בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:42 pm
דורך איסר האטלקי
איך קריך ארויף אויפן טיש!
איך גיי געבן א פראצענט סוקסעס ראטע, נישט קיין פרטים פונקטליך וואס איז אמת און וואס נישט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: ס'איז מיר א פלא אז איך האב פארפאסט דעם זייער אינטרעסאנטן אשכול. נאך בחייו פונ'ם מחבר. (ווען מ'האט נאכנישט געוואוסט אז ער איז אן אפיקורס און זעלבסט-האסנ'דער איד.). אבער לאמיר מקיים זיין דעם שפתותיו דובבות בקבר. כאטש דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף צדיקים. או.קעי. אין סדום וואלט ער אפשר אויך פאררעכנט געווארן פאר א צדיק. אדער אפשר גאר אין וואטיקאן...! גענוג מיט די שטותים. לאמיר אנהייבן מיט מיר אליינס...!
והנה: איך וועלל מיך אליינס פרובירן פראפיילן. לויט מיינע שרייבעכצער קענמען ציען א זיכערע מסקנא אז...
95% פון וואס איך שרייב איז שטותים והבלים
איך האב געוואוינט אין עטליכע מדינות
איך קען א פאר (מער ווי איינס) שפראכן
איך בין א סאטמאר'ער אהרוני
איך בין א גרויסער ציוני
איך וואוין אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא
איך האב (ליידער) א סמארטפאון (אומגעפילטערט). (שא. זאגטס נישט אויס פאר קיינעם. מ'וועט נישט אריינלאזן מיינע אור אייניקלעך אין די תלמוד תורה.)
איך בין א שטיקל קאלעדזש גרעדיועיט (מיין ראש ישיבה זצ"ל האט געטענה'ט אז גמ'-תוס' איז אויך קאלעדזש. ווען ער האט געגעבן פאר בחורים א בריעף אז זיי האבן געענדיגט קאלעדזש.)
איך בין אויסגעוואקסן א בעל עגלה
די איינציגע זאך וואס איך קען, איז שמייסן די פערד און זיי געבן צו עסן
איך הייס בערל (אדער אפשר נישט).
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:19 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין א סאטמאר'ער אהרוני
איך בין א גרויסער ציוני
כיצד יתקיימו שניהם?
אפשר ביסטו א וויזניצער אהרוני? 
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ניין. איך קען נישט זיין קיין וויזשניצער. איך גלייב אין באשעפער. נישט אין רעעעעבי'ן. ביי מיר איז דער רעבא א בשר ודגים פונקט ווי א צווייטער...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:00 pm
דורך וואלווי
רעדענדיג פון בשר ודגים, א היכי תמצא פון והסנה איננו אוכל, די רבי אליינס פארברענט בשר ודגים כשריפת קדשים כמובא במקום אחר, והוא גופא קאי וקיים בשר ודגים וכל מטעמים...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 2:11 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: דו מיינסט אז די רבי האט נישט ליעב צו טרינקען א קאלט גלעזל (אדער באטל) ביר אין א הייסן זומער'דיגן טאג נאכ'ן ארויסקומען פון סווימינג פאאל. אדער א סושי עגג ראלל אין א ווינטער'דיגן מוצאי שבת קודש...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 8:50 am
דורך וואלווי
איך וועיס? נאך קעינמאל נישט פרובירט צו זיין א רבי...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 9:45 am
דורך איסר האטלקי
נו, איינער נעמט זיך צו מיר אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 10:04 am
דורך רויטע וואנצעס
ברויך מען צייט איבערליינען אלע דיינע תגובות און נאכער געבן א דייעגנאסעס. מ'ברויך צייט האבן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 11:39 am
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: די בעסטע איז ווען דער בעל דבר נעמט זיך אליין אין די הענט אריין און מאכט א סעלף דיאגנאסיס. ס'איז דאך לב יודע מרת נפשו. א יעדער ווייסט די זיסקייט פון זיינע תגובות...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:נו, איינער נעמט זיך צו מיר אדער נישט?
זאג, דו ביסט גרייט פאר א פול פעקידזש?
הממ...
