נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:22 am
ואענה גם אני את חלקי:
עזריאל, במחכ"ת, דו רעדסט נישט צו דער זאך. צום ערשטן, איך זעה נישט קיין שום סעלף רעספעקט אין איגנארירן דעם נושא פון די דעוועלאפערס.
ווייטער, איך דאוון אין א קליין בית מדרש'ל, א קארגע צוויי מניינים, אבער דער רב איז א שטיקל טוער, און אזוי ווי דארט אין בית מדרש זענען דא צוויי אידן וואס האבן נישט יעצט קיין סקול פאר זייערע טעכטער האט ער זיך אביסל אריינגעלייגט אין דעם ענין און ארום געלאפן צו די אנדערע רבנים, און איך וועל איבערדערציילן דא אביסל וואס איך האב געהערט פון אים סודות פון חדר.
ער זאגט מיר אז די רבנים האבן אים געזאגט היינט און נעכטן אז כרגע איז דא גאנצע אכציג מיידלעך (וואס זיי ווייסען, לכאורה איז דא נאך וואס זענען נישט אויף זייער ליסטע) וואס האבן נאך נישט קיין סקול. (זיי האבן נאך נישט קיין גאנצע ליסטע אבער זיי האבן באאויפטראגט ר' אהרן יאסל בערגער ער זאל צאמשטעלן א גאנצע מסודר'דיגע רשימה) סקול פאנגט זיך אן די וואך מיטוואך. די רבנים שרייען אז די עלטערן זאלן זיך צאמנעמען און עפענען אליינס א סקול.
אבער מיין רב האט מיט זיי גע'טענה'ט אז כמעט אלע פון די טאטעס (ער האט געזעהן א טייל פון דעם רשימה) זענען נישט קיין בעלי יכולת. מיין רב, צוזאמען מיט עטליכע עסקנים האבן זיך אוועק געזעצט מיט מנהלים פון עקזיסטירענדע מוסדות און אויסגעשטעלט א בודשזעט, און עס קומט אויס צו בערך זעכציג אלפים א חודש, נאך איידער רענט, באסעס און עסן. בלויז די פעיראל פון די פרינציפעלס, טיטשערס, סעקרעטעריס, מענעדשזער און דזשעניטאר קומט אויס צו זעכציג אלפים א חודש.
אכציג מיידלעך שכר לימוד (בערך 200 א חודש פער מיידל) קומט אויס צו 16 אלפים. לאמיר זאגן אז עס וועט נאך געלונגען צו באקומען עפעס פראגראמען, וועט נאך אלס איבערבלייבן א דעפיציט פון העכער 30 אלפים א חודש. נו, זאגט איר אליינס. וויאזוי גייט דאס געדעקט ווערן. דער מציאות איז אז די טאטעס זענען די פלעינע מענטשן. נישט קיין מאכערס, שוויצערס, עסקנים, גבירים וכדו', ווען יא, וואלטן זייערע קינדער שוין געווען ערגעץ. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא סקול גייט נישט דורכמאכן דעם ערשטן יאר. און דאן וועלן די קינדער ווידער זיין אין גאס, און מען וועט האבן נאך עטליכע צענדליגע פארווייטאגטע מענטשן אין שטאט.
דערפאר האט מיין רב גע'טענה'ט מיט די רבנים, נעמט איר אריין די קינדער אין אייערע מוסדות, ווען די אכציג קינדער ווערן צוטיילט צווישן די עקזיסטירענדע מוסדות וועט עס נישט צולייגן גאנצע זעכציג אלפים א חודש, ווייל יעדער האט דאך שוין אלע איינגעשטעלטע. דאס מערטסע וואס קען זיין איז אז טייל מוסדות וועלן מוזן עפענען נאך א קלאס.
און טאקע אויף דעם שרייען די רבנים, וואס????? פארוואס עפעס זאל איך דאס טאן, זיי זענען דאך נישט מיינע מענטשן!!!
אבער מיין רב האט זיך נישט געלאזט, נאר ער האט זיי געענטפערט אין פנים. ווען איר גיט ארויס קול קורא'ס אז מען זאל גיין שטימען ווילט איר אז די מענטשן זאלן גיין פאר וועמען איר הייסט, פאר די וואס לאזן אייך טון וואס איר ווילט, אדער איר קענט באשטיין אז זיי זאלן גיין פאר פרעזערוו רעמעפא. ווען איר גיט ארויס איסורים אויף סיי וואס אימער פארלאנגט איר אז יעדער זאל פאלגן, אפילו די וואס געהערן נישט צו דיר. נו אויב אזוי פארוואס איז דאס נישט דיין אחריות, ווי ענדיגט זיך דיין בעלות און דיין אחריות.
