זיצט ער"
די האסט נישט קיין שום ספק אין דעם, דו ווייסט דאס און דיין קישקעס
דאס הייסט אמונה פשיטה, און דאס איז זייער שטארק, מענטשן וועלן זיך אוועק געבען זייער לעבן פאר "זייער" טאטע.
אויב איך וועל דיר יעצט ווייזען מיט DNA אז דאס איז טאקע אמת, דער איד איז טאקע דיין טאטע, וועסטו זיך אינטער שמייכלען און מיר זאגן א שיינעם דאנק

דער בעש"ט האט געזאגט "איך בין א נער אין איך גלייב" איז דאס נישט ווייל ער האט נישט געהאט קיין באווייז דעראף.
אויב געדענק איך גוט גייט דער מאמר עפעס אזוי "נאך אלע מיינע מדרגות בין איך א נער און איך גלייב"

אויב ווילסטו פאר סיי וואספארא סיבה ברענגען ראיות אז דיין טאטע איז טאקע דיין טאטע - כל הכבוד
ווייס אבער אז דיין טאטע וואס איז דיין טאטע אין דיין קישקעס, איז פיל א שטערקערע קאנעקשען וואו א טאטע וואס איז א טאטע נאר ווייל די האסט אזוי מברר געווען.

ווען עס איז געקימען די צייט אויף מסירת נפש איז די וואס זייער קשר צו הקב"ה איז געווען מיט זייער קישקעס האבן זיך ענדערש געלאזט שעכטן, דו וואס זייער קאפ האט זיי קלאר געזאגט אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, זיי האבן נישט געהאט קיין ספק, אבער ס'איז געווען געבויט אויף קאלטע מאטעמאטישע חשבונת, זענען נישט געווען אזוי גרייט אויף ציגעבען זייער לעבען.

ידיעת השם מיט חקירה איז אסאך א גערעסערע מדריגה ווען דאס קימט בנוסף צו אמונה פשיטה

לאמיך דאס זאגן אזוי
אמונה פשיטה איז א מדרגה אין אמונה - נישט דו וועג וואו אזוי איינער קימט צו אמונה.
א איד ווערט א בעל תשובה, און די וועג וואו אזוי ער קימט צו אמונה איז דארך חקירה, נאך אסך הארוואניע און תשיבה אויף די חטאים וואס פארטינקלען דעם נשמה, ענדליך ענדליך דערגרייכט ער ריין אמונה פשיטה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:52 am
דורך געוואלדיג
געוואלדיג האט געשריבן:דא איז די לינק viewtopic.php?p=264586#p264586. קאצקע, עס איז מיר אינטרעסאנט צו הערן אז די געדאנק שטאמט פון הרה"ק מבעלזא, וואס איז די מקור?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:11 pm
דורך וכדומה..
[tag]הקטן[/tag], די צושטעל צו א טאטע איז קיין צושטעל נישט, דאס אז דו ווייסט ווער דיין טאטע איז, דאס איז ידיעה, נישט אמונה בכלל,

סוואלט געווען א גוטע צושטעל ווען דו ביסט מדמה ידיעת השם דורך חקירה, צו די וויסענשאפט פון ווער דיין טאטע איז.

איך דארף נישט מאריך זיין, ווייל דו ביסט גענוג אינטעלעגענט און איך גלייב דו האסט דאס ארויס, ידיעה מיינט נישט ווען מ'זעהט עפעס, די חילוק צווישן אמונה מיט ידיעה איז א דינע ליניע איינמאל מהאט גענוג א גרויסע הויפן פון ראיות אויף א געוויסע זאך, און דורכדעם איז מען אליין קאנווינסט אז סאיז אזוי, און מדארף מער נישט גלייבן,

דאס אז איינער איז מיין טאטע, קומט מיט א גאנצע זאק נאטירליכע ראיות און עדות וואס איז מער ווי גענוג מיך צו צוברענגען צו די מדריגה פון ידיעה, און איך ברויך בכלל נישט קיין אמונה דערצו. ודו"ק כי קצרתי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:26 pm
דורך הקטן
אמונה מיינט נישט blind faith - דאס איז א קריסטליכע קאנסעפט
אמונה איז טייטש TRUST

ויאמינו בהשם ובמשה עבדו
ויאמן העם


וכדומה.. האט געשריבן:דאס אז איינער איז מיין טאטע, קומט מיט א גאנצע זאק נאטירליכע ראיות און עדות וואס איז מער ווי גענוג מיך צו צוברענגען צו די מדריגה פון ידיעה