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 3:29 am
דורך שבת אחים
איך בין א מודה במקצת.
א האלבע טאג לערן איך נישט און א האלבע טאג ארבעט איך נישט, די אנדערע דריטל נאכט (ליין: פארטאגס) קוק איך נאך תגובות פון הרב הציוני הארוני בערל בעלגעלה צי ער ספעלט גוט די בלעז״ן.
אחרון של פסח טרינק איך רויטע וויין מיט איגערקעס וואס איך קוועטש אליינס אויס ביים מקוה איד.
חמשה עשר לויף איך ארויף אויפן רבינס טיש פארנט פון אלע חסידים, כאפן באוקסער, רעטעך און א פייג מקיים צוזיין דעם ״והייתם לי לסגולה״ און פאר אריכות ימים (בערל: ונשים).
ביי שאלישדיס גיי איך ארום פון טיש צו טיש כאפן א פישל פון יעדע טעללער הערינג און סארדינס, און בערך צווישן אבות ובנים און מלוה מלכא צייטן שטינקט מיין בעיקטשע פון פלאמס עפעטייזינג אויף ליע עווניא אין קורצע פארנומענע פאריאגטע ערב שבת.
מוצאי פסח שטיי איך אין ליין דריי א האלב שעה צו קענען כאפן די ערשטע סלייז פונעם תנור ראשון.
יוכ״פ קטן גיי איך מיט די רויטע רבי שפאצירן צו אמנון׳ס פיצא אויפן צווייטן שטאק און אונז לערנען דורך די סוגיא פון ׳מתוך השור בתוך הבור׳ איבער עקפלענעט פארמעזשאן.
פון אלץ קליין קינד פיר איך מיך קיינמאל נישט ח״ו אויסצומישן קיין מים אחרונים מיט קיין נעגל וואסער. היל״ת.
שבועות קויף איך בלומען אין פאפא באזאר אויפן וועג צום יריד פון פעטערבורג קיין לייפציג.
איך בין א גרויסע בנש״ק
מיין יחוס:
איך הייס שבת אחים בן הנה מה טוב, בן הנה מה נעים, בן גם יחד
אדער אפשר נישט? (מ׳דארף אנפרעגן ר׳ בערל בעלעגעלה)
אין די פריערדיגע גילגול בין איך געוועהן א סקווירע אהרוני און יעצטיגע גילגול בין איך א חבדסקר נ נח נטורי קרתא ציוני.
ביי די לעצטע עלעקשאון האב איך געוועלט פאר איצו גליקס קאנדידאט, נעמליך די רביצין וואס האט פארלוירן.
ראש השנה ברענג איך צום רעבאו פארן צדקה-וחסד קאסע, זיבן קיען צוויי עופות דריי דרייסיג סמארט-פאונס און א דאזען טעלעוויזעס פאר ארימלייט.
געוונטליכע שמחת יו״ט מיינט ביי מיר בין רגל לרגל...
שבת נאכמיטאג ווען די בויך דרייט זיך מיך שטארק כאפ איך שנעל אריין נאך א גראבע שטיקל קושקע מיט גאלע פון ר׳ מענדל מיטן גאטשע בענדל תיכף דערנאך כאפ איך מיין רעשוואלקע מיט מיין ווייסע שאל און לויף אין שול אריין און זעץ זיך אנידער פארנט פונעם באלעמער בפני כל הקהל וגעמיינדע און פארץ מיך אויס הויך בקול טַ רַ רָם אזש אז סאיז ממש שכרך (ליין: סרכך) הרבה מאד ביז דער רב זז״ג קומט שרייען געוואלד ״שערי נפיחות לא נארמלי״.
שטייצעך די צווייטע טעג יו״ט פארט מען קיין לאק-שעל_דרעק און מ׳עסט חרצנים בלי חשש פון הבל חבל נחלתו און מ׳שפייט אויס אלע קערליך גראד אין פראנט פון די טיר פונעם שכנ׳ס באנגלאו.
די גאטשעס ווילסטו אויך וויסן?
