בלאט 2 פון 4

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:02 am
דורך [NAMELESS]
היינט צוטאגס גלייבט זי שוין יא.
נישט זי איז דער וואס האט לעצטנס תשובה געטון נאכן האבן א מאסיווע עקסידענט און [tag]כוכב[/tag] האט ארויפגעלייגט איר בריוו דא, ערגעץ אויף קאווע שטיבל?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:20 am
דורך יהושע חיים
הלוואי האט זי תשובה געטוהן. אבער איר מיינט מן הסתם הרבנית בריינדל טערטל תליט"א

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:33 am
דורך קאך_לעפל
דער סיסטעם..יעדער באשולדיגט דער סיסטעם..דער סיסטעם איז נישט גוט.. דער סיסטעם ברענגט אלע ערליי פראבלעמען..דער סיסטעם פארמיסט מיר דאס אידישקייט.. דער סיסטעם...דער סיסטעם..
אבער פארוואליע וואס איז דאס דער סיסטעם?

דער סיסטעם איז חתונה צו האבן מיט א שידוך וואס די עלטערן קלויבען אויס, וואס אונטער געווענדליכע אומשטענדען זענען זיי מער באזעצען און ווייסען בעסער וואס איז גוט פאר זייערס א קינד, וואס וויל בלויז חתונה האבן ווייל זיינע חברים האבן חתונה..און ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכן וואס עס איז באמת גוט פאר אים..

דערנאך גייט ער אין כולל פאר עטליכע יאר ווי ער איז זיך משלים בתורה, און דער ב''ב ברענגט די פרנסה אין שטוב...
נאך עטליכע יאר זיצען אין כולל, און ווען די קינדערליך פארמערן זיך הייבט ער אן צו זיכען ארבייט, אבער היות ער האט זיך קיינמאל נישט משלים געווען אין למודי חול, און ער האט זיך נישט דערלערענט קיין שום פאך, מיז ער אנעמען סיי וואס פארא סארט ארבייט עס קומט אים אונטער, און אזוי שטופט ער א פאר יאר, די פרנסה איז זייער שווער, מען לעבט קוים פון טשעקל צו טשעקל, און מען נעמט יעדע סאציאלע פראגראם פון די שטאט, ביז דער אינגערמאן דערלערענט זיך אויס די ביזנעס וועלט, און ער טרעפט זיך א פאך אין וואס ער פארשטייט און ער האט שוין א ביסל עקספירענס, און דאן הייבט ער שוין צוביסליך אן מאכן מער פרנסה, אזוי ארום צו די בר מצוה פון זיין ערשטע זון איז ער שוין אלענפאלס מסודר...

דער יונגערמאנשיק קומט אין שוהל אריין ערליך יעדען טאג, און פארמאגט א פילטער אויף זיין סמארט פאן, ער האט א שיעור יעדען טאג, און פירט זיך ווי אן ערליכע איד, זיינע קינדער גייען אין דעם זעלבן סיסטעם ווי ער איז אויפגעוואקסען.

און וואס זענען די רעזילטאטען פינעם סיסטעם?

ער זעהט נחת פון קינדער און האט א רעגלמעסיג רואיג לעבן...

די אנטי סיסטעם באוועגונג וואס ריפט זיך ק''ק OTD, שרייט מיט קולות אז דער סיסטעם טויג נישט...

מען דארף געבן פאר קינדער א סוקעלער עדזשוקעישען, מען דארף מיט די קינדער לערענען סיינעס, אוולוציע, סאציאלע בילדונג אד''ג, אזוי אז זיי זאלן זיך קענען בעסער אריין דרייען אינעם גויאישען לעבען, זיי שרייען אז מען דארף פאלן אין ליבע חתונה צו האבן, דער טאטע און מאמע האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין די ליבע לעבען פון זייער אייגענע קינדער, זיי שרייען אז מען מוז שוין לערנען מיט די קינדער איבער טאטע-זאכען פון די דריי יאר, זיי שרייען אז די רבנים זענען קאראפטירט, זיי שרייען אז רבנים האבן נישט וואס אריין צו רעדען אינעם פריוואטען לעבן פון א יחיד..

