בלאט 2 פון 4
Re: די פרייליכע סליחות באוועגונג
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:52 pm
דורך ירא שמים
ועד ארבע ארצות ? דאקומענט ?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:52 pm
דורך שלום על ישראל
Kool man האט געשריבן:אין א זייטיקע נאטיץ, שפילען מוזיק ביי תפילות איז קעגען די תקנות ועד ארבע ארצות, און פון די גרונד פרינציפען פון די דעמאלצדיקע גדולים אקעגען רעפארם.
מיר וואוינען אין ארצות הברית; נישט אין די ארבע ארצות. מען קען נישט ארויפווארפען אלע חמרות פון אלע ארצות אויף איין הייפעלע אידען אויף וועמען מען האלט אין איין שרייען ״די שוואכע דורות״. גענוג איז גענוג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:59 pm
דורך Kool man
אט די זעלביקע רייד האבען געשריגען די רעפארמער, און אויף דעהם ארויף זענען געקומען די לייבען די גדולי ישראל און גודר גדר געוועהן מיט די תקנות ועד ארבע ארצות, [וועלכע האט בדרך אגב נישט קיין עקספיירעישען דעיט].
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:05 am
דורך פלעין יודיש
נא, האט דאך ליפא שוין מבטל געווען דעם וועד ארבע ארצות
היינו טעמא דשערות נשים והיינו טעמא דחצוצרות בתפילה....
Re: די פרייליכע סליחות באוועגונג
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:06 am
דורך יהושע חיים
ר קאל מען די קענסט זאגן ווי שטארק א תקנה פון די וועד ארבע ארצות איז אבער ברענג ביטע א מקור אז עס איז דא אזא תקנה פון זיי
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:27 am
דורך הקטן
לדעתי, פאר 20-30 יאר ציריק וואלט אזא סליחות געדינט אויף פריקת עול, היינט איז דאס נאר א תיקון.
דער היינטיגער קאלל אינגערמאן איז צימישט, ער איז אויפגערעגט אויף די סיסטעם, ער האלט אז די סיסטעם איז שילדיק אויף אלעם בייזען און ביי אים איז דער סיסטעם מיט דער אייבישטער איינס אין די זעלבע. פין די אנדער זייט פילט ער ליידיג און זיין נשמה לעכטצט פאר אביסעל העכערס, אויב קענען מיר אים געבען א אטענטישע ווערשען פין אידישקייט וואס מאכט אים אויך פילען אז ער איז אינדרוסען פינעם באקס, כאפט ער זיך צי דערצו וואו א דאשטיגער צו א גלעזעל קאלט וואסער.
קענסט אמאל זען אזא סארט אינגערמאן זאל אנפאנגען דאווענען מיט מער געשמאק וואו סיי ווען.
ווען א ווילי אינגערמאן גייט צו אזא סליחות פילט ער וואו ער קאקאט אויף אינז אלע, די הרגשה, אבער, גיט אים דער רעכט צו ווערן נתעורר פין ראביי דשעקאבסאן און ווערן נתקרב לה'
קען זיין זיין רב זאגט בעסער וואו ראביי דשעקאבסאן אבער זיין רב האט ער קיינמאל נישט אויסגעהערט, קיינמאל נישט געקליקלט מיט אים, זיין רב רעדט דאך פלען אידיש ראביי דשעקעסאן רעדט א פענסי ענגליש (ער ווייסט אז ס'איז פענסי ווייל ער פארשטייט נאר א יעדער 3טע ווארט)
אידישקייט האט א core און האט אויך לבישים
די core איז אמינה בה', דבקות בה', דו העכערקייט פין נשמת ישראל, איבערגעגעבן אינגאנצען צו רצון ה' וכד'
די core קען מען נישט טוישען (אויב ווילסטו זאגן אז ככל הגוים בית ישראל אדער מיר טוען פשוט דרעדישען הערט דאס אויף צי זיין אידישקייט)
דו לבישים טוישן זיך מזמן לזמן ומדור לדור.
טויש איז אייביג געווען א חלק פין כלל ישראל, זאל דאס זיין חסידות אדער תניעת המוסר
דו שאלה איז די מאטיו, פארוואס עפעס א טויש, די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז דער מאטיוו פין די ריפארמער און אויך זייער אנהענגער זענען פשוט פריקת עול און א טויש און די core וואס דאס מיינט זיין א איד, און דערפאר זענען זיי ארויסגעקימען בחרב ובחנית דערקעגען.
