בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:35 pm
דורך יהושע חיים
ליידער היינט דארף מען קראנטע אינפארמאציע אז עס קלאפט יא
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:38 pm
דורך ירח בן יומו
ביי מיר טשארדזן זיי די קרעדיט קארד גאנץ אפט. אמאל פאר 1 יתום אמאל פאר 2-3-4,
דער חלק קלאפט זיכער,
ב"ה איך בין נישט געווען אויף די אנדערע זייט. ווייסט איינער פון גדי צד המקבלים וואס טוט זיך?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:43 pm
דורך יהושע חיים
דאס קען נאך זיין א חלק פון די קשיא
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אליינס אז מ'האט נישט קיין רעכט אין ב''ד איז פאר מיר גענוג. אבער איך הער אז אקטשו'עריס זאגען אז ס'טויג נישט, און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:56 pm
דורך ירח בן יומו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אליינס אז מ'האט נישט קיין רעכט אין ב''ד איז פאר מיר גענוג. אבער איך הער אז זאגען אז ס'טויג נישט, און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?
אקטשו'עריס ??????
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Actuaries
דאס איז דער פאך פון מעסטען די ווערט פון א ספק
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:00 pm
דורך lazar
די גמ' זאגט אין בבא בתרא דף י ר' אליעזר בן יעקב אומר לא יתן אדם פרוטה לארנקי של צדקה אלא א"כ ממונה עליה כר' חנניא בן תרדיון.
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:13 pm
דורך ירח בן יומו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?
וואס האט זיך פארמאכט? זיי טשארדזן נאך מיין קארד כסדר?
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Joke's on you
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 6:38 pm
דורך diff
ליטוואק, פ"ו הייסן די רבנים צו שטיצן קופת העיר
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט. אבער ס'איז נאך נישט געשען אז א פארצרה'טע איד זאל זיך אויסרעדען דאס הארץ פאר הרב שטיינמאן אדער הרב קנייבסקי און ער זאל איהם הייסען אלס א ישועה צו געבען געלט אין דער מיסט קעסטעל פון קופת העיר. ווער געוואויר וואס פאסירט ביים 'הייליגען אומפארטיישע רעבע' פון ב.פ. ווען א איד דארף א ישועה
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אליינס אז מ'האט נישט קיין רעכט אין ב''ד איז פאר מיר גענוג. אבער איך הער אז אקטשו'עריס זאגען אז ס'טויג נישט, און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?
וואס איז זייער חשבון???
ערבים מאכט א חשבון אז מיט יעדע 100,000 מעמבערס אין א חבורה ארבייט עס זייער פיין,
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט קיין מומחה, אבער מומחים אין דער תחום זאגען אזוי.
דער ביזנעס פון פארזיכערונג נעמט אלס אין באטראכט, זיי נעמען דער געלט וואס מ'באצאלט פאר א פאליס''י און אינוועסטירען דאס געלט, אזוי אז מ'דארף נישט אנקומען צו דער פאנז''י סקי''ם פון נוצען די געלט פון די וואס לעבען פאר'ן טויטע. זיין אייגענע געלט מאכט אויך רווחים. יעצט ווי קען אן ערבים סיסטעם זיין בעסער.
דאס איז נישט דער לעצטער ווארט, מומחים פארשטייען בעסער. אבער א באהאלטענע קאמפאני, וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'פיהרט עס אן, מ'זאגט נישט אויס וואס טוט זיך, נאר גדולים גדולים גדולים, מיט קיטעל''ס און לעכט אן קיין איין קראנטע פאקט, דארף מען שוין חושד זיין.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
מיין חבר זאגט מיר אז ער האט איינגעמאלדן פאר א געוויסע גזבר צדקה אז פון היינט און ווייטער וועט ער אים שוין נישט קענען געבן זיין חודש'ליכע נתינה פון הינדערט טאלער, למעשה דער משולח איז ארויף געקומען צום נגיד ולפלא ער געבט אים תיכף א נתינה פון 95$ אויפן וואונדער פונעם משולח פארוואס ער האט באשלאסן אים יא צו געבן און פארוואס 95, זאגט ער אים: אה, דיין חלק וויל איך דיר נישט צו נעמען...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
דא האט זיך ארויסגעכאפט דער אמת.
די בודזשעט איז דריי מיליון
1 מיליון קומט אריין פון שכר לימוד
8 מיליון פון שטאטישע פראגראמען
די איבריגע (איבריגע וואס??) נעמט מען צוזאם פון אנ״ש איבער די וועלט.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 4:44 pm
דורך געוואלדיג
א מופת פון הרב שטיינמאן שליט"א? שוין היבשע יארן האט ער צוריק געוואונטשן וועד הרבנים זאלן האבן הצלחה,
חוץ מגניבה!!!