בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער,
שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.
למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?
נולד. איך זעה אז דו האסט נישט געכאפט זר'ס פוינט. ער האט נישט געזאגט (און קיין שום נארמאלער מענטש האלט דאס נישט.) אז מ'דארף אלעס, אויטאמאטיש נאכגעיבן פאר די קינדער. אבער ווען א קינד בעיט בתחנונים דארף א טאטע זיך קענען אריינלייגן אין זיין מצב אז ס'גייט איהם בנפשו. ספעציעל א טאלאנט וואס א קינד האט, דארף א טאטע דאנקען דעם באשעפער מיט וואס ער האט מחונן געווען זיין קינד און העלפן אויסארבעטן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:58 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.
מסתם שרייבער'ס טאטע. האבן מיר שוין איינס. און ווער האט געקויפט די צווייטע? באגאבא'ס מאמע. דער חשבון שטימט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:04 am
דורך חכם באשי
איין הערה:
איך האלט מיך פאר דער 'בעסטע טאטע' וואס מיינע קינדער וואלטן ווען זיך געקענט אויסקלייבן. עס וועט מיך שטארק אהרען אויב מיינע קינדער וועלן מיך צענעמען אינעם דעמאלטסדיגע שפלינטער פארום "טשיקען זופ".
כלומר: מיין טאטע האט נישט באקומען קיין גיידענס וויאזוי אומצוגיין מיט קינדער. ער האט אבער געטרייט זיין בעסט. לויט זיין אייגן חינוך, און לויט זיין 'פארשטאנד'.
זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:22 am
דורך berlbalaguleh
אבער די מענטשן (פון די פריערדיגע דורות) וועלכע האבן קיינמאל נישט געשמייכלט צו זייערע קינדער, אדער געזאגט א ווארט פון התחזקות, האבן עס נישט געטון ווייל זיי האבן פאזיטיוו געגלייבט אז דאס איז דער ריכטיגער דרך, נאר מחמת חוסר ידיעה. אדער זענען געווען באהערשט פון אנדערע נעגאטיווע געפילן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:30 am
דורך נצבד
עטס קענטס טענה'ן וואס עטס ווילטס,
די גוטע חלקים פון די ערשטע גענעראציע פון די פאוסט מלחמה, ווי אויך און א געוויסען זין, זייערע קינדער די היימישע בעבי בומערס, וועט אינזער גענעראציע קיינמאל נישט קענען צוקומען צו צען פראצנט פון זייערס, אלעס א דאנק זייער מענטעליטי וואס עטס רייסטס אזוי ארינטער.
אלע האמיר געוויסט (אפילו מהאמיר נישט באקומען אלע אינזערע טענטראם פארלאנגען) אז די ערשטע שטרעבען פון אינזערע עלטערען,זעמיר טאקע אינז קינדער, וואס זיי האבען געהאלטען אז סאיז גוט פאר אינז, זענען זיי געגאנגען ביזען עקסטרעם, און געזען אז דאס זאל אינז נישט פעלען, און וואס זיי האבען געהאלטען (אפילו אינז האלט מיר אז סאיז געווען מיסגיידעד)אז אינז זאל מיר נישט האבען, האמיר נישט באקומען, פעסטע דיסצעפלין און מיין יודיש.
אינזערע קינדער זעען בחוש ווי פארשפיעלט אינז זעמיר, און די מרחק פון יא און ניין, איז געשאצט וואסערע שטארקע טענטראם זיי ווארפען,
אנדערע "קלייניקייטען" , אלע האבען זיי געהאט "אסאך" אפגעשפארטע געלטער,
א זייגער האט ממש געקלאפט ווי א זייגער, ביי זיי האט א מנין צוועלווע נאכמיטאג, נישט געהאט פינעף מאהל אזויפיל מתפללים ווי דער זעקס דרייסיגער אדער זיבענע אזייגער מנין.
זייער יודישקייט האט נישט געהאט א צענטעל בי עס ארייינגעמישט, ווי אינזערס זעהט אויס.
אלע האבען זיי געהאט א שיעור און לערנען, זאל זיין אפילו חק אדער עין יעקב, אבער געדינט דעם אייבערשטען האבען זיי.
באמת געזוכט התקרבות צו אן אמת'ן ערליכען יוד.
א קיצור אזוינס וואס אינז אלע וואלט מיר געפייגערט, אז די "ארגינעלער יוד" זאל זיך אויף א וועג צוריק באווייזען און אינזערע טעג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 8:32 am
דורך יואב
הרב [tag]נצבד[/tag], איר מישט דא אויס קארן טשיפס מיט סאוער פיקלס.