צווישען די היינטיגע מארגנים איז אפשר דא וואס זענען דא פאר פריקת עול אבער ס'איז אויך דא וואס פארשטייען ערענסט די צורך השעה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 10:57 am
דורך שמעקעדיג
Kool man האט געשריבן:אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
איך אגריע מיט דיר און אויך מיט הקטן, מען קען טרעפן מעלות און אויך (בעיקר) חסרונות, אבער למעשה איז סליחות בלויז א מנהג, נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן און שפילן מוזיק אדער זיין פרייליך איז נישט נגד ההלכה, עס איז פשוט א געפיל זאך. אלמלי זיי וואלטן צב"ש געשפילט מוזיק אום ת"ב, וואלט מען זיי געדארפט ארויסווארפן ממחנינו ווייל דאס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה, אבער סליחות איז נישטא קיין שום הלכה דערקעגן, אודאי איז 'געפיל' גאר א וויכטיגער פאקטאר צו אידישקייט, אבער טאמער זיי האבן אן אנדער געפיל, האבן זיי נאכנישט עוקר געווען א הלכה אדער מ"ע אדער לאו, און מען קען זיי נאך נישט דן זיין פאר דעם,
נקוט האי כללא בידך, מען דארף אלץ קוקן וועלכע זאך זיי זענען עוקר, דאורייתא, דרבנן, מנהג, חומרא, מסורה, אדער בלויז געפיל. דער נפק"מ איז זייער גרויס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:17 am
דורך הקטן
[tag]שמעקעדיק[/tag] איי קענט דיסעגרי וויט יא מאר
עוקר זיין לשם עוקר זיין וואלט ווען געווען א פראבלעם אפילו אויב דאס איז נאר געפיל, וואו די ריפסט דאס - אפילו ערקתא דמסנא
אידישקייט איז מעשה וואס דער תכלית איז געפיל און מחשבה, אבער דו סליחות געפיל איז נאר איין סארט געפיל וואס ברענגט נאטער צום תכלית ס'איז אויך דא אנדערע סארט געפילן וואס ברענגען צום זעלבען תכלית.
די היינטיגע דור האט א שוואכקייט צי אימברעסען אלע כ"ד עיתים און האבן אן נאטירליכע שוועריקייט מיט דעם עת לבכות.
איז בתחבולות תעשה לך מלחמה
וואו אזוי האט איינער לעצטענס געשריבען, "מיר האבן מורא פין דעם עץ החיים"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:26 am
דורך ראוונע
לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
ווידער מוזיק האט א וועג צו רעדן צו א מענטשען׳ס נשמה אין אויפוועקן זיינע אינערליכע געפילען אין אים באמת ברענגען נענטער צום באשעפער. אין ער האט נאך הנאה אינדערזייט אויך
פארשטייט זיך מדארף עס מיינען אמתדיג אין נישט סתם הוליענען אלץ פריקת עול
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:32 am
דורך שמעקעדיג
הקטן האט געשריבן:אפילו ערקתא דמסנא
ערקתא דמסאני איז נאר אסור בשעת השמד, אדערווייז איז עס נישט קיין שום פראבלעם.
ביזט גערעכט אז כ'האב נישט געמיינט ממש "עוקר זיין" לשם עוקר זיין, כ'האב געמיינט צו זאגן אז שפילן מוזיק ת"ב, אפילו אויב איינער שפירט עס ברענגט אים נענטער צום באשעפער איז נאך אלץ נישט גערעכט און ס'איז אסור, משא"כ ביי סליחות, ופשוט הוא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:16 pm
דורך הוגה
הקטן האט געשריבן:לדעתי, פאר 20-30 יאר ציריק וואלט אזא סליחות געדינט אויף פריקת עול, היינט איז דאס נאר א תיקון.
דער היינטיגער קאלל אינגערמאן איז צימישט, ער איז אויפגערעגט אויף די סיסטעם, ער האלט אז די סיסטעם איז שילדיק אויף אלעם בייזען און ביי אים איז דער סיסטעם מיט דער אייבישטער איינס אין די זעלבע. פין די אנדער זייט פילט ער ליידיג און זיין נשמה לעכטצט פאר אביסעל העכערס, אויב קענען מיר אים געבען א אטענטישע ווערשען פין אידישקייט וואס מאכט אים אויך פילען אז ער איז אינדרוסען פינעם באקס, כאפט ער זיך צי דערצו וואו א דאשטיגער צו א גלעזעל קאלט וואסער.