און וואס זענען די רעזילטאטען?

היימלאז, הונגער, זעלבסטפיינטשאפט, פארביסענקייט, פארדארבענע מידות, נעמן זיך דאס לעבן, און נאך און נאך...

משה רבינו דער ערשטער רב ביי כללישראל האט שוין געשריגען: ראה הננו נותן לפניכם את החיים ואת המות..........

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:35 am
דורך [NAMELESS]
יהושע חיים האט געשריבן:הלוואי האט זי תשובה געטוהן אבער איר מיינט מן הסתם הרבנית בריינדל טערטל תליט"א

איך ווייס נישט צו זי איז א רבנית ;) , אבער איר טאקע האב איך געמיינט, טעיתי.
(איך בין נישט אזוי אין די ליין ב"ה, זיי צו קענען פונקטליך ביי די נעמען :lol: )

Re: פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:46 am
דורך ירא שמים
קאך לעפל כ׳זאג נישט אז בוסט אומגערעכט אבער משה רבנו נאט נישט גערעדט פונ׳ם סיסטעם ער האט גערעדט פון די תורה.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:52 am
דורך moshav zekeinim
קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:00 am
דורך קאך_לעפל
moshav zekeinim האט געשריבן:קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

צו אן ענגליש מאן רעדט מען ענגליש... און צו א שפאנישער רעדט מען שפאניש...

דער בריטישער קעניגן עליזיבעט איז א מאל געגאנגען באזוכען א משוגעים הויז, ביי ענדע פון איר באזוך האט זי זיך אויסגעדרוקט פאר די קוקו געמיינדע, אמת טאקע אז איר זענט די נארמאלע, אבער מיר זענען פארט די רוב..

דער מציאות איז: אז די סיסטעם אידן זענען ביזדערווייל די רוב, און די OTD געמיינדע זענען די מיעוט, און זייער געמיינדע שרימפט אויף כח ב''ה, אירע מיטגלידער שפרינגען פון די דעכער איינס ביי איינס...

איך מיין אז דער רעכטער דרך איז די סיסטעם אידן, מיר זענען פארט דער רוב, און מיר שפרינגען נישט פון די דעכער....

Re: פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:09 am
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

איר קענט עני סיסטעם אין די וועלט וואס 'ווייסט' וויאזוי צו האנדלן מיט די וואס גייען נישט אין שפאן?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:11 am
דורך ליפא
גייט א מענטש אדורך א שיינעם עפל בוים וואס געט ארויס טויזענטער שיינע עפעלעך יעדע יאר. דער מענטש נישט א גרויסע חכם באמערקט צוויי פארשימעלטע עפל צווישן די טויזענטער שיינע, ער פרעגט און שעלט ''דו שלעכטע בוים דו, האסט נישט געקענט האבן עפעס א מער צוגענגליכער וועג פון ארויסגעגעבן פירות ?? קוק די צוויי פארפוילטע עפל וואס הענגן דא (און גיין באלד אראפאלן/טאנצן) זיי צוויי קומען נישט פון ערגעץ נישט, בוים זיי קומען פון דיר. טויש דיך בוים דיין מהלך טויג נישט''...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:14 am
דורך יהושע חיים
זיי זאגן ווען זיי וואלטן געהאט א סעקאלאר עדזיקעשאן וואלט אלעס גוט געווען אבער היות זיי זענען דורך דער סיסטעם זעהן זיי אויס אזוי
סיסטעם איז בגמ' ביכ"ל איי עס שטימט נישט? פון א קשיא שטארבט מען נישט און עס איז נישט די ערשטער קשיא וואס איז זיי געבליבן שווער

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:20 am
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

מושב איך אגרי אז די ביזט אום מ׳חינוך אבער ווארף נישט ארויף א ליילעך אויף די סיסטעם, ס׳איז דא אסאך וואס זענען יא מ׳חינוך.