וואס האט זייערע אזויגערופענע שטערקערע אייפער צו אידישקייט מיט א גוטער חינוך, אדער אן איבערגעגעבנקייט צו קינדער?
ס'איז אמת זיי זענען געועזן אסאך מער תמימות'דיג ווי אונז, און דאס איז זאגאר א חלק פון דעם פראבלעם, נישט אויפטוה. ס'איז אויך אמת אז דאן האט מען געהאט מער צייט צו אלצדינג, ווייל מ'איז נישט געווען פארנומען מיט די אלע כלים וכלים שונים. אבער דאס איז אן אלגעמיינער פראבלעם היינצוטאגס, פאר שלום בית און ביזנעס צוגלייך, און האט נישט דווקא מיט אפגעבן זיך מיט די קינדער.
פארקערט. די אמאליגע חברה האבן זיך אראפגעשטעלט א בלאפרינט וויאזוי זיי ווילן זייערע קינדער זאלן אויסקוקן, און באזירט אויף דעם האבן זיי משקיע געוועזן פארן קינד אפגעזעהן די אומשטענדן. געשמיסן לאגיק אויף רעכטס, געפיל אויף לינקס, און אלעקסי, קאפאסי, יאללא, לאמיר לויפן על דרך ישראל סבא, אבער שנעלער.
זיי זענען זיך געגאנגן זייער וועג האבענדיג זערא פארשטענדעניש מיטן קינד וועלעכס איז אריין אין זייער פראגראמירטן סיסטעם. דאס הייסט אנגעהויבן פון זיך קריגן וועלעכע נאמען איהם צו געבן, שיקן אינעם מוסד ס'האט זיי געשמעקט, אנגרייטן א פשעטל פאר זיין בר מצווה, אפילו דינגן פריוואטע לערנער מיט איהם, שיקן אין "א גוטע ישיבה" (אוודאי האבן זיי באצאלט שכר לימוד, ס'איז א חלק פונעם פלאן), און ביי די אכצן איהם פארגינען 20 מינוט א פרעג צו טאהן עפעס א בתולה המהוללה וויאזוי פונקטליך מ'לייגט אויס איר נאמען, ווייל געוויסע ספעלן דאס מיט אן אלף, אנדערע מיט א הא. (מ'ברויך דאך וויסן וואס צו שרייבן אויף די מחזורים).
און ווען דער חתן שאקלט זיך אונטערן חופה מיטן גלאטע רעזוואלקע און ווייסער שאל, שפאצירן זיי מיט הבדלות, און האלטן טישוס צווישן די פינגער. זייער גליק האט געגרייכט. יעצט גייט מען צום נעקסטן קינד, און דערנאך צום דריטן, עד שתכלה נשמות מן הכיס. (פרוטות איז קיינמאל נישט געוועהן). אוודאי האבן זיי זיך אפגעגעבן מיטן קינד.
און אך און וויי אז דער קינד אנטזאגט זיך צו גיין לויט זייער בלאפרינט. און מ'רעדט שוין נישט פון חברה וואס רייסן זיך אפ למחצה לשליש ולרביע.
פארגעס פונעם געדאנק צו עלטערן ברויך אנגיין אויב זייער קינד וועלט זיך א סעקולערן לעבן צו נישט. עלטערן וועלעכע עסן זיך אויף דאס געזונט פאר אבנארמאלע שטותים, נאך ווען זייער קינד איז א פולער ארטעדאקסישן איד, צו זאגאר נאך א פולשטענדיגער חסידישער איד בלויז מיט אנדערע מינערוויכטיגע איינצעלהייטן.
דאס מיינט נישט אז זי האבן יא צו נישט געגעבן ליבשאפט צו זייערע קינדער, אבער דאס שטרייכט אונטער א נקודה בנוגע זייער יא צו נישט ליבשאפט. זיי שטעלן אראפ א בלאפרינט, און באזירט אויף דעם געבן זיי זיך אפ מיטן קינד.
אויב איינער גייט ארויס פון זייערע תחומים, ענדיגט זיך זייער לעבן, ס'ענדיגט זייער אזויגערופענע "אפגעבן". דאס שרייט ארויס זייערע אומפארשטאנד סיי צו קינדער, און סיי צו אידישקייט.
נישט אז איך וויל יעצט דיסקוסירן אידישקייט נושאים, נאר אז דו האסט דאס צאמגעפלאכטן שרייב איך דיר אז דאס איז א חלק פונעם פראבלעם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:21 am
דורך געפילטע פיש
יואב!!! השפגתני עד מאוד.