די גאטעשס איז די גאר גאר לאנגע ווייסע גאטיעס מיט אסאך בענדלעך און שטריק הענגן אראפ דערפון און שטעקן זיך ארויס פון אלע זייטן, סרופט זיך די ׳ירושלימע גאטשעס׳ ספעציעל געמאכט געווארן ללא חששות פון ישן, מדינה הטמאה דורך חברת יוראוויטש-אייזנבאך ׳טלית־פאבריק׳ פון אונגארישע חזיר אין מאה שערים.
יעדן טאג פאר סווערט טונקל נעם איך מיך לויפן מאכן הכנות גדולות אין טאהשע-סוכה כדאי צוקענען כאפן די לעצטע סטריזשעווע מנין פון ר״ת תפילין אין מונקאטש.
כהאב מיך לעצטענס איינגעהאנדלט א נייע קאר א 1989 ביויאיק רודמעסטר. זייער א גיטע מציאה רבה, א דאנק ר׳ הלל מאזעס וואס האט מיר אנגעשדכנט איינע פון די פיצי צעטליך וואס מרייסט אראפ פון די מודעות וואס הענגן אויף די ווענט אין שומר שבת. די קאר האט טאקע אסאך מיילעדזש מעהר פון זעקס הונדרעט טויזנט אבער מערסטענס איז בשעת די אלטע בעלבאס פונעם סטעישאנוואגן הרב פאנעט האט פארגעלערנט א שיעור אין די בעק סיט מיט זיין חברותא הרב שטיינווארצל, הרב מארגענשטרן און הרב אונדסדארפער.
איך האב נישט קיין פליפ פאון, איך האב פארמאג בכלל נישט קיין טמנא-כלי וואס הייסט טעלעפאון, די אלע טמנע כלים וכלים שונים כיד המלך ימ״ש איז ביי מיר חזיר-טרייף אפילו די אלטע פובליק-פאונס וואס ארבעטן שוין נישט זינט יאַרע 1985. איך פארמאג בלויז א פארצייטישע ביפער אזויווי מהאט זיך געפירט אין גרויסווארדיין. און אז סאיז גאר וויכטיג קענט איר מיך ביפען 911... שטייסטע???
המשך יבא בלי״נ
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 10:22 am
דורך וואלווי
כ'ווייס נישט פארוואס מ'רופט דיך שבת, טויגסט אסאך בעסער פאר stand up...

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:11 am
דורך געוואלדיג
דער האט א שפראך
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:24 am
דורך וואלווי
נישט סתם, ס'קומט נאך אזוי בנשימה אחת, אינטערסאנט אז ער האט זיך אפגעשטעלט מיט א המשך יבוא
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2018 7:54 pm
דורך איך אויך
ROLF.
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 1:25 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........
איך מיין אז דער המשך יבא איז א חלק פון זיין פערסאנאליטעט
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 9:16 pm
דורך ברוך שפינוזה
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........
איך מיין אז דער המשך יבא איז א חלק פון זיין פערסאנאליטעט
און איך מיין, אז די "געווענליך שרייב איך נישט..." איז א טייל פון דיין פערסאנעליטי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:09 am
דורך לייביששרייבער
שבת אחים האט געשריבן:איך האב נישט קיין פליפ פאון, איך האב פארמאג בכלל נישט קיין טמנא-כלי וואס הייסט טעלעפאון, די אלע טמנע כלים וכלים שונים כיד המלך ימ״ש איז ביי מיר חזיר-טרייף אפילו די אלטע פובליק-פאונס וואס ארבעטן שוין נישט זינט יאַרע 1985. איך פארמאג בלויז א פארצייטישע ביפער אזויווי מהאט זיך געפירט אין גרויסווארדיין. און אז סאיז גאר וויכטיג קענט איר מיך ביפען 911... שטייסטע???
ביפ מיך, איך ביפ דיך צוריק.
אבער דאס איז אן אינטערדאקשען חבל על הזמן 10 לייקס
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:11 am
דורך לייביששרייבער
moshav zekeinim האט געשריבן:פאר די וואס טוען אין אור-אלטע היסטארישע פערזענליכקייטן, איז באקאנט אז דער וועג וויאזוי מען האט ארויס דעם מענטש, זיין לעבן און זיין מהות איז ע"פ רוב לויט זיינע מאמרים. און ריזיגע חלוקי דעות זענען פארהאן איבער טייל גרויסע פערזענליכקייטן, וויאזוי מען לערנט אפ זיינע מאמרים אויף צו ארויסצוהאבן זיין לעבן'ס שטייגער, היסטאריע, און מהות.