מיין פוינט איז, ווען דו ביסט געווען א 3 יעריג אינגעל האסטו נישט ווייניגער געוויסט אז דיין טאטע איז דיין טאטע וואו דו ווייסט היינט.
חאטש אלס קליין אינגעל האסטו נאך נישט געקענט נעמען און חשבון די גאנצע זאק נאטירליכע ראיות
און אויב דארפסטו זיך נעמען חשבענען די גאנצע זאק נאטירליכע ראיות ביסטו אויף צרות - שוין נישט קיין גרויסער חילוק וואס זענען די ריזאלאטס

ודו"ק כי קצרתי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:27 pm
דורך וכדומה..
א דריי יעריג קינד ווייסט נישט וואס א מאמע מיינט, אז ס'זאל שייך זיין גלייבן אדער וויסן.
ס"ה ווייסט עס אז דעי מענטש הייסט "מאמי",

און דאס ביסל וואס די קינד פארשטייט יא, ווייסט עס, און סהאט ווייטער גארנישט מיט גלייבן צוטוהן, א קינד קען מען אסאך שנעלער קאנווינסען א פאקט אז סאיז אזוי, און א קינד קומט אסאך שנעלער צו צו מסקנות וואס ער האלט אז אזוי איז די פאקט. ממילא ברויך א קינד נישט אלע ראיות.

און אפילו אן ערוואקסענע, דארף נישט מאכן חשבונות און אויסרעכענען ראיות, די אלע זאכן זענען subconsciously אין זיין מוח וואס מאכט אים וויסן אז דאס איז זיין טאטע.

אז איינער האט קיינמאל נישט געזען זיין טאטע און ווייסט נישט ווער זיין טאטע איז, איין שיינעם טאג קומט אים איינער זאגן "יענער איז דיין טאטע" וועט דאס נעמען זייער אסאך חקירה און עדות וכו' אז ער זאל טאקע גלייבן און וויסען אז דאס איז טאקע זיין טאטע. וויבאלד ער האט נישט די נאטורליכע ראיות אונטער זיין מוח.

די זעלבע איז מיט אמונה בה', גאט איז א זאך וואס דו האסט קיינמאל נישט געזען, געהערט, גערעדט, וכו' איז נישט מעגליך און די וועלט אז א מענטש זאל האבן און זיך דעי זעלבע ידיעה, ווי דאס וואס ער האט כלפי זיין טאטע, נאטורלעכערהייט, אן קיין ארבעט, נאר וואס דען? איז דא צוויי אפציעס אדער גלייבן, אדער ידיעה דורך חקירה, אבער צושטעלן דעי גלייבן צו דאס אז דו ווייסט ווער דיין טאטע איז?? דאס איז כרחוק מזרח ממערב! און צו דעם קען מען נאר צוקומען דורך חקירה.
ודברים פשוטים הם.

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:57 pm
דורך ירא שמים
הקטן דו רעדסט וועגן מציאת השם אדער וועגן הלך עמו בתמימות ? אויב וועגן מציאת השם דעמאלט וואס איז די משמעות פון די סארט אמונה וואס הייסט אמונה פשוטה לדבריך אז דאס איז א סארט גלייבן ? קענסט עס מגדיר זיין ? אין אנדערע ווערטער דער קינד וואס האט אויגעוויזען מיט ראיות ווער זיין טאטע , נאכן אויפווייזען איז דא עפעס אחילוק צווישען די צוויי קינדער ?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:02 pm
דורך הקטן
וכדומה.. האט געשריבן:דאס ביסל וואס די קינד פארשטייט יא, ווייסט עס, און סהאט ווייטער גארנישט מיט גלייבן צוטוהן, א קינד קען מען אסאך שנעלער קאנווינסען א פאקט אז סאיז אזוי, און א קינד קומט אסאך שנעלער צו צו מסקנות וואס ער האלט אז אזוי איז די פאקט. ממילא ברויך א קינד נישט אלע ראיות.
דאס איז מיין נקידה!
וויסען האט נישט קיין דירעקטע שייכת מיט קיין ראיות
"איך ווייס" איז א state of mind


און אפילו אן ערוואקסענע, דארף נישט מאכן חשבונות און אויסרעכענען ראיות, די אלע זאכן זענען subconsciously אין זיין מוח וואס מאכט אים וויסן אז דאס איז זיין טאטע.
נישט ווייל זיין מוח מאכט די חשבון subconsciously נאר ער פרעגט זיך קיינמאל נישט די שאלה דילמא לאו אביו הוא

