בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:41 pm
דורך town1
א מצווה קומט אן שווער

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:51 am
דורך ציבעלע-קיגל
איך גיב נישט קיין היטשעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:02 pm
דורך נפתלי
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך גיב נישט קיין היטשעס

די אשכול איז נישט קיין אנקעטע

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:24 pm
דורך אייגענארטיג
איך האב היינט זיך אפגעשטעלט פאר איינעם ארויס פון מיין סדר יענער האט מיר געוויזן איך זאל מיר אפשטעלען פאר נאך מענטשען וואס ווארטן אויף היטשעס. אינדערמיט נעמט יענער ארויס א בעג אין הייבט אן עסן א טונא סענדוויטש מיט סאר פיקל אן אפי' פרעגען. ער האט גערעדט אויפן סעל בשעת איך האב אין ער האט מיר איבערגעשריגן אפאר מאל ווען ער איז ארויס האב איך אים געזאגט זעיסט כאטשיג פארוואס איך האב מיר נישט אפגעשטעלט פאר אנדערע..............................

נ.ב. די שריים ליגט נאך אין קאר ניטאמאל די מוה נאכצוקליענען האט ער געהאט

Re: היטש

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:23 pm
דורך איחוד פעלד
אייגענארטיג,
פארוואס גלייב איך דיך נישט מיט דיין מעשה?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:27 pm
דורך אזוי גאר
איחוד פעלד האט געשריבן:אייגענארטיג,
פארוואס גלייב איך דיך נישט מיט דיין מעשה?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


דאס איז נישט זיין פראבלעם !

אין נאך. מן הסתם ביזטו פון די היטשער אין נישט פון די היטש געבערס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:אייגענארטיג,
פארוואס גלייב איך דיך נישט מיט דיין מעשה?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

מסתמא ווייל די געסט נישט קיין היטשעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:49 pm
דורך דולה ומשקה
טוה מיר א טובה זיי נישט קיין גוטע אויף א צווייטענס חשבון, ווער מיר נישט קיין שדכן, מיין נאמען לאז אויס פון דיין היטש רשימה, אויב וועל איך זיין בגיסטרא וועל איך צופארן קיין שומר שבת פרען ר' הלל.

א חוצפה,
האסטו פלאץ פאר מיר, מיין ווייב, בעיבי, וכו' וכו' וכו' וכו'?

אויב פילסטו פרענטליכע הרגשים אז דאס איז אזא שטארקע מצוה עפען אויף א גמ"ח, אבער מיר, לאז מיר ארויס, שלעפ מיך נישט אריין אין דיינע הארציגע געפילען.

אוי וואס טוט מען אויב דאס איז אחד מבני המשפחה...?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:46 pm
דורך Big Boy
You have to be careful in the Catskills with giving hitches. Cops are giving tickets to both, the hitchhiker and the hitchgiver.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 6:35 pm
דורך שעפטל
אז מ'רעדט שוין פון היטשעס, האב איך געהערט א גוטע מעשה וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך מאנטאג - ר"ח מנחם אב, א אינגערמאן פון וויליאמסבורג זייענדיג א שטארקע חסיד פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) וואס פארט ארויס יעדען ר"ח קיין קרית יואל צו הערן דעם רבי'ןס הלל, אבער אזוי ווי די רבי איז אויף אפרי אין ניו העמפשער האט ער געוואלט ארויספארן הערן הלל פון בנו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וואס געפינט זיך יעצט אין די זימער וואכן אין מחנה ישיבה לצעירים ד'סאטמאר וויליאמסבורג אין ליבערטי ניו יארק. דער אינגערמאן האט א געכאפט א היטש פון וויליאמסבורג צו די מאונטענס, און דער היטש געבער האט אים געפירט ביז עקזיט 104, דארטן ביים עקזיט האט ער זיך אפגעשטעלט ווארטענדיג אז איינער זאל אים געבן א פרישע היטש צום קעמפ וואס איז אין עקזיט 101...

שטייענדיג דארט האט זיך אפגעשטעלט א פאליציי מאן, און דער אינגערמאן האט אנגעהויבן אוועקצווואקן, דער פאליסמאן האט אים צוריק גערופן און געפרעגט צו ער ווייסט אז ס'איז נישט לעגאל צו כאפן א לופט, דער אינגערמאן האט גענטפערט אז ער האט נישט געוויסט.

דער פאליציי מאן זאגט אים "לעגאלערהייט טאר איך דיר נישט דא איבערלאזן, קום אריין אין מיין קאר און כ'וועל דיר צופירן צו דיין דעסטענאציע".

דער אינגערמאן איז טאקע אריין און ער איז געפארן ביז מחנה כוונת הלב (אויך אין ליבערטי) דארטן האט אים דער פאליציי מאן געגעבן א טיקעט פארן פרובירן צו כאפן א היטש -איבער וואס ער דארף אראפגיין אין געריכט נעקסטע חודש-. למעשה, זעהט דער קאפ אז דער אינגערמאן איז עפעס נישט צופרידן דארט, פרעגט ער אים וואס גייט פאר? זאגט דער אינגערמאן אז ס'איז א נישט ריכטיגע קעמפ, דער פאליציי מאן האט אים ווידער געהייסן זיך אריינזעצן אין קאר, און אים דאסמאל אפגעפירט צום מחנה ישיבה לצעירים ד'סאטמאר (דאס מאל האט ער אים נישט געגעבן א פרישן טיקעט פארן כאפן א היטש מיט איינעם....)

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
מדובשך ומעוקצך...

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 5:09 pm
דורך זר זהב
פארן זיין אזא קוקו קומט זיך אים א טיקעט

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:44 pm
דורך boxcover
לעמיל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:טאמבל סאס, ישר כוח פארן מיך מאכן שמייכלן :לייק

גם אני מצטרף

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:03 am
דורך אליצפן
אמת'ער מעשה שהיה:
א חבר מיינער האט אמאל גענומען א יונגערמאן אויף א היטש פון ווילי קיין בארא פארק, א גאנצער וועג איז דער יונגערמאן געזעצן אויפן פאון און גערעדט, שוין נישקשה דאס מאכט זיך טאג טעגליך.
אינמיטן וועג באקומט מיין חבר דער דרייווער א פאון קאל און נעמט זיך אויך רעדן אויפן פאון.
רופט זיך אן דער היטשנעמער צו דער דרייווער "אנטשולדיגט איר קענט אפשר רעדן אביסל שטילער??"
קאמענטארן זענען איבעריג.