בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:45 pm
דורך אביתר פריעדמאן
איך זעה שוין איך וועל זיין שולדיג אסאך לייקס
אבער דערווייל לאמיר גיין ווייטער
ווען עטליכע קאמפיוטערס ארבעטן צוזאמען מיינט עס:
)אז צוויי פון זיי קענען עפענען די זעלבע פייל און מאכען טשענזשעס צוזאמען
2)זען וואס יענער טוט אזוי ווי איינער זאל האבען צוויי מאנעטורס\סקרינס
3)אדער נאר צו שערן צווישען זיך סחורה?

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:49 pm
דורך אביתר פריעדמאן
איז א סערווער אנדערש ווי א סתם קאמפיוטער?
די תשובה איז יא
דאן וואסערע אויסשטעל מוז די סערווער זיין אנדערש ווי די קאמפיוטער אז עס זאל זוכה זייין צו שינו שם. נישט האבען אודיא? האבען מער מעמארי ספעיס האבען מער רעם?

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:11 pm
דורך שלום על ישראל
עס קומען עפעס צופיעל ווערטער וואס זענען בדרך שאלה ותשובה ביחד...

א סערווער האט א זפעציעלע אפארעטינג סיסטעם וואס האט די מעגליכקייט צו פארנעמען אסאך קאמיוניקאציעס אהין און צוריק אויפאיינמאל. ס'האט נישט דוקא מיט סקרין שערינג, אבער א סערווען קען - אין אלגעמיין - האבן למשל צוויי מענטשן זעהן צוויי גאר אנדערע פראפייל דעסקטאפ, אין די זעלבע צייט.

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:32 pm
דורך הקטן
שלום על ישראל האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:אויב זיך לערנען קאמפיאטערס - וואס וואלט איר רעקעמענדירד?
און וואו אזוי

די ווארט "קאמפיוטער" קען באדייטן פארקויפן אדער פאררעכטן הארדווער, פארקויפן אדער פאררעכטן סאפטווער, נעטווארקינג, פראגראמינג (א פולע וועלט פאר זיך), גראפיקס, מיקסינג (מוזיק), ועוד.


פראגראמעניג

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:35 pm
דורך שלום על ישראל
הקטן האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:די ווארט "קאמפיוטער" קען באדייטן פארקויפן אדער פאררעכטן הארדווער, פארקויפן אדער פאררעכטן סאפטווער, נעטווארקינג, פראגראמינג (א פולע וועלט פאר זיך), גראפיקס, מיקסינג (מוזיק), ועוד.

פראגראמעניג

עס זענען פארהאן אסאך סארטן פראגראמינג. דו האסט עפעס באזונדערס אין באטראכט?

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:38 pm
דורך הקטן
ניין
אין מיין שאלה איז וואס איז כדי אויב וויל איך ארבעטן פאר מיר

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:47 pm
דורך שלום על ישראל
ס'איז שווער צו זאגן. ס'איז פארהאן צענדליגע שפראכן וואס זענען גאר גוט. עס זענען פארהאן פראגראמינג שפראכן (פאר וועב און ווי אויך פאר קאמפיוטערס, א שטייגער ווי C+, C#, Visual Basics, PHP און נאך), עס זענען פארהאן סקריפטינג שפראכן (ווי למשל Javascript). אנדערע הייבן אהן מיט IT שפראכן (ווי פשוט'ע Batch פיילס), אדער די דעטעבעיס שפראך (ווי SQL).

פאר איינער וואס ווייסט נישט גארנישט פון די אלע זאכן, איז דירעקציע-לאז, און כ'ווייס נישט ווי אהנצוהויבן, און וואס וועט ארבייטן.

צו ארבייטן פאר זיך איז ווייט פון פשוט, חוץ נאך אפאר יאהר מיט עקספיריענס האכן ארבייטן ביי א צווייטן. קיינער וויל נישט זיין דיין ערשטע פראיעקט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:51 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
Is anyone here a good tech guy who can help me with some issue that I have ?
Please email me berwtech@gmail.com

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 12:24 pm
דורך שלום על ישראל
סאָם אישו? די "טעק גיי" איז א ברייטע טערמין, און עס וואלט געווען הילפבאר פאר אייך אויב דער א.ג. ט"ג ווייסט בערך צו איר ווילט הילף מיט א קאמפיוטער סאפטווער, וואש מאשין אדער שראַפעל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:44 am
דורך קורקלענד
הקטן האט געשריבן:פראגראמעניג

https://www.edx.org/course/introduction ... ardx-cs50x
דאס איז די אינטראדאקציע קורס צו פראגרעמינג אין די בארימטע הארווארד. די קורס איז בחונם.