איר ווייסט וואס מען האט אים געענטפערט אויף דעם? "הרב ..., מיט דעם אופן וועט איר זיכער אין ערגעץ נישט אנקומען". ער האט זיי צוגערירט אין פינטל און מען האט אים שוין געווארענט: צי נישט איבער דעם שטריקל.
און עזריאל, דו זאגסט איך זאל קוקן אויף בית דוד, ישיבה ספרינג וואלי און בית רחל, וועל איך דיר פארציילן אז מיין רב איז נעכטן געזעצן א שעה מיט די מנהלים פון בית רחל. איר ווייסט וואס בית רחל זאגט? זיי זאגן אז זיי זענען טאקע די עלטסטע היימישע מיידל סקול אין מאנסי, און זיי האבן טאקע א גרויסן שטח, זיי האבן ווי צו בויען, זיי דארפן בויען, אבער מיט דעם אלעם קענען זיי נישט שאפן קיין געלט צו בויען. זיי האבן אויך טרעילער'ס אויף זייער לאט.
און זיי לייגן צו. אמאל האבן מענטשן געגעבן פאר פריוואטע מוסדות, דאס איז פערטיג. היינט גיט מען נאר פאר פארטייען און בית רחל איז נישט קיין פארטיי. זיי זאגן, גיט נאר א קוק ווי סאטמאר, וויזשניץ, בעלזא, פאפא, באבוב און סקווער בויען בניינים אויף רעכטס און לינקס, און מיר מוטשענען זיך שוין אפאר יאר און מיר קענען נישט שאפן די פאר דאלער צו בויען א בנין.
נו וואס זאלן נאך זאגן אפאר ארימע טאטעס.
אלזא עזריאל. די טאטעס באגראבן נישט די קעפ ווי בת היענה'ס, זיי זעען זייער גוט דעם מצב. זיי זעען ווי בנות חיל האט צוגעמאכט "וועגן געלט". זיי זעען וואס גייט פאר אין בת מלך\עטרת בנות, זיי ווייסן זייער גוט אז זיי האבן נישט קיין שום שאנס צו עפענען א מוסד.
יא, די עקזיסטירענדע מוסדות זענען אויסדרוקליך מחוייב צו אויפצומאכן נאך א קלאס אויב קינדער בלייבן אויפן גאס. פארוואס דען זענען זיי רבנים אויב נישט צו פארזארגן דעם כלל. נאר אויף ארויסצוגעבן איסורים? דאס קען איך אויך. איך קען נאך אזוי גוט שרייבן ווי זיי. פארוואס זיצן זיי אויבן אן און באקומען כבוד מלכים און אבסאלוטע פאוער אויב נישט אויף צו פארזארגן די שטאט.
*
רשכבהג, זייער א גוטע עצה, אבער פון ווי וועלן זיי באצאלן די צוואנציג אלפים א יאר פער קינד?
*
ירא שמים, א הפלא'דיגע עצה. נו, לאמער זעהן, אפשר קענסטו עפעס טוהן למעשה אויך. וויאזוי עפענט מען דאס אייגענע קהילות. די אכציג מיידלעך באשטייען פון בערך פערציג משפחות, צושפרייט און צוזייט איבער גאנץ מאנסי, וואס ביי א גרויסן טייל פון דעם, איז די איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז דאס אז זיי האבן יעצט נישט קיין מוסד. וויאזוי מאכט מען פון דעם א קהילה?
*
צוריק צו עזריאל, דאס אז סט. לארענס האט געלאזט בויען האט געברענגט א ישועה? א קאטאסטראפע האט דאס געברענגט. איך האב נייעס פאר דיר. און דאס איז שוין דירעקט שייך צו די דעוועלאפערס דעבאטע און צו עס האט שייכות דא אהער צו נישט.
אני הקטן האט דא געשריבן אז אינפראסטראקטור באשטייט פון ראודס, וואסער סיסטעם און מוסדות, זאגט אים שעפטל ווי א חכם, איך בין נישט זיכער אז עס איז אריינגערעכענט.
אויב אזוי לאמיך דיר פארציילן. ווען אמעריקא האט איינגענומען איראק, האט מען זיך פארנומען דערנאך מיט צוריק בויען דעם אינפראסטראקטור, איר ווייסט וואס דאס איז? מען האט געבויעט גאסן, די וואסער און עלעקטריק סיסטעם און... סקולס. יא, סקולס. סקולס איז אויסדרוקליך א טייל פון דעם אינפראסטראקטור.