קענסט אמאל זען אזא סארט אינגערמאן זאל אנפאנגען דאווענען מיט מער געשמאק וואו סיי ווען.
ווען א ווילי אינגערמאן גייט צו אזא סליחות פילט ער וואו ער קאקאט אויף אינז אלע, די הרגשה, אבער, גיט אים דער רעכט צו ווערן נתעורר פין ראביי דשעקאבסאן און ווערן נתקרב לה'
קען זיין זיין רב זאגט בעסער וואו ראביי דשעקאבסאן אבער זיין רב האט ער קיינמאל נישט אויסגעהערט, קיינמאל נישט געקליקלט מיט אים, זיין רב רעדט דאך פלען אידיש ראביי דשעקעסאן רעדט א פענסי ענגליש (ער ווייסט אז ס'איז פענסי ווייל ער פארשטייט נאר א יעדער 3טע ווארט)
אידישקייט האט א core און האט אויך לבישים
די core איז אמינה בה', דבקות בה', דו העכערקייט פין נשמת ישראל, איבערגעגעבן אינגאנצען צו רצון ה' וכד'
די core קען מען נישט טוישען (אויב ווילסטו זאגן אז ככל הגוים בית ישראל אדער מיר טוען פשוט דרעדישען הערט דאס אויף צי זיין אידישקייט)
דו לבישים טוישן זיך מזמן לזמן ומדור לדור.
טויש איז אייביג געווען א חלק פין כלל ישראל, זאל דאס זיין חסידות אדער תניעת המוסר
דו שאלה איז די מאטיו, פארוואס עפעס א טויש, די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז דער מאטיוו פין די ריפארמער און אויך זייער אנהענגער זענען פשוט פריקת עול און א טויש און די core וואס דאס מיינט זיין א איד, און דערפאר זענען זיי ארויסגעקימען בחרב ובחנית דערקעגען.
צווישען די היינטיגע מארגנים איז אפשר דא וואס זענען דא פאר פריקת עול אבער ס'איז אויך דא וואס פארשטייען ערענסט די צורך השעה
Could the comment be any more condescending? "You are great, you are amazing, they are nebech.. Let them be happy nebech". Utterly disgusting teguva, one of the worst I've seen on KS, ever
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
ראוונע האט געשריבן:לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
תיקון טעות: און הערן נישט אויף צו קוקן אויפן
סמארטפאון.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 3:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:Kool man האט געשריבן:אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
איך אגריע מיט דיר און אויך מיט הקטן, מען קען טרעפן מעלות און אויך (בעיקר) חסרונות, אבער למעשה איז סליחות בלויז א מנהג, נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן און שפילן מוזיק אדער זיין פרייליך איז נישט נגד ההלכה, עס איז פשוט א געפיל זאך. אלמלי זיי וואלטן צב"ש געשפילט מוזיק אום ת"ב, וואלט מען זיי געדארפט ארויסווארפן ממחנינו ווייל דאס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה, אבער סליחות איז נישטא קיין שום הלכה דערקעגן, אודאי איז 'געפיל' גאר א וויכטיגער פאקטאר צו אידישקייט, אבער טאמער זיי האבן אן אנדער געפיל, האבן זיי נאכנישט עוקר געווען א הלכה אדער מ"ע אדער לאו, און מען קען זיי נאך נישט דן זיין פאר דעם,
נקוט האי כללא בידך, מען דארף אלץ קוקן וועלכע זאך זיי זענען עוקר, דאורייתא, דרבנן, מנהג, חומרא, מסורה, אדער בלויז געפיל. דער נפק"מ איז זייער גרויס.
מורינו [tag]שמעקעדיג[/tag], לדעתי ביזטו נישט גערעכט, ווייל רוב מערכות אנטקעגן די [ערשטע] רעפארמער האט ממש גארנישט געהאט מיט הלכה. סיי די קליידער, די בימה אין עק ביהמ"ד, וכדומה, האבן געהאט צוטון מיט רגש. נאר וואס'זשע דען? אזויווי [tag]הקטן[/tag] האט געזאגט, אז ס'האט זיך געוואנדן אין די כוונה זייערע. די רעפארמער זענען געקומען מיט תורת עקירה ולשנות מה שאפשר, און דערפאר האט מען זיי ארויסגעווארפן פון כלל, משא"כ די היינטיגע פוסטע יונגען זוכן עפעס אידישקייט אויף א 'דיפערענט' וועג, און היות ס'איז נישט 'בשיטה' פריקת עול איז עס נישט געפערליך.
