בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:22 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: איך האב נאר איין שאלה איבער דיין פאעמע פון ..."מבקש" די לעצטע שורה שטייט..."בסוף הגיע אל המטרה" ביסט זיכער אז ס'פעלט נישט קיין "שין...? און דער פשט איז ..."בסוף הגיע אל המשטרה"...! או המשטרה הגיעה אליו...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:03 pm
דורך קוקי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:10 pm
דורך חקרן
אין אן ערנסטן מינע לאז איך דא א צוואה, אויב עפעס פאסירט חלילה מיט מיר, זאל מען די ערשטע זאך פטור ווערן פון מיין לעפטאפ, הארד-דרייווס און אלע סארט טעכנעלאגיע. אמאליגע טעג וואלט מען דאס גערופן "פארברענען די כתבים", אדער "באגראבן די כתבים אינאיינעם מיט מיך", היינט האט עס אן אנדערע שפראך - פטור ווערן פון מיינע כלים, פארשפארן און פארמעקן מיינע אימעיל אדרעסן, פעיסבוק און אלע אקאונטס.
עס זענען פארהאן דא געוויסע יחידים וואס ווייסן ווער איך בין. (יא וואלווי? - ביסט נישט דער איינציגסטער, אבער איך בין דיר מצווה בקנין גמור, זאלסט דאס געדענקען), די פליכט ליגט אויף זיי, זיכער צו מאכן אז מיין צוואה ווערט פולקאם אויסגעפאלגט.
איך מיין עס ערנסט!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:21 pm
דורך וואלווי
אין שלטון ביום המות...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:24 pm
דורך סקרן
וועט וואלווי קענען מגלה זיין נאכדעם ווער דו ביזט געווען?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:27 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:וועט וואלווי קענען מגלה זיין נאכדעם ווער דו ביזט געווען?
ער הערט שוין נישט...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:29 pm
דורך טאמבל סאס
TB, relatives please keep away
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 4:08 pm
דורך וואלווי
Cremation sounds like an option...
מן הסתם איז דא גענוג מענטשען וואס וועלען וועלען איבערלאזן א ברכה ווי ביי ראש ממשלה רבין. כ'וויל זיי נישט געבן די געלעגענהייט...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:אין שלטון ביום המות...
וואלווי: נו, דערפאר מאכט ער דעם תנאי קודם למעשה...לאל...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:TB, relatives please keep away
טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
...צוה לפנותו חמשים שנה אחרי מותו, כדי שלא יהפך כל העולם כולו לבית הקברות.
ועיין ערך 'ליקוט עצמות'.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:12 am
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!
די נושאי הארון וועלן זיכער וויסן..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:22 am
דורך נקודת-אמת
berlbalaguleh האט געשריבן:אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!
ס'איז פארהאן א שיר של שיכורים
איבער א בראנפ"ן וואס האט געהייסן מאנאפאל"ע
און ס'גייט בערך אזוי:
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ביסט דאך אזוי טייער,
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ברענסט דאך ווי א פייער,
זינט מאנאפאלע איז אראפ אויפ'ן וועלט,
בין איך אזוי אין כעס,
ס'קאסט דאך אפ אזויפיהל געלט,
און טרינקען דארף מען אסאך...
מאנאפאלע...
רבונו של עולם בעט איך דיר,
הייליגער פאטער זיסער,
ס'זאל נאר רעגענען בראנפן און ביער,
מ'זאל קיינמאהל נישט ווערן ניכטער...
מאנאפאלע...
מיין קבר זאל מען מיט בראנפן אנשפריצן
ווייל דאס איז דער עיקר,
און אויף מיין מצבה זאל מען אויסקריצן
"דא ליגט דער אלטער שיכור"...
מאנאפאלע...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:31 am
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:TB, relatives please keep away
טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!
אבער TB איז פאר טאמבל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:57 am
דורך וואלווי
טאמבל סאס האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:TB, relatives please keep away
טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!
אבער TB איז פאר טאמבל.
TB SOS
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:04 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: ייש"כ פאר דעם שיינעם שיר (של יום.). על כגון דא נאמר..."בראנפן מארץ תצמח...!