בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:12 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב פיל א פשוטערע פראגע.

ווער האט איינגערעדט @זורח אז מצות ישוב ארץ ישראל איז מער גילטיג אינדערויסן פון די גרינע ליניע ווי אין מדנ"י זעלבסט?

ישראל קאפקע: איינער וועלכער איז נישט קיין עף.עף.בי. און ער איז נישט זייער שטארק באהאוונט אין די קליינע פינטלעך,אדער ער האט נישט אדורכגעלערנט דעם ספה"ק ויואל משה ככתבו וכלשונו, קען נישט פארשטיין די דקות'דיגע חילוקים. און דעריבער איז ראטזאם אז ער אדער זי זאלל נישט אריינרעדן אין די האקעלע עניינים, איידער ער אדער זי לערנט גרונטליך אדורך די גאנצע סוגיא על בוריה. די קאמפיוטער פראגראמען וועלכע פרינטן ארויס אינפא-גראפס און פיי טשארטס האבן נאכנישט דערלערנט אט די סוגיא.
והשנית. דאס אידישע הארץ ציעט אין איין דירעקציע. און דאס הארץ פון די בני נח ציעט אין אנ'אנדער. סובקאנשיעסלי. עיין פירש"י על הפסוק ויחד יתרו...!
ואידך פירושא, זיל גמור. )דאס האביך סתם אזוי אריינגעווארפן אלס א באנוס... :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
זורח: א גרויסן ייש"כ פאר דיין מאמר. ס'איז כמים קרים על נפש עייפה. ועיין מה שכתבתי בתשובה לאחד שמרחם על מחיית זרע עמלק...!
בשרו נעשה חידודין חידודין בעת שרואה ניצחון ישראל בשונאיהם בעזרת השי"ת...!

Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:47 pm
דורך בר-כוכבא
יישר כוח, זורח פאר דער חשובער אינציאטיוו צו העלפן אונז בני גולה זיך אומצוקערן אהיים אויף ביידע זייטן פון כל מיני גרינע ליניעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:54 pm
דורך דריידל
shem-tov האט געשריבן:איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג

נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח


אביסול צו סאטמעריש אבער גוטע פונקטן.

פאר א פרומע איד איז ליידער שווערער צו וואינען אין א"י ווי אין ניו יארק. די וואס זוכן צו אנטלויפן פון די חרדישע געזעלשאפט, א שטייגער ווי די עירמאנט חברה (כ'ווייס אז ס'איז דא ערליכע אידן דארט אויך, אבער ווייסט דאך וועם איך מיין), וואלט איך יא געראטן צו גיין אויף ישראל אבער פאר א חסידישע אדער ליטוואק איז גארנישט גרינגער דארט.