בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:46 pm
דורך לית דין בר נש
יא איך האב עס געליינט

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
עמי ארטיקעל

אן ארטיקל אויף איי וועלט אויף די זעלבע נושא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:16 am
דורך קאצקע ציקער

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
יא די מעגסט נאר אויב די לייגסט אויך דארט א לינק דא אהער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:06 pm
דורך בן תמליון
אליווער סאקס אין זיינע לעצטע טעג איבער זיין ליבע פאר זיין מוטערס געפילטע פיש אינגערהייט, שפעטער, און יעצט אויפן טויטן בעטל האט עס איהם ערהאלטן דאס חיות:

http://www.newyorker.com/magazine/2015/ ... ilter-fish

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:02 pm
דורך יואליש
ס'איז א שטיקל סטרעטש צו פארבינדן די ארטיקל צום שבת. אבער מ'קען סעליוועטן איבער געפילטע פיש ליינענדיג די ארטיקל, עפעס וואס הילערי'ס אימעיל האט נישט געטוהן.

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
עס ווענדט זיך,פארוואס ער איז געווען אזוי נאסטאלגיש איבער די געפילטע פיש, צו אלץ די געשמאקע טעם אדער ווייל דאס איז א לינק פאר אים צום שבת'דיגען געפיל בכלליות,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש איז נישט שבת און שבת איז נישט געפילטע פיש. ("א שופר איז א שופר")

ס'קוקט באלד אויס ווי רבי דן סג"ל, ווען זיין ברודער ישראל איז געשטארבן האט ער אויפגעזוכט בחורין ובסדקין עפעס א מימרא פון זיינע לעצטע טעג וואס זאל ווען ווייזן אז ער האט באמת געהאט א הרהור תשובה פארן שטארבן. ער האט דאכט זיך געארבעט אויף דעם וואס זיין ברודער איז אדורך אן NDE א פאר חדשים ביפאר און דערנאך גערעדט דערוועגן. ביז הרב אלישב האט אים פותר חלום געווען אז NDE לחוד והרהור תשובה לחוד (ס'איז צוויי דינים) און ער זאל נישט זיצן קיין שבעה.

דאס זעלבע מיט אליווער סאקס דנן, טייל נאסטאלגיקער כאפן זיך ארויף אז סוף כל סוף איז ער געשטארבען אן "אונזעריגער" ווייל אמער ער האט דאך געשריבן עפעס וועגן געפילטע פיש. ס'איז גוט אפשר פאר א חסיד'ישע מלווה מלכה מעשה, אין רמב"ם הל' תשובה ווערט נישט דערמאנט קיין געפילטע פיש.

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
קיינער רעדט נישט דא פון הרהור תשובה, עס איז א אינטערעסאנטע - און פאר אידן אביסל מער- זאך אז א מענטש זאל זיך קודם מיתה אויפוועקן ביי אים געפילן צו געוויסע אספעקטן פון זיין אידישע פארגאנגענהייט זאל דאס זיין שבת צו געפילטע פיש,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 9:07 am
דורך יואליש
הצד השבהן, שבת אדער געפילטע פיש, איז אז דאס ברענגט אים צוריק צו זיין איגנט. נאסטאלאגיע און זיכרונות, דעטס אלל איט איז.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 9:27 am
דורך הקטן
נישט צי מישן:
די לעצטער ארטיקעל מיט דער "געפילטע פיש" איז א ליידיגער ארטיקעל געשריבן דארך אן אלטע באטשי וואס וועפט (אויב איז ער נישט פאר'געטעט ביי דיר)

דו פריערדיגע ארטיקל וואו ער שרייבט
[justify]
I found myself drenched with a wistfulness, something akin to nostalgia, wondering what if: What if A and B and C had been different? What sort of person might I have been? What sort of a life might I have lived?
[/justify]
האט שוין איינמאל שטריכן פין תשובה
דו קאנטעקסט דארט איז שמירת תורה ומוצות נישט געפילטע פיש

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:05 pm
דורך טאמבל סאס
פון וואס האט מיין מאמע אראפגענומען צייט? פון צונייען ברוך'ס העמד?

אונטער אן ערנסטן נאטיץ: איך זעה דערין א חרטה פון א שטארבנדן מענטש אז ער האט נישט געהאט כאטש די איין טאג א וואך, עפעס וואס איז במילא געווען איינגעפירט אין זיין קולטור, זיך אויסצופלאגן פון די טרדות השבוע און 'באמת טוהן וואס ער האט אלעמאל געוואלט טאן אין זיין לעבן...'

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 9:34 pm
דורך הוגה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:33 am
דורך [NAMELESS]
אודיא רעקארדינגס פון די לעצטע חדשים פון דר. סאקס'ס לעבן.
http://www.radiolab.org/story/oliver-sa ... -to-where/
עס איז געוואלדיג מיטצולעבן אביסל וויאזוי א גרויסע מח גייט צו צו די לעצטע קאפיטל אין זיין לעבן.
בערך ביי 24:30 קען מען הערן וויאזוי ער שרייבט די מאמר וועגן שבת.