און איך וועל דיר פארציילן נאך עפעס, מיט עטליכע יאר צוריק, ווען די דעוועלאפערס האט משחד געווען סט. לארענס צו טוישען דעם מעסטער פלען (וואס דאס האט ערמעגליכט צו בויען אין מאנסי אויף דעם אופן ווי מען בויעט היינט), איז געווען א טייל פון דעם פלאן צו פארברייטערן רוט 59, צולייגן נאך א לעין אויף יעדע זייט, און צולייגן נאך אן עקזיט צום טרואוועי. אבער אט די צוויי זאכן האט מען פלעיט איגנארירט, נאר דעם טייל פון בויען דירות און קיין שום חשבון, נאר דאס האט מען איינגעהאלטן.
מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן דעם שוידערליכן חורבן וואס קומט פאר אין מאנסי מיט דעם טרעפיק טאג טעגליך, און אצינד זעהט איר דאס ביי די מוסדות אויך. סאו אוודאי איז דאס די אחריות פון די דעוועלאפערס. ווער מיינט איר פירט היינט מאנסי? די דעוועלאפערס. לעבאוויטש, אשרי און נאך אפאר אזעלכע. דאס איז דאס, זיי זענען בעה"ב. סט. לארענס איז זייער פאפעט. זיי צאלן אויס זיינע קאמפיינס, זיי פארזיכערן אים אז ער וועט בלייבן אויפן בענקל לעולם ועד אויב ער וועט טון וואס זיי ווילן.
דאס איז א פשוט'ע קאטאסטראפע פאר מאנסי.
וואס פרעגסטו נאר שפעטל? צו יענקי סופר האט זיך געזעצט מיט די מוסדות איבער זיינע דירות? וואס א מין שאלה איז דאס. דארט איז דאך די ווילידזש און די מוסדות איין קאמפאני, אז ער באקומט א פערמיט צו בויען, מאכן די פארטיי געלט אויף יעדן דירה און פון דעם האבן זיי געלט צו בויען מוסדות. אדרבא, אפשר זאל מען איינפירן דא אין מאנסי אויך אזוי. אז מען זאל זאגן די דעוועלאפערס אז די רבנים גיין מער נישט ארייננעמען קיין קינדער פון זייערע דעוועלאפמענטס אין די מוסדות נאר אויב זיי וועלן אוועקשטעלן א פאנד און אריינלייגן צען אלפים פאר יעדן דירה וואס זיי בויען, און פון דעם געלט וועט מען בויען מוסדות.
(אוי וועט דעמאלס זיין מוסדות, און דעמאלס וועסטו זעהן ווי יעדער וועט זיך שלאגן איבער בעלות אויף דעם פאנד)
און ווידער וויליאמסבורג איז לגמרי נישט קיין פארגלייך. אין וויליאמסבורג קומען כמעט נישט צו קיין אידן פון אינדרויסן צו וואוינען דארט. עס איז בעיקר די נאטורליכע וואוקס. דאס איז פיל גרינגער זיך צוצושעטלן צו דעם. אבער דא אין מאנסי קומען דאך צו יעדעס יאר אפאר טויזענט משפחות פון שטאט ארויס, און דאס איז פיל פיל מער ווי די נאטורליכע וואוקס. עס איז קלאר א שוידערליכע הפקרות, רשעות, רציחה און אכזריות צו בויען דירות און זיך אנפאקן די טאשן מיט מיליאנען אן זיך צו רעכענען א משהו מיט די געברויכן פון די שטאט און פון אירע איינוואוינער.
און לעיקוואוד קען מען אויך נישט צוגליייכן צו מאנסי. יעדע שטאט האט זיין קולטור און אטמאספערע. דער מציאות איז אז אין מאנסי האבן זיך שוין עטליכע מוסדות פארמאכט צוליב געלט און איך האב אייך פריער געברענגט דעם חשבון פון די קאסטן פון א סקול.
און איך ווייס אז אהרן יאסל בערגער האט טאקע היינט גערעדט מיט איינעם פון די טאטעס און האט אים געבעטן העלפן צאמשטעלן א רשימה פון אלע קינדער וואס האבן נאך נישט קיין מוסד. האט אים דער טאטע געפרעגט, און וואס גייט מען טון מיט דעם רשימה, זאגט אים ר' אהרן יאסל, אז די רבנים ווילן זעהן אז מען זאל עפענען א מוסד פאר די קינדער, פרעגט אים דער טאטע און ווער גייט עס אויסהאלטן?...
דער טאטע ווארט נאך אויף אן ענטפער.
זאג נאר, קאווע טרינקער, דו ביסט אויפן קאפ געפאלן?