נצבד האט געשריבן:אלע האבען זיי געהאט "אסאך" אפגעשפארטע געלטער.
דאס איז אן עקסטערע נושא, די אינקאם טו לייף עקספענסעס רעישיאו איז געווען סאך גרעסער, פון איין וואך עוורידזש אינקאם האט מען געקענט צאלן די רענט, די צווייטע וואך האט געצאלט אלעס אנדערש, און די איבעריגע צוויי וואכן א חודש האט מען גראד אריינגעלייגט אין שווייצע "חתונה פלאן". ווען נישט וואס זייער דור סקרוט אונז אז מיר מוזן בלייבן וואוינען אין אונזערע געגענטער ווי מ'צאלט די הויזן רענט וואלטן אונז אויך געקענט אוועקלייגן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:30 am
דורך שמעקעדיג
חכם באשי האט געשריבן:זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.
נישטא אזא זאך. טעראפיסטן אהער אדער אהין, א שמייכל דארף יעדער און מען האט דאס ליב, ומים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה.
דער שמייכל צום קינד גייט אדורך אלע ביינער און בויעט אים אויף, און דאס פארגעסט מען קיינמאל נישט און מען האט נישט קיין חרטה דערויף.
נישטא אזוינס אז א קינד זאל זיך בייזערן פארוואס האט מען מיר נישט אנגעקוקט שטרענג... אפילו אלע רוחות אויף דער וועלט וועלן אים/איר דאס מסביר זיין...
@נצבד, ווי יואב איז שוין מאריך, הערליך כדרכו, איז ממש אזוי געווען, ערליכקייט, אפשר שטארקערע סטראקטשור, אלעס איז געווען. אבער געפיל פאר א קינד? דאס נישט. נישט אגעווען קיין ווארעמקייט (נישט ביי אלע משפחות, אבער דער מהלך המחשבה ביי רוב איז געווען דאס זעלבע). דאס קינד האט געמוזט נאכגיין דעם טאטן גענוי ווי ער האט גע'חלומ'ט, צאי לך בעקבי הצאן מיט א שמוץ אריבער, און אויב נישט איז געגאנגען פעטש, טעראר און פרעשור. דאס קינד האט געמוזט טון אלעס לויט די פאנטאזיע פון די עלטערן אדער מלמדים, נישט געווען קיין "על פי דרכו", ווער איז דען דער קליינער ראצער צו האבן א דרך בכלל? איי מען זעהט דאך ער האט געוויסע נייגונגען צו איין זאך אדער א צווייטע? אה, דאס זענען בלויז שלעכטע מדות, און אפאר גוטע פעטש וועט עס שוין מסדר זיין. מיר זענען אויפגעוואקסן אין א סדומ'ער בעטל. דו קענסט עס אוועקמאכן, אבער פאקט בלייבט פאקט. מען האט נישט געזעהן קיין פארשטענדעניש פון די עלטערן צו די קינדער. און איך האלט נישט אז מען דארף ספויעלן קינדער, קלאר אז נישט, אבער צווישן די צוויי עקסטרעמען איז פאראן א הערליכע דרך הממוצע, ומינה לא תזוע.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:45 am
דורך גאנצל
חכם באשי האט געשריבן:איין הערה:
איך האלט מיך פאר דער 'בעסטע טאטע' וואס מיינע קינדער וואלטן ווען זיך געקענט אויסקלייבן. עס וועט מיך שטארק אהרען אויב מיינע קינדער וועלן מיך צענעמען אינעם דעמאלטסדיגע שפלינטער פארום "טשיקען זופ".
כלומר: מיין טאטע האט נישט באקומען קיין גיידענס וויאזוי אומצוגיין מיט קינדער. ער האט אבער געטרייט זיין בעסט. לויט זיין אייגן חינוך, און לויט זיין 'פארשטאנד'.
זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.
א שטארקע פוינט
אבער ס'איז א גרויסע חילוק ווייל אונזערע קינדער וועלן אפשר
לאכן פון אונז וכדו' אבער האבן א
שווערע געפיל פונעם יוגנט און אנעסעניש ביי טייל וועט נישט זיין
דארפסט נישט קיין גרעסערע ראי' קוק אן די ת"ת רוב קינדער פון רוב ת"ת "ווילן" היינט גיין אין חדר
ויש להאריך בזה אבל אין פנאי
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:08 pm
דורך איך אויך
יואב האט געשריבן:הרב [tag]נצבד[/tag], איר מישט דא אויס קארן טשיפס מיט סאוער פיקלס.