איז מיר איינגעפאלן אן אינטרעסאנטער איידיע. לאמיר מאכן א טעסט צווישן אונז קאווע שטיבל שרייבער ווי ווייט מיר קענען ארויסהאבן א ניק לויט זיין געשרייבעכטץ. און לויט אונזער סוקסעס וועלן מיר קענען האבן אן איידיע ווי ווייט ריכטיג די חוקרי אנשי השם בימים קדומים האבן געקענט ארויס באקומען א מענטשן'ס כאראקטער און לעבן פון זייערע מאמרים.
אודאי זענען פאראן חילוקים צווישן א טעסט אויף אן אמאליגער פערזאן און א טעסט איבער א היינטיגער ק"ש פערזאן.
מצד אחד איז אן אמאליגער פערזענליכקייט שווערער ארויס צו האבן צוליב די מרחק אין זמן און אין קולטור, בעת דעם ק"ש שרייבערס קולטור איז קלאר (אז ער רעדט אידיש און לעבט בדורינו, וואו און וויאזוי קען ער שוין וואוינען, וואס קען ער שוין עסן, וואספאר א עסקים קען ער שוין האבן וכו').
מצד שני איז דעם ק"ש ניק שווערער ארויס צו האבן צוליב וואס עס פעלט אונז די ריכטיגע טאלס וויאזוי צו צוגיין צו אזא פארשונג, בעת די חוקרים איבער אישים קדמונים זענען מער געלערנט איבער דעם. און ווי אויך זוכט זיך דער ניק צו באהאלטן, בעת דער אמאליגער האט עס נישט געטון.
אבער פארט איז אינטרעסאנט צו פראבירן און זעהן וואס די תוצאות וועלן זיין.
דער פראבלעם איז נאר אז כדי צו נעמען איינעם אויפן צימבל מוז יענער געבן רשות. און איך גלייב אז זייער ווייניג ניקים וועלן זיך מתנדב זיין זיך צו לאזן ארינצוקריכן אין די קישקעס, און נאכדעם זאגן דעם אמת ווער עס האט די מערסטע צוגעטראפן צו זיין ריכטיגער אישיות און לעבנס שטייגער.
וואלט איך פארגעשלאגן אז דער מתנדב זאל געבן באגרענעצונגען ביז ווי ווייט מען קען אריין גיין אין אים. למשל ער קען אפהאלטן פון פראבירן אויסצופיגערן זיין נאמען, משפחה, שטאט, קאמיונעטי א.א.וו. געוואנדן אינעם מתנדב.
פארשטייט זיך אז עס דארף זיך האלטן אויף א ערנסטע לעוול און נישט סתם ארום ליצעווען אדער אטאקירן דעם ניק בלי טעם. די מסקנות דארפן אויפגעוויזן ווערן דורך'ן ציטירן שטיקער פון דעם ניק'ס שרייבעריי, בקיצור אזוי ווי אן ערנסטער מחקר.
נאך עטליכע ערנסטע השערות און מחקרים איבער דעם מתנדב ניק, זאל דער ניק קומען און אויסרעכענען יעדנס טעות אדער סוקסעס.
נו חברים, וואס זאגט איר דערצו?
אדרבה נצא הספר ונחזה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:15 am
דורך לייביששרייבער
רוסישער האט געשריבן:נאך א חילוק, לדעתי א גרויסער, איז אז די ניקס דא האבן די פרייהייט צו זיך באהאלטן הינטער זייער ווירטיאלער איידענטיטי. מצד אחד קען דאס גאר העלפן דערגרונטעווען זיינע אמת'ע פארשוין, ער האט ניט וואס צו מורא האבן וואס מ'וועט זאגן. אבער בעיקר שרייבט א מענטש זאכן וואס ער אליין האלט ניט, שרייבט זיך אמאל ליופי המליצה ווייל אזוי האט זיך עם געשמעקט אויפן מינוט. וועט מען זאגן אז אדרבא אט דאס איז 'ער', איך בין ניט אזוי זיכער.