והשנית מיין שמועס האב איך נישט אנגעהויבן צו דער סיסטעם איז גוט צו נישט ווייל אויף דעם האב מיר שוין גענוג אשכולות אין שטיבל, אינקלאדינג אפאר פון דיר (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט), מיין שמועס באציט זיך צו יענער סיסטעם איז גוט, און פארוואס איך גיי נישט געהערן דארט. ווי אויך ברענגט עס ארויס א נקודה אז ליידער באגייט דארט דער עולם זעלבסטמארד און קיינער איז נישט דארט פאר הילף בעת צר, דו האסט גארנישט צוגעלייגט אדער אראפגענומען פון מיינע ווערטער, במילא ביטע פארדריי נישט דער אשכול און לאז געמאכט. ווילסט אריינרעדן אין די נושא וואס מ׳רעדט מה טוב ומה נעים, .

Re: פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:40 am
דורך ירא שמים
פריעד באטשי האט געשריבן:נישט זי איז דער וואס האט לעצטנס תשובה געטון נאכן האבן א מאסיווע עקסידענט און [tag]כוכב[/tag] האט ארויפגעלייגט איר בריוו דא, ערגעץ אויף קאווע שטיבל?

וואו אויף קאווע שטיבל איז די בריוו?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ירא שמים[/tag], דא האסטו עס.
עס איז אין די ״עס האט מיר געברענגט טרערן״ אשכול, אויף די 12׳טע זייט, כוכב האט עס ארויפגעלייגט דארט.
כוכב האט געשריבן:מיט טרערן אין די אויגן האב איך געליינט א מעסעזש וואס איך האב ממש יעצט ערהאלטן, געשריבן מיט בלוט און טרערן פון א אידיש קינד ווי פאלגנד:

The past 2 weeks crazy things happened to me. Very out of the ordinary. It started one day, I felt so down and empty and nothing satisfied me, so I decided to pray to God. Cuz I always believed in a greater power but I thought if there's a God then what does he want. I wanna do what's right. So I talked to God and said, "God if ur here, pls show me somehow, I just wanna do what's right but I dunno what to do" I felt like I'm talking to air but I decided to try my luck It doesn't hurt to try, a few weeks later I got messages from God. Very scary. And now God is guiding me step by step. U don have to believe me but as u have seen my posts all the time, I write whtvr I feel. I'm honest and blunt and doin whtvr I want and not caring if people like it or not. Just not afraid of anyone. I'm only afraid of God ! I wanna do teshuva or I'm never gonna be at peace. I'm not ready to say all details... But it's real. And now while I'm writing , my soul is not at peace, I'm in terrible pain. I can't enjoy this world or other world , it's torture. I feel like teshuva is the only option or I'll never be at peace. I have no clue what's going on but something is cooking cuz few of my friends r also getting messages. I'm surprised. friends who were not religious changed from one second to the next. So no, I'm not hillicinating. Things became very clear to me suddenly. And it's not leaving my mind. I know what I have to do n it's hard to live in this world when I know the truth n wanna be where I belong but I feel very afraid. I'm not ready. So I started doing teshuva. I don't know exactly what I have to do but I'm being guided. I feel lucky that I'm givin the chance to do teshuva. I feel loved by God. Cuz he answers me even though I sinned so much. So I wanna tell u all that there's a God and try praying to him if u want and u might be surprised. No monkey business here. The gules is coming to an end . Now is the time to start doing teshuva, and If u believe fully u will be happy!! If u think all this gashmiyes is good, imagine u know of much better. Ull be happy forever. Whoever wants to do teshuva, lets get to it. I hope that ill be able to do fully teshuva. I know the truth and I'll do whtvr it takes!! If u wanna know if this post is serious, see I'm stopping to post pics and vids of myself. Ull all see one day! Again, my soul is not at peace now. It's a terrible feeling that u don wanna feel. Pls believe me and do what God wants . Don wait to be in my situation!!!