פאר הוש"ר? כ'גלייב נישט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:01 pm
דורך שצם_חנכל
איך עגרי מיט שרייבער און באגאבא לגבי מיינע עלטערן, אבער איך זעה אז רוב ק"ש חברים האבן געהאט אנדערע סארט עלטערן, אפשר דארף מען אנפרעגן אין אייוועלט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
די לויים אין ביהמ"ק, ווען האבן זיי זיך געלערנט שפילן אויף די כלי זמר?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:37 am
דורך דולה ומשקה
די בעיבי באומערס האבען געלעבט אין א פרייליכע און לעבידיגע אטמעספערע, נישט קיין נפק"מ ווי אזוי זייערע עלטערן זעלבסט האט זיין מחנך געוועהן, דאך איז עס געוועהן א ארגענעל לעבן, ס'נישט געוועהן א געמאכטע אדער געלעבט פאר 'יענעם', יעדער פאר זיך האט געלעבט מיט זייערע אייגענע נאטורן, אין מיט די געוואוינהייטען וואס מ'האט געהאט גע'ירש'ט פון גענעראציעס ארויף אין די ק"ק שטעטליך. ס'נישט געוועהן קיין פערטל פון די היינטיגע חרמות וקונמות, אסורים און גזירות, גיין ארבעטן איז געוועהן דער נארמאלסטע זאך און בכלל נישט קיין סתירה מיט א עכט דביקות'דיגע קידוש בליל שב"ק.
אבער...
ווען די זעלבע בעיבי באומערס זענען געווארען פערציג אדער פופציג, האבען זיי, די זעלבע וואס געלעבט אין געלאכט, געטוישט מיט א דריי הונדרעט אין אכציג דעגרי, אין צוביסלעך אריין געגעבען פאר נעקסטע דור אזא מין פארדרייטע אויף ברענגונג, ווי למשל, מ'לעבט פאר יענעם, אלעס וואס איז אמאהל געוועהן געהעריג מותר איז היינט בתכלית האיסור אדער סמוך לזה, אלעס איז געווארען אזוי פארמאל, זעלטן צו טרעפן אייגן ארטיגע מענטשען, ועוד יש להאריך בזה טובא.
אוי, דער קומענדיגע גענעראציע גייט דאס אבער שנעל צוריק דרייען, אבער ליידער נישט באופן של בדרכו שלום נאר באופן פון רעבלן און צוריק שפייען...
דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין. דער בעיבי באומערס האבען אנגעמאכט א בכיה לדורות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:51 pm
דורך סאו וואט
גאר און קורצן.
א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות,
ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן,
ער האט מיר געוואלט הארגענען.
לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין.
אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע.
און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן.
משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:16 pm
דורך גאנצל
סאו וואט האט געשריבן:גאר און קורצן.
א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות,
ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן,
ער האט מיר געוואלט הארגענען.
לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין.
אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע.
און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן.
משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.
מיינסט צו זאגן אז פאלשע אהבה איז פונקט אזוי נישט גוט ווי נישט געבן אהבה בס"ה דארף מען וויסן צו געבן עכטע אהבה פאר'ן קינד גיט איך הער אבער פאלשע אהבה איז דאך בעסער פון גארנישט ולא פליגי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:17 am
דורך שמעקעדיג
אט שרייבט מנשה'לע לוסטיג
אויף אייוועלט:
ווען איך געב א קוק אויף די היינטיגע קינדער וועלט, און כ'פראביר עס פארגלייכן צו מיינע יונגע יארן, איז עס אזוי ווייט אנדערש.
קודם כל, איז דעמאלטס נאכנישט געווען די פולע היינטיגע שפילעריי, און וואס מ'האט סך הכל געשפילט איז געווען אין זאמד, און א טייל האבן פארמאגט גרויסע סענד באקסעס.
מ'האט געגראבן ערד, געזייעט שטויב, און געהאקט ביימער, געבויעט בודקעס, און געמאכט ביזנעס און גרויסע פאנטאזיעס.
נאך א טאג שפילן, איז מען ארויפגעקומען פארשווארצט פון זאמד און בלאטע, און אויסגעבראטן פונעם זין און די הויזן טרעגער האט קוים געהאלטן די בגדים אינעווייניג.
אבער איך האב זוכה געווען צוצוזען ווי א טייל פון מיינע חברים ארום, באקומען שיינע נייע שפילצייגן, איינער האט געדרייווסט א צוויי רעדלדיגע בייק, און נאכדעם איז ארויסגעקומען די 'סקוטער'.