אז איינער האט קיינמאל נישט געזען זיין טאטע און ווייסט נישט ווער זיין טאטע איז, איין שיינעם טאג קומט אים איינער זאגן "יענער איז דיין טאטע" וועט דאס נעמען זייער אסאך חקירה און עדות וכו' אז ער זאל טאקע גלייבן און וויסען אז דאס איז טאקע זיין טאטע. (וויבאלד ער האט נישט די נאטורליכע ראיות אונטער זיין מוח.)
וויבאלד ער ווייסט דאס נישט אונטער זיין מוח

די זעלבע איז מיט אמונה בה', גאט איז א זאך וואס אברהם אבינו האט קיינמאל נישט געזען, געהערט, גערעדט, וכו' איז נישט מעגליך און די וועלט אז ער זאל ציקימען צו ידיעה בשם נאר דארך חקירה

אבער ווידער יצחק וואס זיין טאטע האט געלערנט מיט אים פין קינד ווייז אן, און האט דאס געאטעמט ביי זיין טאטע מאמע אין שטיב - למען אשר יצוה את בניו - איז ווילאנג ער מאכט דאס נישט קאליע מיט פרעגן "אפשר נישט אזוי"? ווייסט ער פינקט אזוי, אדער בעסער וואו דער וואס איז ציגעקימען דארך חקירה.

יעצט, איז דאס א קליגע זאך צו פרעגן? קימט דאס פין חכמה? דאס איז שוין א שמוס אין אן אדער אשכול

ודברים פשוטים הם. אחר התבוננות קצת

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:26 am
דורך פרייוויליג
דער משל איז נישט סובסטענשעל. איינער וואס גלייבט אינעם בורא אן קיין שאלות, ווייל אזוי האט מען אים אויסגעלערנט, און מען רופט אים אן 'ער איז א נער און ער גלייבט'. דער איז טאקע א נער, און אויך א בהמה. ער האט קיינמאל נישט מכיר געווען אינעם בורא, ער האט נאר מכיר געווען אין דעם בורא פון זיין טאטע. ער האט קיינמאל נישט געפינען ג-ט ברוך הוא, ווייל ער שפירט נישט דעם בורא מחמת אהבתו והכרתו, נאר מחמת אמונה פון זיין טאטע.

אמונה פשוטה מיינט, גלייבן וואס מען זעט מיט די אייגענעם אויגן, (מען רופט עס אן זען, ווייל קיינער קען טאקע נישט זען. דער בורא באווייזט זיך דורך די בריאה) און זיך נישט לאזן פארפירען מיט טויזענט קשיות אולי ואולי. גלייב ווען דו זעסט א הערליכן בלויען הימל, און גרינע גראז, אז דאס האט געמאכט א מעכטיגע בורא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:58 am
דורך קאצקע ציקער
די משל איז זייער גיט איך האב נישט געזאגט אז מען זאל גלייבן אין בורא ווי א נער? נאר טאקע מכיר זיין אין גדלות הבורא אקוראט ווי א קינד גלייבט אין זיין טאטע.

א קינד גלייבט עפעס אין זיין טאטע ווי א בהמה? ווי א נער? ניין א קינד גלייבט אין זיין טאטע ווייל זיין שכל דוקטירט עים אזוי , ער זעהט אז פון ווען ער איז געקימען לכלל דעת שטייט די מענטש לעבן עים און העלפט עים און אלע זאכן פארשטייט ער פון דעם אז דער מענטש איז זיין טאטע!! און ער איז נישט "קיין נער און גלייבט" און ער פרעגט נישט אפשר איז ער נישט מיין טאטע......... גאט איט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:12 pm
דורך הקטן
אפשר איז ער טאקע נישט זיין טאטע?
אפשר איז ער עדאפטעט, מען האט שוין געהערט אזאנס
און ווען דער טאטע איז שלעכט צי אים טראכט ער יא?
ווען ער איז נאך קליין צי מאכן אזא חשבון ווייסט ער נישט?
ווען ער איז אנגעטריקען זיין שכל הישר איז נישט גראד, איז ער נישט זיכער?

האסט שוין געהערט פין א אינטאישען?
אויב זאל איך דיך איינרעדען מיט היפנאסעס אז משה איז דיין טאטע, גייסטו דאס נישט אננעמען, ווייל די האסט נישט קיין באווייז?

דער Frontal lobe וואס איז דא אין דער גוף איז נאר איינע פין די וועגען וואו אזוי א מענטש "ווייסט" וואס ער ווייסט.