מיר זענען אלע געווען עדות צו דעם ביטערן פיין פון א אידיש קינד וואס דארף נעבעך מיטמאכן אזעלכע רוחניותדיגע און גשמיותדיגע יסורים. יעדעס מאל די נאמען איז פריש ערשינען אויף דער ארענע האט עס מיך פשוט געברענגט הארץ וויי אויף דעם חללי בת עמי וואס באדט זיך נעבעך אין פיין און זינד, און דער שרעקליכער חילול שם שמים.
לך בכחך זה, דער אויבערשטער איז א נותן יד לפושעים, זיין טירן זענען אלעמאל אפן פאר תשובה. און זאלן מיר אלע נעמען א פערזענליכע לעקציע אז ווי ווייט מ'איז פארקראכן קען מען אלעמאל מאכן א ריקצוג. לך בכחך זה, איר זענט אונז אלע מחייב צו ווערן איין טריט נענטער צום באשעפער און איין טריט בעסער ווי א טאג בעפאר.
מי יתן עס זאלן זיך יאווען גוטע אידן וואס זאלן שטיין לצדה און איר ארויסהעלפן אויפ'ן וועג צוריק לחיק אבי' שבשמים.
היכי דמי קידוש ה'!

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:57 pm
דורך moshav zekeinim
עזריאל האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

מושב איך אגרי אז די ביזט אום מ׳חינוך אבער ווארף נישט ארויף א ליילעך אויף די סיסטעם, ס׳איז דא אסאך וואס זענען יא מ׳חינוך.

והשנית מיין שמועס האב איך נישט אנגעהויבן צו דער סיסטעם איז גוט צו נישט ווייל אויף דעם האב מיר שוין גענוג אשכולות אין שטיבל, אינקלאדינג אפאר פון דיר (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט), מיין שמועס באציט זיך צו יענער סיסטעם איז גוט, און פארוואס איך גיי נישט געהערן דארט. ווי אויך ברענגט עס ארויס א נקודה אז ליידער באגייט דארט דער עולם זעלבסטמארד און קיינער איז נישט דארט פאר הילף בעת צר, דו האסט גארנישט צוגעלייגט אדער אראפגענומען פון מיינע ווערטער און דו שטינקסט דא אן מיט דיין פארשטיקענע פיש דער גאנצער אשכול. במילא ביטע פארדריי נישט דער אשכול און לאז געמאכט. ווילסט אריינרעדן אין די נושא וואס מ׳רעדט מה טוב ומה נעים, אז נישט ביטע גיי צו דיינע טעקסי שמועסן און צו אלע דיינע אנדערע אום געלונגענע אום קלוגע אשכולות וואס חזר׳ט אן אונזער שטיבל און פארטרייבט די ליינער מיט די שרייבער.

דו האסט א שפראך צו באוואונדערן.

איך בין נאר נייגעריג צו דאס וואס דו האלסט איבער מיינע אשכולות (וואס דו האסט אפילו נישט געליינט לויט ווי דו שרייבסט) איז דער דעת הקהל אדער דיין פערזענליכיר מיינונג. פון די לייקס וואס איך באקום דא און דארט ווייזט אויס אז נישט ממש יעדער האלט אזוי ווי דיר.