--------------
הוגה האט געשריבן:Could the comment be any more condescending? "You are great, you are amazing, they are nebech.. Let them be happy nebech". Utterly disgusting teguva, one of the worst I've seen on KS, ever
מורינו [tag]הוגה[/tag], דיין תגובה איז פילפאכיג ערגער פון הקטן'ס. ער שרייבט דברים של טעם, די מציאות איז אז זיי האבן משנה געווען, און די מציאות איז אז זיי האבן נישט משנה געווען ווייל זיי 'זוכן דעם אמת', נאר ווייל זיי זוכן 'באקוועמליכקייט' [במקרה הטוב. ובמקרה הרע זענען דא גענוג וואס זוכן פריקת עול]. און יא, דערפאר זענען זיי 'נעבעך'ס'.
בשלמא מ'האנדלט דא פון מאדערנע פייוו-טאון סטייל אידן, אדער להבדיל מזרח'יסטן אין ארץ ישראל, וואס זענען לכתחילה געבוירן אין אן אנדערע סביבה און לעכצן נאך א 'חוויה רוחנית', איז נאריש חוזק צו מאכן פון זיי. אבער ווען מ'רעדט פון היימישע וואס גייען אהין, איז עס היבש אנדערש.
און בעפאר דו שרייסט אויף די ווערטער אויך, לאמיר שנעל מסייג זיין די ווערטער: אודאי זענען דא ערנסטע נארמאלע מענטשן אויך, וואס האלטן אז אונזער מהלך איז קרופטירט, און מיר האבן נישט קיין אמת'ע קשר מיט גאט, וכדו', און דערפאר זוכן זיי די נייע סטיל, אבער זיי זענען די מיעוט שאינו מצוי פון די חברה. והא ראי', מאך א קורצע סקר פון די אלע וואס באטייליגן זיך אין די 'פרייליכע' סליחות, וויפיל פון זיי דאווענען יעדן טאג מיט מנין, און נעמען נישט ארויס דעם סמארטפאון בשעת'ן דאווענען. ו[לא] תמצא נחת.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 4:15 pm
דורך הוגה
[justify]
אדנירם האט געשריבן:די מציאות איז אז זיי האבן משנה געווען, און די מציאות איז אז זיי האבן נישט משנה געווען ווייל זיי 'זוכן דעם אמת', נאר ווייל זיי זוכן 'באקוועמליכקייט' [במקרה הטוב. ובמקרה הרע זענען דא גענוג וואס זוכן פריקת עול]. און יא, דערפאר זענען זיי 'נעבעך'ס'.
די איינציגסטע
מציאות דא איז אז דו און אנדערע האבן אן אפיניאן, און דו ביזט בארעכטיגט צו דיינע אייגענע אפיניאנס אבער נישט צו דיינע אייגענע מציאות'ער. און נאכאמאל, די דאזיגע (בארעכטיגטע) אפיניאנס זענען קאנדיסענדינג און איך עקל מיך דערפון.
.[/justify]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב באזירט מיין מציאות אויף א גוטע סקר [כאטש ס'פעלט נישט אויס מער ווי א בליק אויף די טיפ באטייליגערס].
ואלה דברי:
אדנירם האט געשריבן:אודאי זענען דא ערנסטע נארמאלע מענטשן אויך, וואס האלטן אז אונזער מהלך איז קרופטירט, און מיר האבן נישט קיין אמת'ע קשר מיט גאט, וכדו', און דערפאר זוכן זיי די נייע סטיל, אבער זיי זענען די מיעוט שאינו מצוי פון די חברה. והא ראי', מאך א קורצע סקר פון די אלע וואס באטייליגן זיך אין די 'פרייליכע' סליחות, וויפיל פון זיי דאווענען יעדן טאג מיט מנין, און נעמען נישט ארויס דעם סמארטפאון בשעת'ן דאווענען. ו[לא] תמצא נחת.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 4:26 pm
דורך הוגה
שוין, מיט א גוטע סקר קען איך מיך נישט קריגן. איך הייב הענט.... אויסער אויב איך באשאף מיר א סקר אויף פארקערט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:27 pm
דורך Milk shake
אויב די אלע וואס דזשוינען די "פרייליכע סליחות" זענען אזוי נאנט צו גאט, פארוואס זעט מען אויף די בילדער אז אלע חסידים וואס באטייליגן זיך דארט פילן פאר וויכטיג צו זאגן דארט סליחות אן א שטריימל, סתם אידן שטייען אן די הוטן, און פיל פון די נאטע אידן זענען פארנומען די גאנצע צייט צו נעמען מיט זייערע האנט-העלד אינסטרומענטן בילדער און קליפס פון די געהויבענע מעמד פון נאנטקייט צו ה', איז די הוטן און שטריימלעך א זאך וואס רעגט אויף גאט ב"ה? ווערט די נאנטקייט צו ה' אמבעסטן ארויסגעברענגט דורך די אייפאונס און קעמקארדערס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:41 pm
דורך Milk shake
קילער מאן, דאכט זיך דו האסט א טעות, ס'איז פון די "תקנות מיהאלאוויץ", נישט פון וועד ד' ארצות, "שלא לנגן בארגע"ל בבית הכנסת", . אזוי צי אזוי איז עס א גדר אשר גבלו ראשונים כמלאכים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:42 pm
דורך הקטן
מען קען זיין נאנט צו גאט נאר מיט א שטריימל?