ווען איינער דרייט זיך ארים מיט א ספק אין קאפ און ער פאשט דאס ארויס דארך שטארק צו מאכן די אויגן און זאגן "איך גלייב, און שוין! - איך האב אמונה פשוטה", דאס איז א נערישקייט, די אמת איז ער האט נאך אלץ דער ספק. (וואס זאל ער יא טון, איז אן אנדער אשכול)
מיר רעדן דא פין איינער וואס האט נישט קאליע געמאכט זיין ריינע נשמה און ער האט נישט קיין שום ספק.
זאגסטו ער איז א נער אז ער טראכט נישט? דו טראכסט אויך נישט אויף זאכן וואס זענען ביי דיר פשט

למשל דו האלסט אז אויב איינער טראכט נישט איבער וואס ער ווייסט סיי וואו, איז ער א נער. זאג, האסט שוין אמאל געטראכט אז אפשר פארקערט, אפשר איז ער גאר דער חכם?


פרייוויליג האט געשריבן:אמונה פשוטה מיינט, גלייבן וואס מען זעט מיט די אייגענעם אויגן, (מען רופט עס אן זען, ווייל קיינער קען טאקע נישט זען. דער בורא באווייזט זיך דורך די בריאה) און זיך נישט לאזן פארפירען מיט טויזענט קשיות אולי ואולי. גלייב ווען דו זעסט א הערליכן בלויען הימל, און גרינע גראז, אז דאס האט געמאכט א מעכטיגע בורא.


[tag]פרייוויליג[/tag] זאגסט פיין, אבער דער סיבה פארוואס צו באטראכטן דעם אייבירשטענס וועלט און זען מיט דער אייגענע אויגן איז כדי צי בויען אמונה חושית
נישט כדי מברר צו זיין יא צו ניין.

אויב איז דאס כדי מברר צו זיין, פארוואס נישט דארך טון קודם עוועלאציע
אמת ווען איינער איז נישט פארדרייט וועט זיין שכל לאכען פין עוועלאציע פינקט וואו ער וועט לאכן ווען די וועסט אים ווייזען א קעסיא זייגער און זאגן אז דאס האט זיך געמאכט במשך פין די יארען
וועסט אבער מודה זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום מוצה דאראך צו טון עוועלאציע (כמובא ברמב"ם אין די חתימה פין [tag]דעת תורה[/tag])

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:52 pm
דורך הקטן
ירא שמים האט געשריבן: אין אנדערע ווערטער דער קינד וואס האט אויגעוויזען מיט ראיות ווער זיין טאטע , נאכן אויפווייזען איז דא עפעס אחילוק צווישען די צוויי קינדער ?

דער חילק איז דער חילק וואס ס'איז וואס איז דא צווישען implicit knowing און Explicit Knowing.

חקירה איז Explicit Knowing
ווען ס'איז דא א פארמעסט צווישען implicit knowing (סוב-קאנשעס) און Explicit Knowing געווינט דער אימפליסט hands down.

ווען איינער לאזט איבער זיין נאטירליכע "ואני בער ולא אדע, בהמות הייתי עמך - ואני תמיד עמך" וואס ער האט געירשענט פין די אבות הקדושים איז דאס א self inflicting wound און א נערישקייט און בכלל נישט קיין חכמה.

[tag]מרדכי[/tag] האט דאס ביאטעפאל ארפגעלייט דא

איך רעד דא נישט ווען איינער האט ספיקות אין קאפ - אזא איינער איז מן הסתם כדי ער זאל דארך טון די נושא דארך חקירה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:12 am
דורך וכדומה..
[tag]הקטן[/tag], איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט.

ס'נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל וויסן עפעס אן דעם וואס ער זאל עס האבן אדער געזען מיט די אייגענע אויגן, אדער א געוויסע מאס ראיות און עדות וואס זאגט פאר זיין מוח, אקעי דאס ווייס איך אז סאיז אזוי, [וואס אגב איז עס פאר יעדע מענטש אנדערש, די זעלבע ראיות קען פאר איינעמס מוח זיין גענוג אים אריינצוברענגען אין די מדריגה פון ידיעה, און פאר א צווייטען איז דאס נאכנישט גענוג, און זיין מוח ווייסט עס נאך נישט אפילו מיט די זעלבע ראיות.]

די אלע קישקעס ווייסעריי פון וואס דו רעדסט, דאס אלעס קומט פון סובקאנשעס ראוית וואס די מענטש נעמט אריין אין זיך, און דאס בויעט אים אויס א ידיעה, אן דעם וואס ער זאל דארפן פארשען די זאך. קיינער ווערט נישט געבוירן וויסענדיג סיי וואס.. וויסן קען דער מוח נאר נאכדעם וואס מברענגט עס צו דערצו דורך ראיות. implicit ידיעה קומט מען אויך נאר צו דורך ראיות וואס די מוח ארבעט אויס סובקאנשענסלי, און אז איך וועל דיר פרעגן וויזוי דו ווייסט וועסטו נישט קענען ענטפערן קלאר מיט א תירוץ, אבער דיין מוח האט עס יא אויסגעבויט מיט ראיות און ידיעות וואס סהאט צוזאמגענומען און בעק אוו יאר מיינד.