יעצט צום ענין. וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז אז די אחריות דארף בכלל נישט פאלן אויף די או טי די געמיינדע, עס דארף פאלן: אויף די וואס האבן זיי אויפגעבראכט מיט אזעלעכע באדינגונגען אז זיי וועלן מוזן עווענטועל ארויס גיין. אויף די וואס האבן איינגעשטעלט א ענגע סיסטעם בכלל אז א טריט ארויס איז אינגאנצן ארויס. אויף די וואס האבן איינגעשטעלט א סיסטעם אס ארויס מיינט לדראון עולם.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
קאך_לעפל האט געשריבן:נאך עטליכע יאר זיצען אין כולל, און ווען די קינדערליך פארמערן זיך הייבט ער אן צו זיכען ארבייט, אבער היות ער האט זיך קיינמאל נישט משלים געווען אין למודי חול, און ער האט זיך נישט דערלערענט קיין שום פאך, מיז ער אנעמען סיי וואס פארא סארט ארבייט עס קומט אים אונטער, און אזוי שטופט ער א פאר יאר, די פרנסה איז זייער שווער, מען לעבט קוים פון טשעקל צו טשעקל, און מען נעמט יעדע סאציאלע פראגראם פון די שטאט, ביז דער אינגערמאן דערלערענט זיך אויס די ביזנעס וועלט, און ער טרעפט זיך א פאך אין וואס ער פארשטייט און ער האט שוין א ביסל עקספירענס, און דאן הייבט ער שוין צוביסליך אן מאכן מער פרנסה, אזוי ארום צו די בר מצוה פון זיין ערשטע זון איז ער שוין אלענפאלס מסודר...

הא הא... קאך לעפל דו בראכסט מיר אויף.. הן אמת אז איך גיב נישט גערעכט פאר די אלע OTD חברה - נישט אז איך באשולדיג איינעם, אל תדין את חברך גייט אן אויף אלע אופנים, ומי יודע אויב איך און דו אונטער זייערע אומשטענדן וואלט בעסער געווען, אבער נישט דאס איז מיין נקודה. מיך באדערט ווען איינער מאלט אראפ אונזער סיסטעם מיט אזא שיינע קרעיאן וואס דו האסט אראפגעקאלערט, ממש ביז די בר מצוה איז שוין יעדער איינער מער-ווייניגער מסודר און מען זעהט נחת... זאג נאר, ביסט אויפן קאפ געפאלן? דו ווייסט וואס אידן גייען אדורך בבני חיי ומזוני? דערמאנסט מיך פון דער ניק בדחן ז"ל... ער האט נאר געזעהן אז דער עולם קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א שמייכל און מען כאפט א שמועס... שיינע מאסקעס... וואס טוט זיך אונטער די שמייכלדיגע פנימ'ער?? ווייסטו וויפיל צרות יגון ואנחה מען גייט אדורך און עס איז נישטא צו וועמען צו רעדן? פון עניני אמונה, שלום בית, חינוך הבנים, זיווגים, פרנסה, בעניני רפואה א.א.וו.. האסטו טאקע געוואלט דער עולם זאל קומען אין ביהמ"ד און וויינען ברבים?

דער פאקט איז אז רוב פון די OTD חברה קומען פון אונזער "הערליכע סיסטעם"... אויב איז עס אזוי שיין, דאן פארוואס ציעט מען אפ? און וויפיל ווילן ליידער מיטגיין נאר זענען פשוט געבינדן אין קייטן צוליב זייער משפחה אדער קינדער? וועמען ווילסטו איינרעדן, דו זעהסט נישט וואס טוצעך דא? וואס האט מען פון זיין א בת היענה און בלעימען די סמארטפאונ'ס? אונזער סיסטעם האט טאקע אסאך מעלות, אבער זייער אסאך חסרונות וואס איז קלאר דער גורם צו די אוועקגעפאלענע. מיטן אוועקמאכן און אפלאכן וועסטו נישט געהאלפן ווערן. איך האב שוין מאריך געווען בכמה וכמה אשכולות ודי בזה.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:49 pm
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:

איך זאג נישט אז דער מצב איז גוט, די האסט מיך שלעכט פארשטאנען... איך זאג אז דער סיסטעם ווי נישט גוט עס זאל נאר נישט זיין ,פירט דאס אבער נישט צו קיין זעלבסטמארד, אד''ג,
OTD ווי גוט עס נאר זיין פירט דאס צו זעלבסט מארד רח''ל.