לדעתכם וואו קען זען די אמת'ר קאלירן, אין א ניק אדער אין 'ריל לייף'?
לא לחינם ווערט דאס אנגערפן 'מדעי הרוח', מערסטע מאל איז טאקע א לופט געשעפט, אבער אפשר איז דא יא עפעס אין דערויף - נחי' ונראה
קענסט פרובירן באהאלטן דיין אידענטיטעט אבער נישט דיין פערסאנאלעטי, אין מיין מיינונג.
פערסאנאלעטי ווערט געפארעמט אין זייער אסאך פאקטארן.
חסידות
וואוין ארט
חבירים
געטועכץ (געשעפטן האנדלונגען וכדו')
און נאך.
אזא חקירה קען ברענגען צו א געוויסע מאס קבים פון ארויסהאבן דעם ניק בנפש, רוח און נשמה.
אבער איך בין אין!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:20 am
דורך לייביששרייבער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:סאיז א שטארקע סתירה מיט'ן אנליין הסתרה. ס'קען נישט ארבייטן צוזאמען. די הסתרה דא איז נישט בלויז די נאמען מיט די אדרעסס, ס'איז די נאטור וכדומה. רוב ניקים זוכן רעספעקט און אמאל אנטענעשאן וואס זיי קענען נישט באקומען ווען מ'קען זיי ווי די חבר אין מקוה. אויב גיסן זיי אויס די בונדלעך, דארפן זיי א נייע ניק צו ערפילן די חלל פון רעספעקט דאס וועט שאפן.
איך מיין אז די קרייטעריעס וואס @נהורא נפישא האט פאר געלייגט קען מען נישט באהאלטן אין שריפט, פערסאנאלעטי כאראקטערס שטערט ארויס אונטער די הסתרה.
אפי' בהסתרה שבתוך הסתרה גם שם נמצא שמו יתברך.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 11:06 am
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: ס'איז מיר א פלא אז איך האב פארפאסט דעם זייער אינטרעסאנטן אשכול. נאך בחייו פונ'ם מחבר. (ווען מ'האט נאכנישט געוואוסט אז ער איז אן אפיקורס און זעלבסט-האסנ'דער איד.). אבער לאמיר מקיים זיין דעם שפתותיו דובבות בקבר. כאטש דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף צדיקים. או.קעי. אין סדום וואלט ער אפשר אויך פאררעכנט געווארן פאר א צדיק. אדער אפשר גאר אין וואטיקאן...! גענוג מיט די שטותים. לאמיר אנהייבן מיט מיר אליינס...!
והנה: איך וועלל מיך אליינס פרובירן פראפיילן. לויט מיינע שרייבעכצער קענמען ציען א זיכערע מסקנא אז...
95% פון וואס איך שרייב איז שטותים והבלים
איך האב געוואוינט אין עטליכע מדינות
איך קען א פאר (מער ווי איינס) שפראכן
איך בין א סאטמאר'ער אהרוני
איך בין א גרויסער ציוני
איך וואוין אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא
איך האב (ליידער) א סמארטפאון (אומגעפילטערט). (שא. זאגטס נישט אויס פאר קיינעם. מ'וועט נישט אריינלאזן מיינע אור אייניקלעך אין די תלמוד תורה.)
איך בין א שטיקל קאלעדזש גרעדיועיט (מיין ראש ישיבה זצ"ל האט געטענה'ט אז גמ'-תוס' איז אויך קאלעדזש. ווען ער האט געגעבן פאר בחורים א בריעף אז זיי האבן געענדיגט קאלעדזש.)
איך בין אויסגעוואקסן א בעל עגלה
די איינציגע זאך וואס איך קען, איז שמייסן די פערד און זיי געבן צו עסן
איך הייס בערל (אדער אפשר נישט).
חוץ די ערשטע שורה און די קאלעדזש האב איך אלעס אליין אויסגעפיגערט אין די פאר טעג וואס איך בין דא....