יעצט מיט וואסערע רעכטן זאגסטו אז יעדער וואס וואקסט אויף באקומט זיין מוח גענוג אינפארמאציע אויסצוארבעטען א implicit knowledge אין אמונה בה' ?? און אפילו לאמיר זאגן דו שפירסט אז ביי דיר איז טאקע אזוי, איז קודם ווי פריער געשמועסט נישט פאר יעדענס מוח איז גענוג די זעלבע מאס ראיות אים אריינצוברענגען אין די מצב פון די ידיעה, און צווייטענס ווער זאגט אז יעדער באקומט די זעלבע אינפארמאציע וואס דו האסט באקומען אז דו ביסט צוגעקומען דערצו.

קיין שום נארמאלע בריאה לייקענט נישט ווער זיין טאטע איז, אבער גלייבן אינעם אויבערשטען איז נישט יעדער קאנווינסד, (און זאג מיר נישט יעצט אז סקומט פון תאוות...) נו פארשטייט זיך אז די סיבה דערפון איז אז די מוח באקומט נישט די זעלבע סארט שטארקע ראוית אז ס'דא א גאט, ווי די ראיות אויף א טאטע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:45 am
דורך הקטן
וכדומה.. האט געשריבן:ס'נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל וויסן עפעס אן דעם וואס ער זאל עס האבן אדער געזען מיט די אייגענע אויגן, אדער א געוויסע מאס ראיות און עדות וואס זאגט פאר זיין מוח, אקעי דאס ווייס איך אז סאיז אזוי

אויב האבן מיר נישט קיין פארשטענדעניש אויף די בעסיק פרעמעס מיינער איז זון-לאז צי גיין ווייטער
איז לאז מיך גיין אביסל שטייט און זאג מיר וואו דו פארלירסט מיך

איך וועל אביסל "אווער סימפלעפייען" און צי ברעגלען אויף שטיקלעך

א. וואס מיינט דאס וויסען אז א מענטש ווייסט אז זיין נאמען איז "משה" שטייט געשריבן ערגעץ אויף זיין hard drive "איך הייס מושה"

ב. וויסען איז פאסיוו - וויסען איז א מצב וואו אזוי דער מח איז גע'set אן דעם וואס ער זאל עפעס דארפן טון דערצו. ער קען זיך לייגן שלאפן אין נישט וויסען פארוואס ער ווייסט וואס ער ווייסט נאך אלץ וועט אין איינע פין די bytes אויף זיין hard drive זיין גע'set מיט משה - ס'איז פאר דעם מוח נישט קיין שים חילק וואו אזוי די משה byte איז געווארען גע'set

ג. וואו אזוי ווערט א וויסען byte גע'סעט? איינע פין די וועגן איז דארך logic ראיות אדער דארך זען מיט די אויגן.

ס'איז אבער נאך אמאל כדי מדגיש צו זיין אז די אלע מהלכים זענען נישט מער וואו א "וויעקעל" וואס סעט די byte פין וויסען.
משל למה הדבר דומה, א מענטש זאל ניצען א car וואס זאל אים פירן קיין מאנסי, איין מאל ער איז שוין אין מאנסי דארף ער מער נישט דער קאר.
(פארשטייט זיך ער קען געווענדליך ניצען דער קאר א וועג צי פארען פין מאנסי, אויך)

ד. איז לאגיק, זען מיט די אויגן, אדער ראיות די איינציגסטע וועג וואו אזוי א "וויסען-בייט" קען ווערן גע'סעט? ניין פיסכעלאגן האלטן היינט אז אסך א גרעסערע חלק פין אינזער וויסען קימט נישט דארך לאגיק אדער מאכן א חשבון אז איך זעה מיט מיין אויגן מיז דאך זיין אזוי (left brain)

ה. סך א גרעסערע חלק פין אינזער ידיעת נעמט זיך פין דער right brain וואס קען בכלל נישט קיין חשבון.
לאמער זאגן אז דו ווייסט אז דיין נאמען איז משה - זאל שוין אויך זיין אז דו האסט קאראנטע ראוית דעראויף - איז נאך אלץ מעגליך דיך צי מאכן וויסען, למשל דארך היפנאסעס, אז דיין נאמען איז יענקעל אין נישט משה.