2 דער סיסטעם ווי נישט גוט עס איז נאר נישט, האלט זיך דער אלגעמינער ציבור צו דער סיסטעם, דער עולם איז אין דער סיסטעם מיט די רמ''ח אבירים ושס''ה גידין..
OTD ווי גוט עס איז נאר, שטייט דער אלגעמיינער בר נש, טויזענטער מייל אוועק דערפון, כמטחווי קשת, זיי זענען ניטאמאל 1 פראצענט פינעם אלגעמיינער ציבור, און זיי באשטייען מערסטייל פון אזעליכיגע וואס האבן זיך נישט געפינען דאס ארט אין דער אלגעמיינער פופולאציע פון ווען זיי זענען נאך געווען אין די ווינדלען... זיי זענען געבוירן געווארן מיט א אומצופרידענע מינע אויפן פנימ'ל זייערע.... ודו''ק ותשכח...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:17 pm
דורך moshav zekeinim
הער אויף אפצוטיילן דעם סיסטעם פון די או טי די.

או טי די איז א דירעקטער פרי פון דעם סיסטעם, נאך די רדיפות און ענגמאכעריי פונעם סיסטעם זענען זיי אפגעפארן און פון יאוש אנגעקומען דארט וואו זיי זענען אנגעקומען.

משל למה הדבר דומה:

א ישיבה וואס נעמט אויף הונדערט בחורים, אבער דער דארמעטארי פארנעמט נאר פערציג.

זיבעציג בחורים גיבן זיך אן עצה און שטיפן זיך צוזאם, א צען צוואנציג וואלגערן זיך אין ישיבה ווי הונט און שלאפן אויף בענק און סליפינג בעגס, און די איבריגע צען האלטן נישט אויס און גייען ארויס אויף די גאס זיכן ערגעץ וואו צו שלאפן.

דער ישיבה ווארפט זיי ארויס, טייל טרעפן ווי נישט ווי עפעס א לייטיש מקום, אבער די איבריגע וואלגערן זיך בשערי האשפות פון וואס טייל קומען אן זייער שלעכט.

און וועמענס פירות איז עס?

די בחורים'ס וועלעכע זענען באין ברירה ארויס נישט געפונענדיג א מקום להניח את ראשם?

אדער

די ישיבה'ס, וועלעכע האט נישט צוגעשטעלט קיין בעטן גענוג, ואם לא די בזה, האבן זיי נישט געוויסט וויאזוי צו באהאנדלען די אומללים וועלעכע האבן נישט געהאט קיין געלעגער צוליב די ישיבה?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:36 pm
דורך קאך_לעפל
ניין.... דאס איז אקוראט וואס איך טוה, איך טייל יא אפ די OTD דיזיס פינעם סיסטעם....

דער סיסטעם האט לעכער? יא!

אבער דאס ברענגט נישט דעם ODT דיזיס...

אמת אז די OTD ליידענדע באשעפענעשען זאגן אז דער סיסטעם איז שולדיג אין זייער דירכגעפאלאנער לעבען... אבער למען האמת איז עס שקר ווי די ע''ז...

זיי זענען שקצים ווייל זיי האבן א גראבער ייצר הרע... און האלטען נישט דערביי אים צו באקעמפן... און אנשטאט צו אנערקענען זייער פינסטערע דירכפאל זענען זי פארנומען צו באשולדיגען דעם סיסטעם.... יעדער איז שולדיג נאר נישט זיי.. פארדריי א צווייטען דעם קאפ... אויב עס איז אמת אז דער סיסטעם פאראורזאכט OTD וואלט ווען געדארפט זיין פול מער ווי עס איז ווירקליך דא...ווי אויך וואלט זייער געמיינדע נישט באשטאנען נאר פון ז''ל......