איך האב מיט בקשות ותחנונים געבעטן, כ'וויל דאס אויכעט, אבער וויבאלד ס'האט געהייסן ביי מיינע עלטערן א גויאישע זאך, בין איך קאטאגאריש געווארן אפגעזאגט דערפון.
האב איך בלית ברירה געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן וואס כ'האב אראפגעריסן פון א ביימעלע און צוריק גיין אל שקי ותעניתי.. צום זאמד און גראז קוילעריי.
נישט קיין סקוטער נישט קיין בייק און נישט קיין רעכטע טוי, נאר וואס כ'האב באקומען ביי די דריי יאר, דאס האט געמוזט זיין גוט ביז די דרייצן.
אבער אין יענע יארן, האט מיין טאטע געמאכט א שטיקל זאא, ער האט געקויפט טשיקענס לרוב, און עס געהאדעוועט אליינס אין א געלע אפגענוצטע באס, אינעם וועלדל נעבן אונזער הויז.
אונזער הויז איז געווען די לעצטע הויז אינעם געגענד, ארומגענומען פון וויסטע ביימער, און אביסל טיפער, די טויטע בית החיים פונעם סקווערן שטעטל, וואס האט גענוג פחד אנגעזייעט אין מיינע געהירן, לאנגע נעכט, וואס כ'האב געשיווערט און נישט געקענט שלאפן.
אבער דארט האט מען פאלאצירט דעם טשיקען הויז, און מיט דעם האב איך מיך גענומען באשעפטיגן, מיט רשות צו אן רשות פון מיין טאטע.
שפעטער האט ער שוין געהאט כמעט הונדערט טשיקענס, האט ער עס אויפגעגעבן און געקויפט ציגעלעך.
קודם צוויי ציגעלעך, און ס'עפעס געשען אמאל, אז א הונט האט זיך אריינגעריסן פון די וואלד, און פארציקט האלב וועגס ביידע ציגעלעך, איינס ממש צום גסיסה און די אנדערע נאר טיילווייז פארוואונדעט.
דעמאלס האט ער עס מער באוואכט, און ס'איז געוואקסן ביז איבער דרייסיג ציגעלעך, און איך האב געמאכט א לעבן מיט זיי.
מיין טאטע האט מיך געלאזט העלפן מעלקן אינדערפרי די ציגעלעך, און די מילעך האט מען געטיילט פאר זקנים און חולים און יונגע בעיביס וואס ציגן מילעך איז געזונט פאר זיי.
אוי דעמאלטס איז שוין איינמאל געווען בלאטע און שמעקעריי, אבער כ'האב געלעבט דערין.
מ'האט געמאלקן און אדורכגעזייעט די מילעך און עס געבאטעלט, און פראבירט כאפן א רייט מיט זיי.. אבער די ציגעלעך פלעגן מיר אראפווארפן אין זומפ אריין.
שפעטער איז דאס אויך געווארן אסור.. און מ'האט דאס אויפגעגעבן, און ווידער בין איך געבליבן מיט זאמד און ביימער, זיך געהאנגן און שפאצירט אויף גראדע ווענט, זיך צעבלוטיגט און געלאכט און געוויינט.
חברים? ממש נישט.
נישט כ'האב געהאט עפעס צופארבארגן פאר איינעם, נישט כ'האב געהאט פראטעקציע ביי יענעם, און נאכדערצו האט א האלבע חדר נישט געמעגט זיין מיין חבר, ווייל יענער איז צו ווילד, פלעגן מיינע עלטערן זאגן, יענער איז נישט ערליך, יענער איז אזוי, און מ'מוז גיין שלאפן פרי, און מ'מוז דאווענען און לערנען, נאר נישט שפילן..
אונטערשטע שורה, די גאנצע שפילעריי מיינע אין די יונגע יארן איז געווען איין לאנגע קייט פון אנטשוישונגען, אז כ'האב שוין ממש געקלערט, אויב דאס איז יודישקייט, למה זה אנוכי.
אבער ס'דאך נישט געווען מער ווי איבערגעפרומטע הנהגות אויף מיינע יונגע פלייצעס.
אבער דאך, די זכרונות פון די זוניגע טעג אין די זאמד, שמעקט מיך נאכאלץ אין די נאז, ווייל דאס האב איך פארמאגט,און דאס געדענק איך.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: כ'ווייס נישט פאר וועימען ס'קומטצעך א לייק. פאר דיר אדער מנשה. איין זאך זעה איך אז ער (אויב ס'איז דער זעלבער) קען שרייבן זייער נארמאל. נישט ביזי מיט די העיליגע רעבבע. פאר א טשעינדזש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווארט נאר..ווארט