ו. די מהלך פין וויסען-דארך-ראוית איז דאס מערסטע באקאנט פאר רוב מענטעשן, ווייל דאס איז זייער אוויווען אויף. פראפעשענל עדוועטייזערס, דעמעגאגען, היפנעטיסט, (פאלעטישענס) און פיסכעלאגן ווייסען אז דאס איז ווייט נישט דער מציאות - זיכער קען א חלק פין מוח מאכן חשבונת אינטערן טיש אויך אבער פיל א גרעסערע חלק האט נישט קיין שייכת מיט קיין חשבון און קען נישט קיין חשבון און רעכענט זיך נישט מיט קיין חשבון.

ז. וויסען bytes קענען זיין שטערקער גע'set אדער שוואכער גע'set וואו שטארק דאס איז גע'set האט נישט צו טון וואו שטארק די ראוית וואס דער מענטש האט געהאט בשעת ס'איז געווארן גע'set - ס'האט מער צו טון וואו שטארק emotionally aroused דער מענטש איז געווען בשעת מעשה - און מיט אסך אנדערע פאקטארען

ח. נאך מער, היות "ראוית" איז נישט "איינס" מיט "וויסען" איז דא פעלער וואו א מענטש וועט וויסען וואס ער ווייסט חאטש ער האט ראוית אויף פארקערט. (עיין ערך PTSD)
דו זעלבע איז מיט זען מיט די אויגן א מענטש קען זען מיט דו אויגן און וויסען אנדערש.

ט. יעצט אז מיר פארשטייען אז "וויסען" מיינט אז א געוויסע byte איז גע'set אויף א געוויסע וועג, קענען מיר שוין אויך הערן אז א מענטש ווערט געבוירן מיט געוויסע ידיעת - פיסכעלאגן ריפען דאס אן innate knowing (דו קענסט דאס אנריפען אהבה מסותרת) דאס מיינט אז דער מענטש ווערט געבוירן שוין מיט די bytes גע'set אויף א געוויסע וועג.

למשל א קליין קינד וועט זיך דערשרעקן ווען ער וועט הערן זייער א הויך קול אדער וועט האבן א פחד (פחד איז א "וויסען" אז דאס איז א סכנה) פין אן הויעך פלאץ חאטש ער איז קיינמאל נישט אראפגעפאלן. evolutionary psychology איז דאס מסביר אז די byte איז געווארן גע'set דאך דיין עלטער עלטער זיידע - דו ביסט פשוט א מאמין בן מאמין.

(בדרך אגב ס'דא ריסערטש אז א מענטש כאפט א פחד פין א שלאנג נאך פיל איידער זיין חלק מוח וואס קען חשבון ווערט געוואר אז ער האט בכלל געזען א שלאנג)



אויב ביסטו קלאר ביז אהער איז שייך צו גיין ווייטער - אויב ווליסטו מגיב זיין ביטע טו דאס אויף איין אות אויף א מאל, ווען נישט פארט מען פין איין זאך צום צווייטען אן קיין קלארקייט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:26 am
דורך וכדומה..
הקטן האט געשריבן:
ה. סך א גרעסערע חלק פין אינזער ידיעת נעמט זיך פין דער right brain וואס קען בכלל נישט קיין חשבון.
לאמער זאגן אז דו ווייסט אז דיין נאמען איז משה - זאל שוין אויך זיין אז דו האסט קאראנטע ראוית דעראויף - איז נאך אלץ מעגליך דיך צי מאכן וויסען, למשל דארך היפנאסעס, אז דיין נאמען איז יענקעל אין נישט משה.

היפנאסיס, און ווי אויך די אלע אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס אין אות ו' איז אלס אין די גדר פון איינרעדן דעם מוח א געוויסע זאך, וואס דאס קען אויך ברענגען ידיעה, אן ראיות און לאגיק. אבער דאס איז ווייטער א שליסל צו צוברענגען ידיעה. אבער אן גארנישט? מאן דכר שמיה. די איינציגסטער וואס איז בעלבוס אויף די מוח אריינצולייגן אין דעם ידיעה איז דער מענטש מיט זיין לאגיק וכו'.

ז. וויסען bytes קענען זיין שטערקער גע'set אדער שוואכער גע'set וואו שטארק דאס איז גע'set האט נישט צו טון וואו שטארק די ראוית וואס דער מענטש האט געהאט בשעת ס'איז געווארן גע'set - ס'האט מער צו טון וואו שטארק emotionally aroused דער מענטש איז געווען בשעת מעשה - און מיט אסך אנדערע פאקטארען

דאס איז אינטרעסאנט וואס דו זאגסט, אבער ס'מאכט סענס.