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:53 pm
דורך moshav zekeinim
נו אדרבא, אז דו טענה'סט אז די או טי די זענען פשוט'ע פרא אדם'ס ממזג טבעם מיום הוולדם כי יצר לב האדם רע מנעיריו, און נישט ווייל דער סיסטעם איז אזוי שטארק פראבלעמאטיש אז עס פארטרייבט אפילו גוטע כאראקטערן, ברענג מיר א ראיה לדברך כאטש?!

דיין ראיה אז ווען דער סיסטעם וואלט באמת געווען אזוי שלעכט וואלט א גרעסערע פראצענט ארויס, איז נישט קיין ראיה, ווייל, אזוי ווי שמעקעדיג האט געזאגט, אז נאך אסך וואלטן ארויס (לפחות צו אן אנדער געמיינדע ווי ישיביש אדער מאדערן) נאר זיי זענען געבינדן מיט קייטן טאקע דערפאר פארוואס די או טי די חברה געפונען זיך נישט די פלאץ אין א נייער וועלט מחוץ לארצם ומולדתם. און די וואס האבן קינדער מיט א ווייב איז דאך אפגערעדט ווי שווער עס איז.

ברענג עפעס א בעסערע ראיה לדברך.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען נאר רעדן פון די וועלעכע איך קען פערזענליך.

רוב אטד וואס איך קען האבן נישט איבערגעלאזט צוליבן סיסטעם, די פאר וואס יא איז עס נישט וועגן די חלק הפרנסה אדער שידוכים. אדרבה גיבט א קוק, ש. ג. למשל האט געשריגן מיט ביטערניש אויף דר. פיל ווי ער איז געווארן אריינגעדרייט אין זיין שידוך אינדערצייט וואס ווער ס'געדענקט איהם ווייסט אז זיין פריוואטע פראבלעם איז גאר געווען עפעס אנדערש. ווי האט איר לעצטנס געהערט אז א אינגערמאן זאל האבן זיך געמוטשעט אויף פרנסה און א דאנק דעם איבערלאזן דעם סיסטעם? ס'האט נישט קיין שייכות.
די פאר וואס לאזן יא איבער צוליב אונזער סיסטעם איז געווענליך צוליב געוויסע זויערע מחנכים (און עלטערן בכלל), און דאס ברויך זיך טאקע טוישן.

Re: פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 3:20 pm
דורך יהושע חיים
ריכטיג געזאגט ריכטיג
די פראבלעם איז אז דאס אראפקוקן אויף די צווייטע קלאס איז אויך א פרי פון דעם סיסטעם ד.פ. איז געגאנגען ווייל זי איז געווען דריטער קלאס וד"ל איך ווייס נישט אויב מען קען איינעם באשולדיגן אבער אונזער שפראך גייט אזוי
די קענסט דער גרוש
איך האב אמאל געטראפן א איד אוי ל"ע נישט קיין קינדער
ער האט נעבעך נישט קיין לחם לאכול
דער מיטן קראנקע קינד
וכו' וכו'וכו'
און יעצט וזה העיקר "קענסט משה געציל דער מיט די פארפארנע טאכטער/זיהן
איך מיין מען דארף שוין גארנישט מסביר זיין
פארוואס ווערט א מענטש אפגסטעמלט פאר אזאליכע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכת צום שמיעס, פארוואס ווען די פארציילסט נאך א מעשה וואס די האסט סך הכל געהערט פון עהם דארפסטו דאס אריינמישן (איך קען ליידער דער תשובה פאר דעם דאס איז נישט קיין מעשה אדער לשון הרע עס איז א טיטל מען מוז עס זאגן ווייל אויב נישט וועט מען נישט וויסן וועמן דיין מיינסט)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:23 pm
דורך פרייוויליג
[justify]אלס א מאמר המוסגר איז כדאי אנצומערקען א מורא'דיגע סייעתא דשמייא וואס מיר האבן אין ליכט פון די אלע טרויעריג בארימטע גרופעס. ווי באקאנט פראבירט די פארשאלטענע 'פוט סטעפס' גראפע אפצופירן אידן פון אידישע וועג און זיי מאכן 'ככל הגויים בית ישראל'. זיי טוען אנווענדען אלע מיטלען אריינצושלעפן ווי מער אידן אין זייער סוער טאפ. אבער תלי"ת אז "קיין איינער פון זייער גראפע" איז נאכנישט געווארן 'סוקסעספול' ווי זיי רופן עס אן. זיי טוען אנשטעלן א פנים ווי כאילו זיי גייען עדזשוקעטן די עולם און זיי אויסלערנען א פאך אא"וו אז זיי זאלן זיך נישט קענען און דארפן מיטשענען, און אזוי ארום וועלן זיי זיך קענען אויסמישען מיט אלע גויים. א זאך וואס איז ביזדערווייל א דבר שלא בא לעולם.

