בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:03 am
דורך [NAMELESS]
[justify]ווי דער אומגערופענער עלטער פעטער צום וואך נאכט הייב איך אן ווערן באליידיגט, איך בין עפעס געמאכט פון ראזינקעס? (פאר די קליינווארג וואס ווייסן נישט וואס דאס איז, ס׳איז א מאכל בעפאר די ווערים עפאכע) אזויפיל קען מען מיר נישט געדענקן?

נישט אז ס׳באדערט מיר (עפעס אזוי גייט די נוסח) אבער ס׳איז דאך נישט מער ווי מענשטליכקייט, כ׳רעדט שוין נישט פון כבוד התורה

שוין, ענק וועלן עלטער ווערן וועלן ענק פארשטיין....
-------------------
איי וויי כ׳האב זיך פאררעדט, כ׳קוק אויס ווי א תובע בפה. באמת דארף איך ניטאמאל ענקערע אינדארסמענטס, כ׳בין א פרודוקטיוו גראדואירטער, כ׳זאג מיר אליין וואס איך וויל הערן:

הערסט שלום? ביזט דער ניק פונעם יאר!

אוי, כ׳בלאש, דער גאנצער צימער פון אכצן חברה דא אין אומאן האבן געהערט און זיי לאכן, נא זאל שוין זיין פאר מילי דשטותא (אבי זיי טענה׳ן אז כ׳האב גארנישט מיט ברסלב חוץ אומאן)

דאס איז אלעס צווישן שלום זעלבסט, אבער צו רעדן אויפריכטיגע דיבורים מיט ענק טייערע חברים, [tag]אבטולמוס[/tag] האט צו געגעבן א געוואלד צום שטיבל, אין צום וועקער, ועוד ידו נטויה, ס׳איז קלאר אז כי לו נאה ויאה דעם טיטל.[/justify]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:44 am
דורך כוכב
הערט וואס א קלוגער איד זאגט:
אבטולמוס איז דער ניק פון יאר הונדערט!
פיל חכמים ונבונים האבן מיר שוין געזען צווישן די קאווע שטיבל ווענט, פילע אישי המעש, אבער ואת אבטולמוס עלית על כולנה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:44 pm
דורך קאצקע ציקער
איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:08 pm
דורך שמן למאור
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
אויש... בישות... איך בלאש..!
שכח פאר די קאמפלעמענט, אבער באמת, וויאזוי קען מען מיר בכלל אריינלייגן אין איין קאטעגאריע מיט שש און אבטולמוס...!? האיך אכנס את ראשי בין ההרים הגדולים!?!?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:אייגנטליך איז מיין אוואטער בילד מיט @רויטע וואנצעס'ס אוואטער בילד צוויי אפעזיטס.

איך טראג א לאנגע בארד, רויטע האט קיין בארד.
מיין בארד/וואנצעס איז ווייס, רויטע'ס איז רויט.
איך טראג נישט קיין ברילן, רויטע טראגט יא.
ביי מיר זעט מען קלארע אויגן, ביי רויטע נישט.
ביי מיר זעט מען א קאפל אן קיין הוט, ביי רויטע נאר א הוט.

אבער מ'קען פארענטפערן, אז לעקטער 'ברענט' דווקא בעת חיבור הפאזיטיוו והנעגאטיוו, כלומר צוויי אפעזיטס...
אדנירם, שש, און רויטע וואנצעס: וכל שום וחניכא דאית לכון. איך זעה אז צו אלע דיינע מעלות ומידות טובות ביסטו נאך א סייענטיסט אויך. דו געסט א ..."סייענטיפישן"... הסבר. אז לעקטער ברענט נאר ווען מ'לייגט צוזאמען א פאזיטיוו און א נעגאטיוו ווייער. ביטע לייג צוזאמען א פאזיטיוו און א נעגאטיוו ווייער און לאז מיך וויסן וואס איז געשעהן...למ"ד אל"ף למ"ד...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:26 pm
דורך קהל'ס נער
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
@אבטולמוס
ברוך מחיה מתים
הייסט בעצם ביסטו דא on a daily basis.

קענסט ציריק קימען אפענערהייט, מען וועט דיך שיין עקסעפטן (עי' ערך @רביה"ק).

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:40 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עצי איט איז!

---------

אנהייב פונעם אשכול לויבט דער עולם אויס שש... נאך מער מאדנע איז די נוטריקון וואס גאנצל ברענגט אויף אדנירם :lol: :lol:
גאנצל האט געשריבן:הרב @אדנירם
שיינע שרייבונגען מיט שיינע זמירות ריכטיגעשכלמאן (שכל הישר)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:22 pm
דורך חדשים
קאווע שטיבל בגי’ העצי שטים מיט די ה’ הידוע. תרי רעין דלא מתפרשין. יעקב אבינו האט דאך דאס באהאלטן און אנגעזאגט אז מען זאל עס מיטנעמען ווען מ’גייט אין מדבר. אין אונזער מדבר שממה דערהאלט מען זיך מיט עצי שטים. כה לחי. עס זאל זיין עצי שטים עומדים לעולמי עולמים.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 7:33 am
דורך היסטאריע
מיט זיין וואקאציע ניק

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:53 am
דורך שמן למאור
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז דער ניק פונעם יאר איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטען עצי שטים וואס האט אויפגעלעבט דעם שטיבל
איך וויל פערזענליך באדאנקן אלע מיינע פענס וואס האבן געשריבן דברי הערכה און האבן געלייקט דעם תגובה וואס באקרוינט מיר אלטס די "ניק פונעם יאר". ס'איז מיר א גרויסע חשובות צו זען אז די עולם האט הנאה פון מיין ווערק, און עס לייגט אויך ארויף אויף מיר א חוב ווייטער ציצושטעלן פארן עולם פיינע געשמאקע סחורה.

און אן עקסטערע דאנק פאר @אבטולמוס וואס איז ספעציעל אראפגעקומען פונעם עולם העליון צו געבן א לייק.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 10:51 pm
דורך תרמב
יו דעזערוו די טיטל, האסט אסאך אריינגעארבעט אינעם זייטל, אפילו איך בין נישט מסכים מיט אסאך פון דיינע מיינונגען אבער דאך האב איך שטארק הנאה צו לייענען דיינע תגובות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 11:39 pm
דורך שמן למאור
תרמב האט געשריבן:יו דעזערוו די טיטל, האסט אסאך אריינגעארבעט אינעם זייטל, אפילו איך בין נישט מסכים מיט אסאך פון דיינע מיינונגען אבער דאך האב איך שטארק הנאה צו לייענען דיינע תגובות.
ייש"כ.
דאס איז דאך די מעלה פון אונזער שטיבל, מען קען הערן א צווייטע מיינונג און דאך האלטן אנדערש. זיך ארומצונעמען בלויז מיט מענטשן וואס האלטן און טראכטן ווי דיר איז דאך נישט אינטערסאנט און קען מאכן דער מענטש פאר א מאנקי. אונז האבן דא די מעגליכקייט צו הערן א צווייטע מהלך המחשבה און קענען ניצן די אייגענע שכל מבחין צו זיין ווען יענער רעדט יא צו דער זאך און ווען נישט. דאס איז אונזער מעלה...