ט. יעצט אז מיר פארשטייען אז "וויסען" מיינט אז א געוויסע byte איז גע'set אויף א געוויסע וועג, קענען מיר שוין אויך הערן אז א מענטש ווערט געבוירן מיט געוויסע ידיעת - פיסכעלאגן ריפען דאס אן innate knowing (דו קענסט דאס אנריפען אהבה מסותרת) דאס מיינט אז דער מענטש ווערט געבוירן שוין מיט די bytes גע'set אויף א געוויסע וועג.

אט דא איז די שפרינג וואס דו מאכסט, ידיעה מיז נישט זיין דירעקט אנגעהאנגען אין די ראיות אדער לאגיק וואס האבן צוגעברענגט דערצו, מסכים, דאס איז פשוט. אבער א ידיעה זאל באשאפן ווערן פון זיך אליין?! קודם כל מהיכי תיתי, פון וואו נעמט מען צו זאגן אזוי, און נאכדעם, דאס מאכט פשוט נישט קיין סענס מיט די וועג וויזוי אונזער מוח ארבעט, פארוואס וועקסטו דיך נישט אויף יעדע צופרי מיט נייע ידיעות וואס באזעצן זיך אין דיין מוח. פון זיך אליין.

למשל א קליין קינד וועט זיך דערשרעקן ווען ער וועט הערן זייער א הויך קול אדער וועט האבן א פחד (פחד איז א "וויסען" אז דאס איז א סכנה) פין אן הויעך פלאץ חאטש ער איז קיינמאל נישט אראפגעפאלן. evolutionary psychology איז דאס מסביר אז די byte איז געווארן גע'set דאך דיין עלטער עלטער זיידע - דו ביסט פשוט א מאמין בן מאמין.

פחד פון א הויעך קול האט גארנישט צו טוהן מיט קיין ידיעה, מדארף בכלל נישט קיין ידיעה דערצו זיך צו דערשרעקן. און א הויעך פלאץ? עסט מיר מוחל זיין אבער א קליין בעיבי האט נישט מורא פון הייעך! פרעג יעדע טאטע פון א קינד וועט דיר וויסן צו זאגן אז דאס לערנט מען זיך שפעטער אלס קינד און מען ווערט נישט געבוירן דערמיט.





נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:53 pm
דורך הקטן
.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:59 pm
דורך הקטן
וכדומה.. האט געשריבן:היפנאסיס, און ווי אויך די אלע אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס אין אות ו' איז אלס אין די גדר פון איינרעדן דעם מוח א געוויסע זאך, וואס דאס קען אויך ברענגען ידיעה, אן ראיות און לאגיק.

פיין, האלט מיר שוין ערגעץ! נישט נאר ראיות און לאגיק. קען ברענגען א מענטש צו "וויסען"
כדי צו וויסען אז היפנאסיס ארבעט בכלל נישט דארך "איינרעדן" דערם מוח אין זיכער נישט דארך סברה אדער לאגיק, כדי היפנאסיס זאל ארבעטן פעלט אויס צו בייפעסען אדער לייגן שלאפן די חלק מוח וואס געט זיך אפ מיט סברה און לאגיק (Critical Factor)

אבער דאס איז ווייטער א שליסל צו צוברענגען ידיעה. אבער אן גארנישט? מאן דכר שמיה. די איינציגסטער וואס איז בעלבוס אויף די מוח אריינצולייגן אין דעם ידיעה איז דער מענטש מיט זיין לאגיק וכו'.
ווער איז בעלבוס אויף די מוח אריינצולייגן אין דעם ידיעה איז א שמוס פאר זיך - אבער פאר וואס ביסטו ציריקגעפאלן צו "דער מענטש מיט זיין לאגיק", האסט שוין געהאלטן ווייטער


האסט שוין אמאל געהערט פין
intuition
direct perception of truth, fact, etc., independent of any reasoning process; immediate apprehension.

Intuition, a phenomenon of the mind, describes the ability to acquire knowledge without inference or the use of reason


איז דער מענטש בעלבוס אויף זיין intuition?
א מענשט קען קאנשעסלי מחליט זיין צו איגנארן דעם סטרים פין "וויסען".
ווען עס כאפט זיך ביי איינעם אריין דעם "בת קול יוצאת מהר חורב" קען ער דאס דערשטיקען מיט א גלעזעל שנאפס