מיין נקודה איז נישט אז טאמער עס גייט ווערן א דבר שבא לעולם גייט דאס עפעס אינטערשטרייכן. די נקודה איז, אז ב"ה עס איז נאכנישט געלונגען פאר קיין איין 'מיטגליט' צו סוקסעספול עררייכען סיי וואספארא מייל סטאן. דבורה פעלדמאן האט געהאט א אינטערוויא מיט א געוויסע טשענעל, אינמיטן האט די מאן איר געפרעגט: זאג נאר, דורכאויס די יארן וואס דו האסט אפגעלאזט ארטאדאקסיע, וואס האסטו אלס עררייכט? וואס ביסטו אנגעקומען? און די ענטפער איז: א אויסגעריסענער נארישער ביכל 'Unorthodox' וואס רעדט זיך וועגן אידן. האט יענער אויסגעפירט: הייסט דו האסט אפגעלאזט דיין סערקעל, און אנשטאט אוועקגיין, און אנהייבן א לעבן פונדאסניי, ביסטו צוריקגעגאנגען צו זיי פון אינדרויסן. דאס איז א ביטערע געלעכטער. וואס האט איר דאס אויסגעפעלט?

זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א פערד ביסטו געבוירן און א פערד וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די לעבן לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שארך פון א מאנהעטן וואלקען קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

מיר זענען ח"ו נישט אין קיין שטאל, נאר די וואס אנטרינען און גייען לעסטערן דעם נאמען פון כלל ישראל, און דעם נאמען פון ג-ט, מאכן אויסזען זייער וועג ווי ארויס פון שטאל מיט די קאפ אין די פענסטער פון אינדרויסן.[/justify]

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:58 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב נאך א סך צו שפעקולירן אין דעם ענין און קלאר ארויס האבן די צדדים לכאן ולכאן. אבער א פראקטישער עצה פאר די אידן וואס האלטן נישט אויס אין דעם היימישן ציבור איז זיי איינצוגלידערן אין מאדערנע קאמיוניטיס.

ווען א גרופע יונגילייט זאלן זיך אריין לייגן און מאכן קשרים מיט פארשידענע מאדערנע קהילות און שיקן "נושרים" צו א צוגעפאסטער קהילה זיך איינגלידערן דארט וואלט עס אפשר געווען א שטיקל הצלה.

פארשטייט זיך אז טייל עלטערן פון די "נושרים" וועלן קעמפן קעגן דעם, (אויך רבנים קנאים). און ווי אויך וועט נישט יעדיר נושר זיין אונטרעסירט זיך אנצושליסן אין פונקט דער און דער קהילה אדער בכלל א קהילה. דערפאר ווי מער ארגאניזירט עס וועט זיין אלס שטערקער וועט עס ארבעטן.