בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 2:30 pm
דורך שלום על ישראל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אפשר בין איך אויך א שמאק בן שמאק מבטן אמי?
והשנית כטאר נישט האבן מיין שיטות?
והשלישית כבין אויך אדורך אביסעל א שווער צייט ביים אריין שיקן מיינע קינדער אין מוסדות, און געזאגט און גע'חתמ'ט א באנטש ליגענט.
למעשה האלט איך אבער א רבי וואס טוט אלץ פאר די תלמוד תורה ווי שאפן געלטער אין אויפנעמען מלמדים וגו׳ האט רעכט אנצונעמען וועמען סגעפעלט עיהם, אין קען אפזאגן אויך שטילע.

דו ביזט מסתם נישט קיין שמאק, אבער דו ביזט אומוויסענד, און - מיטן שרייבען אין א אומוויסענד נושא, ביסטו איגנאראנט (ignorant)!

די רבי שאפט געלטער?! פון ווי?! פון אונז!!! מיר גיבן אים געלט לעשות כרצונו? צו גיבן חינוך פאר א פאר משפחות מיוחותים? ניין! מיר גיבן אים געלט צו גיבן חינוך פאר אידישע קינדער.

ב.ד.וו., רוב עקזיסטירענדע מוסדות זענען עלטער, און שטייען שוין יאהרן פאר די איצטיגער הייליגער רבי האט איבערגענומען די הנהגה און אנגעהויבן "שאפן געלטער אין אויפנעמען מלמדים וגו׳"... ער האט געווענדליך איבערגענומען א מוסד וואס מיר און אונזערע עלטערן האבן אויפגעשטעלט מיט שווערע געלטער, סיי מיט שווער-געהארעוועטע שכ"ל און אויך ברייטהארטיגע נדרים ונדבות וועס מיר\זיי האבן געשטיצט כדי צו בויען א עתיד פאר אונזערע\זייערע קינדער, אייניקליך און אור-אייניקליך. דאס אלעס איז געווען ווען אונזער היינטיגער רבי איז נאך געווען א קטן שלא הגיע, אדער גאר זיך אויפגעפירט אין א וועג וואס מ'וואלט אים דאן ארויסגעווארפן פון די ישיבה לויט זיינע היינטיגע תקנות...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:38 pm
דורך מור וקציעה
הדד בן בדד האט געשריבן: ווען מיין רב האט געזאגט די וואך פאר'ן וויזניצער רב עפעס וואס האלט אט אט ביים געשעהן צוליב דעם וואס צופיל טאטעס האבן נישט קיין סקול פאר זייערע קינדער, ווואס אלס רעזולטאט פון דעם וועלט אפאר רבנים האבן רויטע הינטענעס, האט ער שנעל אנגהויבן מסביר זיין פאר מיין רב אז זיי טארן דאס נישט טאן בשום אופן, און עס וועט נאר ערגער מאכן בלא בלא בלא...


[tag]הדד בן בדד[/tag] אויב קענט איר ביטע אויף שפיץ גאפל מסביר זיין וואס עס באדייט

כמובן אך ורק ללא שום חשש של גילוי ח''ו

Re: זעלבסטמארד אין רכסים ארץ ישראל צוליב א לא נתקבל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:05 am
דורך samiam
שאולזאן האט יעצט מפרסם געווען א מכתב התאבדות
http://bshch.blogspot.com/2015/09/blog-post_259.html
כדרכו בקודש איז עס זייער מעגליך פעלטש.