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 8:36 am
דורך טאמבל סאס

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 7:47 am
דורך טאמבל סאס
עס קומט אפשר נישט דא אבער א בעסערע ארט האב איך נישט געפונען. איך ברויך, פאר א פראיעקט, נוצענדיג מיינע אייגענע עקספיריענס, אראפשרייבן א באריכט איבער די חילוקים און די מעלות און חסרונות צווישן נוצן דזשאווא סקריפט ווערסוס דזשעי קווערי. בטבע האב איך נישט ליב אזעלכע טעסקס ווייל אין די ענינים גלייך איך נישט טעאריע. אפילו בעת'ן קאודן ארבעט איך אויף אן אימפראווייזעישן מהלך. טרייעל און עראר. וואס איז שייך צו פילאזיפירן איבער א זאך וואס איז היסטארי? כ'בין עפעס שולדיג 'מסורה' צו דזשאווא סקריפט? עניוועי, אט זענען כלליות'דיגע נקודות וואס איך ווייס אבער איך זוך ווי אזוי איך קען זיי לינקען מיט ספעציפישע דוגמאות אין מיין געשריבענע קאוד.

מעלות פון דזשאווא סקריפט:
* מען ברויך נישט האלטן קאמפליצירטע לייברעריס אפ טו דעיט (הגם אויב לינק איך עס צו 3רד פארטי סערווער זע איך נישט JS's מעלה איבער JQ)
* עס איז לייכטער צו פארשטיין וואס גענוי טוטצעך אפ ווען מען פארגלייכט די דזשאווא סקריפטינג פעידזש צו די HTML פעידזש ווייל מען קען זען מער פון די קאוד (דהיינו עס איז ווייניגער באהאלטן ווי אין JQ. למשל די כינויים פון די פונקציעס און די אויפפיקן עלעמענטס פון די פעידזש וכו').

מעלות פון דזשעי קווערי:
* קען בעסער זיך אן עצה געבן מיט דיפערענט וועב בראוזערס
* לייכטער צו דירעקט אדרעסירן אלע - פון איין טיפ - DOM אביעקט. למשל אלע ליסט עלעמענטס (פעלט קלארקייט)
* לייכטער צו באהאלטן און אויפדעקן ערטער אויף די פעידזש (למשל דורך טוישן IDs און האבן דערפאר אנדערע סעטינגס אין די css און דאן בינדן פונקציעס, mousein mouseout וכו')
* בכלל לייכטער צו באהאנדלען פראסעסינג וואס ברויך געשען ביי איווענטס
*לייכטער צו רעפרענצן קינדער און עלטערן אין רעפערענץ צו איינער דער אנדערער

וואס זאגט איר?
[tag]שלום על ישראל[/tag] וואלט געווען גאר נוצליך אצינד.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 8:27 am
דורך שלום על ישראל
א. דו פארשטייסט מסתמא אז דזשעי-קוערי איז בסך הכל א לייברערי פון דזשאוואסקריפט פונקציעס. יא?

עכ״פ, לאמיר דורכגיין די נקודות.

מיט קליינע אויסנאמעם, צווינגט קיינער נישט צו האלטן די לייברערי אפ-טו-דעיט, אויסער אז דו ווילסט געניסן פון די לעצטע צוגאבעס, כמובן.

ווי אסאך אנדערע סקריפטערס, ביסטו לכאורה מער באקוועם מיט די דזשאוואסקריפט סינטעקס ווי איידער די דזשעי-קוערי סינטעקס, און דערפאר פארשטייסטו לייכטער וואס עס קומט פאר ביים פארגלייכן די קאוד.

וואס מיינט דען א לייברערי? א קאלעקציע פון אפט-באנוצטע - אדער אפט-געוואונטשענע פונקציעס, צונויפגעזאמעלט, און אריינגעברענגט פאר אייער באנוץ.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:48 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווייסט איינער אפשר צו זאגן וועגן די סייט get into Pc זיי גיבען פיינע פראגראמס פאר בחינם. מ׳דארף אבער אויס לעשן די אנטי וויירוס ווען מ׳דאנלאד דארט. האט איינער עקספיריענס שטעקט דאס אן די קאמפיוטער מיט וויירוסעס וכדו׳

Re: קאמפיוטער טעקנישען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:40 pm
דורך פאליטיקאנט
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר צו זאגן וועגן די סייט get into Pc זיי גיבען פיינע פראגראמס פאר בחינם. מ׳דארף אבער אויס לעשן די אנטי וויירוס ווען מ׳דאנלאד דארט. האט איינער עקספיריענס שטעקט דאס אן די קאמפיוטער מיט וויירוסעס וכדו׳
די אנטי וויירוס וועט אלץ חושד זיין פראגראמען וועלכע זענען געווארן מאדיפיצירט.

איך ניץ זייערע פראגראמען טעגליך.
און איך האב שוין מער ווי איינמאל דורך געגאנגן פונקטליך וואס זיי טוען.
עס איז אוקעי.

מ'דארף נאר זיכער מאכ'ן אז מ'איז אויף די ריכטיגע סייט נישט אויף I" get into PC".

די ריכטיגע לינק.
https://getintopc.com/