בלאט 2 פון 16

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:50 pm
דורך שושן פורים
לויה 6:00

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:02 pm
דורך [NAMELESS]
אוי ברוך דיין האמת, געווען פון די יחודי סגולה אין אונזער דור.

[tag]מאטל שניידער[/tag] עני אפדעיטס,
[tag]שעפטל[/tag] עפעס א באריכט ארויס צו שלעפן פון דרעפט? :D

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:03 pm
דורך קאווע טרינקער
עמעזאן האט געשריבן: געווען די ערשטע צו ארויסגעבן אויף אידיש נאך פאר מוהרא''ש

תולדות אהרן, ראצפערט, חב"ד, הוצאות בית רחל ועוד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:07 pm
דורך שעפטל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[tag]שעפטל[/tag] עפעס א באריכט ארויס צו שלעפן פון דרעפט? :D

גארנישט געשריבן.. נישט געגלייבט אז די טאג וועט אנקומען...

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:10 pm
דורך מאטל שניידער
כגלייב אז מקען ארויספארן מאסן טאהש׳ער אידן האבן זיך יעצט ארויסגעלאזט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'וועט לכאורה אנהייבן שפעט, און די לויה אליינס וועט נעמען א שטיק צייט. די חברה האפן זיי וועלן כאטש אנקומען צו די קבורה. #סיטבעלטס

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:16 pm
דורך מאטל שניידער
מען האט אוודאי ארלעדיגט ביי די גרעניץ באמטע שנעלער אריבערצולאזן מיט בלויז א סווייפ טאן דעם פאספארט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:32 pm
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:אין די מינוטן קומט אריין די בשורה לא טוב, אז כ"ק אדמו"ר מרן משולם פייש סג"ל לאווי זצ"ל, אדמו"ר מ'טאהש איז נפטר געווארן.

פרטים יבואו

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...



מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תקופה'לע פון א צדיק, א "קאנסוס" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכאיינס... ובא השמש וזרח השמש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:36 pm
דורך שעפטל
זארג נישט, מלכות בית טאהש וועט גיין פאר בנו (יחידו) ומ"מ, די אנהענגער וועלן זיך צוטיילן צווישן חתניו אויך...

די טיטלן ווערט יעצט -עס ווי ספיעק- פארכאפט ביי אנדערע זקני צדיקי דורינו, איין הרה"ק אראפ, פינף ארויף...

צוריק צו טאהש, ס'דא א געוואלדיגע אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל מיט ר' טובי' מאיר ניימאן, "יעדער" זאל שנעל אריינרופן!!!

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעקעדיג האט געשריבן:וועט נאך זיין פלאץ אויף די פליגער'ס צו כאפן די לוי'?
וואו וועט ער קומען למנוחת קדשו?

אינאיינעם מיט אלעמען בין איך זיך משתתף מיט די צער פון כלל ישראל, חבל על דאבדין ולא משתכחין,
למעשה די לעצטערע יארן - כאטש כ'גלייב אז אומדירעקט האט כלל ישראל געהאט השפעות בזכותו - האט ער אבער נישט געקענט פאר אונז אויפטון און טיילן ברכות וישועות,
אבער גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, מיר גלייבן אז מה כאן עומד ומשמש אף שם,
איז האפענטליך וועט ער זיין א מליץ יושר פאר אלעמען און אונז באגיסן מיט ברכות וישועות והשפעות טובות און אויספועל'ן די גאולה שלימה בקרוב ממש.

איך בין אויך משתתף בצערתן של ישראל מיט די אלע חברה וואס האבען פארלוירען זייער גייסטישע פיהרער. אבער לויט דיר איז עס גאר א פאזיטיווע ערשיינונג. יעצט קען ער אויפטוהן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:51 pm
דורך ליפא
tosh.jpg
tosh.jpg (145.45 KiB) געזען געווארן 1864 מאל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער לויט דיר איז עס גאר א פאזיטיווע ערשיינונג

נישט ממש אזוי, איך פרוביר נאר ארויסצונעמען דעם שטיקל פאזיטיווע חלק כדי זיך צו טרייסטן דערמיט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:57 pm
דורך חקרן
קען איינער דיסקרייוון וואס ער זינגט דארט אויפן ווידאו?
עס איז כדאי צו הערן ביזן סוף...

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=88250

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:24 pm
דורך חקרן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:32 pm
דורך שמעקעדיג
עני לייוו רעפארטס פון די לוי'? מען האט שוין אנגעהויבן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
טוויטער אפדעיטס: https://twitter.com/KolTosh?lang=en

אלע טאשע טוויטער אקואנטס.
https://twitter.com/KolTosh/following?lang=en

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:39 pm
דורך ירא שמים
וואו לייגט מען אים ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:40 pm
דורך ליפא
אין סקווירא

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:44 pm
דורך מאטל שניידער
ירא שמים האט געשריבן:וואו לייגט מען אים ?

פאללאקס לאט
עםםם סאררי לאווענס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
הייבט זיך אן אין אפאר מינוט.

Levaya Live Hook-Up Call: 718-298-2077

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
עפעס אפדעיטס/בילדער פון די לויה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:36 pm
דורך גר ותושב
מען זאגט נאך תהלים יעצט, קוקט אויס די לויה איז פאררופען געווארן לויטן טאהש'ע זייגער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:ווער האט זיך געגלייבט, אזויפיל יאר האבן אונז מתפלל געווען פאר מרן משולם פייש בן צירל, און יעצט איז עס מרן משולם פייש בן מרדכי, עס זאגט זיך שווער.
אוי, ווי נעמט מען נאך אזא לעכטיגע צורה, וועם וועלן אונז קענען ווייזן פאר אונזערע קינדער.
אוי רבי, אויף וועם האסטו אונז איבערגעלאזט, ווער וועט אונז ווייטער פירן, ווער?

פריעד באטשי: דער לייק איז נאר בתנאי אז דו מיינסט עס ערנסט. און דו פרובירסט נישט צו מאכן קיין ליצנות...!