נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:39 am
הקטן האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:וואס וואלט דען געווען אויב ער וואונטשט איר יא זי זאל זיך אומקערן לתשובה? פארוואס זאל זי דען ווערן באליידיגט?
קען זיין זי וואלט ווען מער הנאה געהאט (ס'איז יא געלינגען!), ס'איז אויך נישט קיין שאלה ער האט זיך דאס געווינטשען
אבער דאס ארבעט בעסער
שטעל דיך פאר א סאטמאר בחור הערט אויס א שידוך מיט א בעלזא פרוי. דער סאטמארער זיידע עגבערט זיך אז די אייניקעלך וועלן ווארשיינליך אויפוואקסן סאלדאטן אין די בעלזא דינאסטיע. אונעם יום החופה ביים קבלת פנים ווינטשט די זיידע דעם חתן ער זאל נאך זוכה זיין זיך צוריקקערן קיין סאטמאר און שיקן די קינדער בייאונז אין די מוסדות און ברענגן נחת פאר די עלטערן בעולם העליון וועלכע האב זיך געוויקט ביים דברי יואל און וואלטן זיך מוסר נפש געווען קעגן בחירות וכו'. קענסט זעהן אז דאס זאל וויי טוהן דעם חתן בעת משוש? איז דאס נישט זעלבסטפארשטענדליך פאר מענטשן וואס שפירן א צווייטן'ס געפילן אויך?