זעסט, דו טראכסט אזוי ווי איינער וואס איז אין די באקס.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער גאנצער טעם וואס די השגחה עליונה האט צוגעפירט מיר זאלן גיין מיט שטריימל איז כדי צי געבען פאר די וואס ווילן קאקען אויפן סיסטעם וואס אויסצוטון
זאגן סליחות אן דעם שטריימל מאכט א סטעיטמענט. (אין מיין אפיניאן)
מיט די סעל-פאנ'ס האסטו א פוינט - וואו אדנירם האט שוין געזאגט, יש ויש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 9:05 pm
דורך ראוונע
אדנירם האט געשריבן:ראוונע האט געשריבן:לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
תיקון טעות: און הערן נישט אויף צו קוקן אויפן
סמארטפאון.
די היינטיגע זייגער איז א סמארטפאון. ניין?
אבער למען האמת אין מיין תגובה האב איך אינזין געהאט אויך ראש השנה אין יום כיפור, וואס דעמאלטס איז נישט עכט שייך קוקן אויפן סמארטפאון.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm
דורך סמבטיון
הוגה, איך פארשטיי אז די ביזט געוועהן דעם מוצאי שבת ביי יודא גרין אדער זיינס גלייכן, איך פארשטיי דיין צער און אויפברויז, אבער דער קטן האט דאך אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם ענין, וואס זאל איך דיר זאגן? ער רעדט דברים של טעם, און איך זעה נישט וועלכע חלק פון זיין תגובה איז פון די ערגסטע און ק"ש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:46 pm
דורך הוגה
סמבטיון האט געשריבן:הוגה, איך פארשטיי אז די ביזט געוועהן דעם מוצאי שבת ביי יודא גרין אדער זיינס גלייכן, איך פארשטיי דיין צער און אויפברויז, אבער דער קטן האט דאך אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם ענין, וואס זאל איך דיר זאגן? ער רעד דברים של טעם, און איך זעה נישט וועכע חלק פון זיין תגובה איז פון די ערגסטע און ק"ש.
the judgmental and condescending part.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:18 pm
דורך Milk shake
הקטן האט געשריבן:מען קען זיין נאנט צו גאט נאר מיט א שטריימל?
זעסט, דו טראכסט אזוי וואו איינער וואס איז אין די באקס.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער גאנצער טעם וואס די השגחה עליונה האט ציגעפריט מיר זאלן גיין מיט שטריימל איז כדי צי געבען פאר די וואס ווילען קאקען אויפן סיסטעם וואס אויסציטון
זאגן סליחות אן דעם שטריימאל מאכט א סטעטמענט. (אין מיין עפיניען)
מיט די סעל-פאנ'ס האסטו א פוינט - וואו אדנירם האט שוין געזאגט, יש ויש
הקטן האט זיך גענומען קטן'ען אינע'ם באקס, און ס'משפיע אויך אינדרויסן...,
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'איז א גוי ווען מ'טוט אויס ס'שטריימל, נאר ס'זענען געווען דא חכמים וואס האבן גע'טענה'ט אז די סארט סליחות ברענגט גאר נענטער צום אויבערשט' ווי די טראדיציאנעלע סליחות, האב איך מעורר געווען פונקטליך ווי מ'זעט אז זיי זענען טאקע נענטער, הונטערשטע שורה, ס'שרייט ארויס פון יעדע בילד פון די מענטשן פונקטליך צו וואס און וום זיי פילן זיך נענטער".