וכדומה.. האט געשריבן:אט דא איז די שפרינג וואס דו מאכסט, ידיעה מיז נישט זיין דירעקט אנגעהאנגען אין די ראיות אדער לאגיק וואס האבן צוגעברענגט דערצו, מסכים, דאס איז פשוט. אבער א ידיעה זאל באשאפן ווערן פון זיך אליין?! קודם כל מהיכי תיתי, פון וואו נעמט מען צו זאגן אזוי, און נאכדעם, דאס מאכט פשוט נישט קיין סענס מיט די וועג וויזוי אונזער מוח ארבעט

אדער וועט מען מיזען איינזעצען אז דו ווייסט פשוט נישט די וועג וויזוי אינזער מוח ארבעט. דאפסט דיך נישט שלעכט שפירן דיינע חבירים ווייסען אויך נישט
איך וועל דיר געבן אביסל חומר למחשבה (אויב ביסטו אפען דערצו, און קענסט א גיטער ענגליש)

Innatism

Innatism is a philosophical and epistemological doctrine that holds that the mind is born with ideas/knowledge, and that therefore the mind is not a "blank slate" at birth, as early empiricists such as John Locke claimed. It asserts that not all knowledge is gained from experience and the senses.

דער קאנסעפט איז דא סיי און פילעזאפיע און אויך אין פיסכעלאגיע (עוועלאשענערע אין אויך אין אנדערע חלקים)

נאדאר א לינק וואס איך האב יעצט געטראפען - פיסכעלאגיע
new-evidence-for-innate-knowledge
infants-understand-more-than-thought
פילעזאפיע

וכדומה.. האט געשריבן:פחד פון א הויעך קול האט גארנישט צו טוהן מיט קיין ידיעה, מדארף בכלל נישט קיין ידיעה דערצו זיך צו דערשרעקן.

איך האב פארשטאנען אז דאס גייט קימען, דערפאר האב איך געשריבן "(פחד איז א "וויסען" אז דאס איז א סכנה)" ואכ״מ להאריך בזה.

וכדומה.. האט געשריבן: און א הויעך פלאץ? עסט מיר מוחל זיין אבער א קליין בעיבי האט נישט מורא פון הייעך! פרעג יעדע טאטע פון א קינד וועט דיר וויסן צו זאגן אז דאס לערנט מען זיך שפעטער אלס קינד און מען ווערט נישט געבוירן דערמיט.

נישט איך זאג דאס - ס'שטייט אזוי אין א יעדער סעקאלעדשי בוך
google - gibson walk
דא האסטו א וויקיפידיע לינק פין דעם ארגענעלם סטאדי

דא האסטו וועגן די פחד פין שלענג וואס א מענטש ווערט געבוירן מיט
www.enca.com/technology/research-proves-fear-snakes-innate

Researchers from the United States, Japan and Brazil say they have found the first brain-based evidence backing a theory that we are destined from birth to be scared of snakes.

(מיך דערמאנט דאס געוויסע פסוקים אין בראשית)

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:37 am
דורך וכדומה..
אקעי, נאך דיין אלע רעדן און לינקען, די איינציגסטע זאכליכע זאך וואס דו האסט ארויפגעברענגט צו דיין הנחות איז Innatism, וואס איך האב שוין נאכגעקוקט ווען דו האסט עס דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה, די גאנצע טעאריע איז ס"ה אלט 500 יאר און איז שטארק קאנטרעווערשעל אסאך דינגען זיך אויף דעם יסוד.

פון די וויקיפידיע בלאט
Other philosophers, most notably the empiricists, were critical of the theory and denied the existence of any innate ideas, saying all human knowledge was founded on experience


intuition איז נישט עפעס וואס קומט פון זיך אליין, סאיז א געפיל וואס שאפט זיך לפי המצב, אדער בעסער געזאגט סאיז א תוצאה פון זאכען וואס דו זעסט און טראכסט וואס שאפט דיך א געוויסע intuition אנדעם וואס דיע זאכן וואס דו האסט געזען זאלען דאס קלאר ארויסזאגן.

בעיביס האבן נישט קיין פחד פון הייעך ווען זיי ווערן געבוירן. נישטער מער אין דעם ענין וועסטו זעהן אז סאיז א קלארע זאך. און אפילו אין די לינק וואס דו האסט צוגעברענגט דערויף שטייט דאס

However, results do not indicate that avoidance of cliffs and fear of heights is innate.


יעצט אפילו לאמיר זאגן אז אינעטיזם איז יש דברים בגו, אז דער מענטשליכע מוח קומט מיט א געוויסע PRESET וואס ס'פארשטייט שוין געוויסע זאכן דורכדעם. איז עס נאכאלס א ווייטע וועג אז נאכדעם וואס דער מענטש איז געבוירן און גייט שוין אן געהעריג זאל נאכאלץ צוקומען ידיעות פון זיך אליין,